☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הצלה - חילול שבת ויו"ט - שיטת ר"מ וויזשניץ מאנסי

הצלה - חילול שבת ויו"ט - שיטת ר"מ וויזשניץ מאנסי

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4697

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:13 pm

· #148226
הצלה - חילול שבת ויו"ט - שיטת ר"מ וויזשניץ מאנסי
די וואס זענען גענוג אלט צו געדענקען ווייסען צו זאגען אז ר' מאטעלע האט צווישען אלע זיינע מחאות אויך שטארק מוחה געוועהן אויף הצלה, און גע'טענה'ט אז זיי פירען זיך נישט כהלכה אין שבת ויו"ט, און פארדעם האט ער געהייסען זיינע חסידים באקאטירען הצלה, און עס איז אפילו געוועהן א פאל ווי איינער איז צאמגעפאלען און איז ליידער געשטארבען וועגען מען האט נישט צוגעלאזט די הצלה זאל אים ראטעווען דאס לעבען.

אהן אריינגיין אין די לעצטע מעשה, וואס איז שוין ווי פארשטייט זיך א גוזמא'דיגע שיטה, וויל איך רעדען בנוגע דער זאך אליין, חילול שבת מיט הצלה.

עס איז דא צוויי ענינים ווי דער הצלה איז מחלל שבת, פאר דער קאל קומט אריין און נאכדעם.

פאר דער קאל, גייען די הצלה מעמבערס מיט וואקי טאקיס און ראדיאס וואס זיי הערען דארט די קאלס וואס קומען אריין, לויט ווי עס איז אנגענומען אין די היינטיגע וועלט, זענען די כלים מוקצה. אויך פירען זיי זיך צו דרייען די וואליאם פין די וואקי טאקיס ארויף און אראפ כרצונם, למשל ווען עס איז שטיל ביהמ"ד מאכען זיי עס שטילער, און ווען די גערויש איז גרעסער דרייען זיי עס ארויף.

נאך דער קאל איז דא דער באקאנטער פראבלעם פין צוריקפארען אהיים.

כידוע האבען די היינטיגע פוסקים דורך געאקערט די שאלות, און זיי זענען דאס מתיר מיט היתרים, אמאהל בעסער און אמאהל שוואכער, איך דער שרייבער פין דער שורות קען נישט פארשטיין די היתר פין ר' משה פיינשטיין אז מען מעג צוריקפארען אין שבת אליין, מיט א היתר פין שמא וועלען די הצלות נישט וועלען גיין, עיין במשנה ברורה תקכ"ו וואס דרייט דארט ארום מיט דעם סארט היתר לגבי פארען קובר זיין א מת אין יו"ט שני, ווי מען קען זעהן ווי שוואך דער היתר איז.

האט אבער ר' מאטעלע געטענה'ט אז נאך אלע היתירים ברענגט עס אריין א שטארקע קלות ביי הצלה מענטשען לגבי שבת בכלל, און אויף דעם פרט קען איך זאגען, אז ער איז לכאורה גאנץ גערעכט.

אין די פורום בחדרי חרדים שטייט אז עס איז דא הצלה מעמבער וואס ברענגט זיין הצלה טראק יעדעס שבת און יו"ט אין ביהמ"ד, און נאכען דאווענען פארט ער אהיים, און די היתר דארף זיין פין איינער פין די גדולי ההוראה ר' שמואל אליעזר שטערען!

ראש השנה התפללתי בבית הכנסת ערלוי ברחוב מהרש"ל בבני ברק ,
ונדהמתי לראות כי כל יום מימי החג בשעה 08:30 בבוקר מגיע למקום אמבולנס של מד"א (כתוב עליו דן 51) וכונן של "הצלה גוש דן" מנחם א. נוהג בו, וחונה את האמבולנס בנחותא ללא עול שבת וחג,
ובסיום התפילה נכנס חזרה לאמבולנס של מד"א ונוסע חזרה לביתו.


וואס גייט דא פאר?

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:30 pm

· #148228
איחוד פעלד

אין די פורום בחדרי חרדים שטייט אז עס איז דא הצלה מעמבער וואס ברענגט זיין הצלה טראק יעדעס שבת און יו"ט אין ביהמ"ד, און נאכען דאווענען פארט ער אהיים, און די היתר דארף זיין פין איינער פין די גדולי ההוראה ר' שמואל אליעזר שטערען!

וואס גייט דא פאר?


אפאר שורות פריער שרייבטסו דעם תירוץ
איחוד פעלד

כידוע האבען די היינטיגע פוסקים דורך געאקערט די שאלות, און זיי זענען דאס מתיר מיט היתרים....

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:35 pm

· #148231
יש לחלק בין כפר לעיר.

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 9:58 pm

· #148420
באמת?

א היתר צו דרייווען יעדעס וואך צום דאווענען מיט א הצלה טראק אהין און צוריק?

אנטשולדיגט, טאמער איז מען דאס טאקע מתיר, קען מען מתיר זיין פאר יעדעם איינעם צו דרייווען אין בית מדרש אריין, מיטען אויסרייד, אז אפשר וועט מען דארפען אנטלויפען פין א באמבע, אדער אפשר וועט ער דארפען העלפען רופען הצלה וכו'.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:02 pm

· #148424
א רב האט מיר טאקע מתיר געווען צו פארן שבת מיט מיין קאר צו קענען שנעל אוועקפליען פון מאלעסטער'ס

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:04 pm

· #148426
איך טענה שוין פין לאנג אז די ביסט א זיס אינגעלע........

משולם שטיינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:05 pm

· #148429
איינער זאגט מיר אז היינט צוטאגס דרייען זיך אסאך אינגעלייט וואס די ווייבער זענען אין ניינטן מיט סעללפאונס שבת.

איז דאס מותר?

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:06 pm

· #148430
ערשטע מאל איך הער עס!

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:06 pm

· #148431
משולם שטיינפעלד
איינער זאגט מיר אז היינט צוטאגס דרייען זיך אסאך אינגעלייט וואס די ווייבער זענען אין ניינטן מיט סעללפאונס שבת.

איז דאס מותר?

די מיט מאושר פילטער איז נישט קיין שאלה

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:13 pm

· #148434
בשא"ד שאני.

משולם שטיינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:19 pm

· #148435
די דיו דעיט איז אנגענומען להלכה לקולא?

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:25 pm

· #148438
מען פלעגט אייביג מתיר זיין פאר א מאן אין דעם ניינטען מיטנעמען א ביפער, און דער היתר איז איבערגעגאנגען אויף א טעלעפאן.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:33 pm

· #148440
.

איינער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:59 pm

· #148448
@איחוד פעלד לויט חז״ל איז א קלות אין הצלת נפשות פיל הארבער ווי א קלות אין חילול שבת. און אפילו עס איז געווען רבנים וואס זייער OCD האט זיי געמאכט פארגעסן הלכה, האט דער פוסק הדור ר׳ משה פיינשטיין נישט פארגעסן דעם ״וחי בהם ולא שימות בהם״.

עס איז כדי צו ברענגען דעם לשון פון רמב״ם פאר די וואס האבן די אזויגערופענע שיטה פון ר״מ
״כשעושים דברים אלו, אין עושין אותן לא על ידי גויים, ולא על ידי קטנים, ולא על ידי עבדים, ולא על ידי נשים--כדי שלא תהא שבת קלה בעיניהם; אלא על ידי גדולי ישראל וחכמיהם. ואין מורין לנשים לעשות דברים אלו. ואסור להתמהמה בחילול שבת, לחולה שיש בו סכנה, שנאמר "אשר יעשה אותם האדם וחי בהם" (ויקרא יח,ה), ולא שימות בהם. הא למדת, שאין משפטי התורה נקמה בעולם, אלא רחמים וחסד ושלום בעולם. ואלו המינים שאומרים שזה חילול ואסור, עליהן הכתוב אומר "וגם אני נתתי להם, חוקים לא טובים; ומשפטים לא יחיו, בהם" (יחזקאל כ, כה).״

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:17 pm

· #148457
פשוט.

היימישער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:26 pm

· #148464
לויט ווי איך האב געהערט יארען ציריק אז ווען וויזניצער רבי האט פארפירט אויף די הצלה אויך נאך רבנים האבען פארפירט, דעמלץ אז געווען געפערליכע זילזילים און מען האט טאקע אויפגענימען רבנים און מען האט אונגעהויבען צי לערנען מער הלכות מיט די הצלה מעמבערס וואס יא און וואס נישט

עס איז נישט קיין פארגלייך היינט ווען יעדע געגענט האט זיינע רבנים וואס נעמען קעיר פון אלע פראבלעמען, עכ"כ אז א רב פון א געגענט האט געוואלט אז מען זאל ארויס ווארפן א מעמבער און מען האט געפוילט אז גייט נישט לויפן שבת און נישט האבען זיין רעדיאו שבת

איינער » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 12:23 am

· #148491
דאן דארף מען מוחה זיין אויף די קלות אליין.

איחוד פעלד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:11 pm

· #148606
איינער

די האלסט טאקע אז דרייווען מיט א הצלה טראק צו און פין דאווענען איז נאר צוליב הצלות נפשות?

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:22 pm

· #148609
איחוד פעלד
איינער

די האלסט טאקע אז דרייווען מיט א הצלה טראק צו און פין דאווענען איז נאר צוליב הצלות נפשות?

ס'שטייט נישט אין שו''ע, ויכון שיהא לשם שמים בלי שום פניות...

איחוד פעלד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:44 pm

· #148613
כ'הער.

ביסט גערעכט ווען א הצלה מעמבער פארט אויף א קאל און האט אינזין אז אלע קינדער זאלען זעהן זיינע לאלאס, מעג ער טאקע, אבער פארען צום דאווענען מיט א טראק?

לדעתי איז נישטא אין דעם קיין צד הצלות נפשות. און דאס האט נישט מיט הלכה, א איד וואס דאווענט דארט שרייט אויף דעם געוואלד, כלומר, עס איז נישט דארט קיין ספעציעל אלטער אדער קראנקע איד וואס דארף זיין טראק.

ווען עס געשעהט ווען אין דיין שוהל וואלט עס דיך אויך געבאדערט.

דער מעשה ווייזט אז ר' מאטעלע איז גערעכט געוועהן מעיקרא ווען ער האט געטענהט אז די הצלה לייט זענען קלים, און זענען מחלל שבת אהן קיין היתירים. אין הכי נמי, די זאך איז איינגעהאלטען אין בארא פארק און ווילי, אבער דא זעהט מען ווען א הצלה מעמבער איז א גבר אלים, טוט ער וואס ער וויל אונטער דער שירעם פין פיקוח נפש.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:50 pm

· #148615
לכאורה איז זיין סברא אז אויב באקומט ער א קאל ביים דאווענען זאל ער נישט דארפען אהיימלויפען נעמען דער טראק. נו וואס איז דאס אזוי אפגעפרעגט? פונקט ווי ער מעג ארומטראגען דיין ראדיא אדער טעלעפאן מעג ער דאף דאס אויכעט, ניין?

אויב ר' מאטעלע האלט אז הצלה לייט זענען קלים, איז אנשטאטס האקען אויף יענעם זאל ער הייסען פאר אפאר פון זיינע חאניאקישע יונגעלייט זיך לערנען זיין הצלה מעמבערס און זיך פירען כדין וע"פ כל החומרות. פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה האלטען די חאניאקעס פון די סארט פון ר' מאטעלע אז מצוות ווי הצלת נפשות זענען געמאכט פאר באמעס מיט לאלאס און נישט פון זיי רעדט זיך עס. זייער עבודה איז זיך שאקלען שטארק ביים דאווענען און מוחה זיין אויף אנדערע.

שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:52 pm

· #148616
איחוד פעלד
כ'הער.

ביסט גערעכט ווען א הצלה מעמבער פארט אויף א קאל און האט אינזין אז אלע קינדער זאלען זעהן זיינע לאלאס, מעג ער טאקע, אבער פארען צום דאווענען מיט א טראק?

לדעתי איז נישטא אין דעם קיין צד הצלות נפשות. און דאס האט נישט מיט הלכה, א איד וואס דאווענט דארט שרייט אויף דעם געוואלד, כלומר, עס איז נישט דארט קיין ספעציעל אלטער אדער קראנקע איד וואס דארף זיין טראק.

ווען עס געשעהט ווען אין דיין שוהל וואלט עס דיך אויך געבאדערט.

דער מעשה ווייזט אז ר' מאטעלע איז גערעכט געוועהן מעיקרא ווען ער האט געטענהט אז די הצלה לייט זענען קלים, און זענען מחלל שבת אהן קיין היתירים. אין הכי נמי, די זאך איז איינגעהאלטען אין בארא פארק און ווילי, אבער דא זעהט מען ווען א הצלה מעמבער איז א גבר אלים, טוט ער וואס ער וויל אונטער דער שירעם פין פיקוח נפש.

איך זע דיין ציל דא איז מצדיק צו זיין ר' מאטעלע, נו כל הכבוד לך

נייגעריגער » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 9:46 pm

· #148740
איחוד פעלד
....דער מעשה ווייזט אז ר' מאטעלע איז גערעכט געוועהן מעיקרא ווען ער האט געטענהט אז די הצלה לייט זענען קלים, און זענען מחלל שבת אהן קיין היתירים. אין הכי נמי, די זאך איז איינגעהאלטען אין בארא פארק און ווילי, אבער דא זעהט מען ווען א הצלה מעמבער איז א גבר אלים, טוט ער וואס ער וויל אונטער דער שירעם פין פיקוח נפש.

דאכטצעך אז וויזניצער רבי'ס טענות זענען בעיקר געוועזן אויף דעם וואס מ'פארט צו קאל'ס אויף אזעלכע זאכן וואס דארפן נישט urgent care ווי למשל א צעבראכענע האנט וכדו', און אויכעט אויף די מענטשן וואס רופן הצלה פאר יעדע קלייניקייט, איך געדענק אז א פלוג-בלעטל לצדו האט ציטירט פון אים אז פאר מ'רופט הצלה זאל מען טראכטן צו מ'וואלט געצאלט אפאר הונדערט דאלער צו באקומען יעצט הצלה?
לעיקוואד
...אויב ר' מאטעלע האלט אז הצלה לייט זענען קלים, איז אנשטאטס האקען אויף יענעם זאל ער הייסען פאר אפאר פון זיינע חאניאקישע יונגעלייט זיך לערנען זיין הצלה מעמבערס און זיך פירען כדין וע"פ כל החומרות. פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה האלטען די חאניאקעס פון די סארט פון ר' מאטעלע אז מצוות ווי הצלת נפשות זענען געמאכט פאר באמעס מיט לאלאס און נישט פון זיי רעדט זיך עס. זייער עבודה איז זיך שאקלען שטארק ביים דאווענען און מוחה זיין אויף אנדערע.

ער האט געטון בערך אזוי [איך זאג בערך, ווייל כ'מיין נישט אז די דארפסט די חאניאקעס אין די הצלה....]! איך האב א ידיד אין די הצלה א וויזניצער חסיד וואס ער האט אים געהייסן לערנען די הלכות און ער האט אים פארהערט און דערנאך האט ער אים געלאזט לויפן צו קאל'ס וואוסענדיג אז ער ווייסט שוין וואס מ'מעג און וואס נישט!

אביגדור » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 10:01 pm

· #148747
בשו"ת אגרות משה.

smart man » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:04 pm

· #149812
lets get everything straight
the mogen avrohom siman 328 says that 'hashoel harei ze shofech domim vehanishal harei ze meguneh'. meening that the one who asks a shaalo in pikuach nefesh is a muderer, and the one (rav) who gets asked the shaalo is a shame. therefore those who are fast enough to run and save peoples live 'harei ze meshubach.

before the organizetion of hatzoloh was founded everyone was mechuav to run and do what he can to save anyones live. people think that pikuach nefesh is only if someone looses his ballance and he faints or heart attach etc. what people dont know that any thing that can lead to a sakono is pekuach nefesh. for instance any internal infection, your alowed and must be mechalel shabboss if neccessary. when hatzoloh was founded and many members got proper training the other people are putir from running since ther are 'mumchim'.if not for them then we are obligated to do what the halacha rules 'mitzva bigdolim'. d

the viznitzer rebbe shlita couldnt tolorate this chilul shabboss. it may be that the hatzalah members abused this halacha, but he couldnt tolorate even regular chilul shabboss that is permited by halacha. for instance 1 one of the things that he said was "alot times they come to a call whan the patient is already ded!! which any normal person will understand that only a emt can decide if there isnt anything what to do. 2 in monsey it is a costum that the viznitzer chasidim feel that they may have to go to the hospital they will first ask a doctor and then gp ask the rebbe, wich will ask "voos zugt doctor shvartz" and after hearing that the doctor said he should go to the hospital, then they will go. 3 i have a relative a viznitzer chasid that his mother suffered from stroke syptoms, he did not call hatzala, he rather ran to viznitzer hatzala member down the block, which came over. he said that he may have to go to the hospital, and gave him two options one he should ask the rebbe, or he should call in to hatzala main nimber and a fremder hatzala member will take her in. 4 i remember years age when duvid meir meir teitelbaem slipped on the ice on shabboss morning on upper ashel lane and none f the neighbors wanted to call hatzalah because the rebbe luzt nisht. 5 i know of someone who had kidney stones right after the mechoo of the viznitzer rebbe, and he called hatzala and they told him that they cant take him because of the viznitzer rebbe.

i think that although there are some who are mechalel shaboss when its not neccesary, we are not to stop them from their chushiver avoide, rather to learn them what is permited and whats not.

i will finish with a geshmaker story; there was once in a small village a choleh that needed a doctor. so they went to the baal aguleh to ask him to go in to the city to bring a doctor. he said 'chas veshulem mechalel shaboss zein, nein'! they went to the rav, and the rav said tell him in my name that he is allowed to drive. he sits on the wagon, and says i am not going, i cant drive without a cigarete. they went to the rav, and the rav said let him take a cigarete, but go as fast as he can. while the baal aguleh starts ridding he says "oiy de rabunim ooh geit men zei shmeisen, ver veist voos men meg altz teen in zei zugen ins nisht"!!l