☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כי עלה השח"ר

כי עלה השח"ר

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4694

אביגדור » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 9:58 pm

· #148129
כי עלה השח"ר
נפטר געווארן ר' מנחם מענדל מארגנשטערן, ר"ה ביינאכט.

דולה ומשקה » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:11 pm

· #148132
א דאנק פאר צושטעלן די קורצע שטריכען, הייסט אז ער איז געוועהן א שוואגער מיט האדמו"ר מבאבוב 48 חתן רבי משה וואקסמאן ז"ל, ווי אזוי איז ער אנגעקומען קיין באבוב?
געוועהן אויך א מחותן מיט רבי שמערל ציטראנענבוים?

דער אינטרעסאנטער זאך וואס האט געכאפט מיין אויג, היות איך באלאנג נישט אין באבוב ווייס איך נישט וועלעכע באבוב'ער געהערט צו וועלעכע פון די צוויי פראקציעס, אבער איין זאך ווייס איך יא אז הגה"צ רבי יהושע רובין געהערט צו צד 45, ואעפי"כ האב איך איהם געזעהן בין המלוים. ווען איך האב אנגעפרעגט איינעם, איז די אנטווארט געקומען אז דער מנוח ז"ל האט מוחל געוועהן זיין חלק חוב פאר כ"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב, נאכדעם וואס ער איז נתמנה געווארען אלב רב במקום אביו כ"ק המהר"ש מבאבוב, ע"כ האט ער איינגענומען די בושות, אריין אין לייבענס גרוב, צו איך ווייס וואס, וכדומה, אין געקומען מלוה זיין.
א שיינע שריט פון זיין זייט.

I'm back » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:25 pm

· #148138
איך פערזענליך קען עטליכע יונגעלייט וואס האבן געבארגט גרויס געלטער פון עם, און ער איז זיי קיינמאל נישט געקומען מאנן די געלט. ער פאר זיך האט בכלל נישט געלעבט קיין ברייטע לעבן.

יהא זכרו ברוך.

משולם שטיינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 1:45 am

· #148178
א בילד האסטו?

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 8:03 am

· #148201
זעה לינק דא.

Car seat » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:09 am

· #148210
משולם שטיינפעלד
א בילד האסטו?

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:10 am

· #148217
אינעם פריערדיגע לינק.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:46 pm

· #148236
אלעס איז אין דער לינק.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 1:22 pm

· #148239
וואס מיינט דאס:
כשהגיע לפרקו האט אין איהם בוחר געוועהן הרה"ח המפורסם ר' משה צבי וואקסמאן זצ"ל,דער שווער פון כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


הרה"ח המפורסם ר' משה צבי וואקסמאן זצ"ל איז שוין דאן געווען דער שווער פון דיין רב זז"ג?
כ'מיין אז מר. מארגענשטערן איז געווארן אן איידעם ביי מר. וואקסמאן, ערשט שפעטער ווען מהר"ש איז געווארן א מחותן מיט מר. וואקסמאן איז מר. וואקסמאן געווארן א "זכר צדיק לברכה". לכאורה.
שטימט?

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 1:31 pm

· #148240
למפרע הוא גובה.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 1:34 pm

· #148241
😂

I'm back » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:26 pm

· #148247
זיי טענ'ן אז זיי ווילן טוען אנדערע מצות מיט די געלט.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:57 pm

· #148248
לי הכסף ולי הזהב נאום ד'.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 3:05 pm

· #148249
I'm back מאכט ע"פ רוב ווערטלעך, געווענליך נאך איידער איך לייען זיינע תגובות שמייכל איך שוין....

משולם שטיינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 9:40 pm

· #148413
יומא אריכתא



נ.ב. ווער עס האט עפעס שיין צו דערציילן איבער דער נפטר, זאל זיך נישט שעמען צו שרייבן.

הייסט זיין ערשטע נתינה פאר באבוב איז געווען $675,000 וואס ער האט מוחל געווען? טאקע נישט געדזשאלעוועט

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:05 pm

· #148427
לכשאפנה אשנה.

משולם שטיינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:08 pm

· #148432
וואס איז די קופה געצילט געווארן פאר?

ער איז געווען אזא עושר? מיליאן דאללער קעש?

I'm back » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:10 pm

· #148433
די ביסט גוט משוגע! 👍

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:23 pm

· #148436
אין מספרין אחר מיטתו וכו'.

בעל הבית » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:24 pm

· #148437
נא!!!!!!!!!!!!!! מען רעדט נישט אזוי אויפ'ן מרא דאתרא

I'm back » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:24 pm

· #148461
דא האט איר א בילד.
ר' מענדל ז'ל איז די ערשטע פון לינקס.
111.JPG

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:33 pm

· #148469
.

בעל הבית » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:36 pm

· #148472
כתר הרימון אין בני ברק

I'm back » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:38 pm

· #148473
דאס איז ביי ר' בן ציון אהרן וואקסמאן'ס חתונה.
ר' סענדער איז געווען די מחותן, און די רב האט געטאנצן אליין. יודל האט לכאורה געדארפט בעביסיטן די קינדער...

I'm back » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:47 pm

· #148476
אגב, אין די לעצטע יארן האט ער געטראגן ווייסע זאקן (אלס קאצקע אייניקל לכאורה). דער בילד איז פון 10 יאר צוריק.

I'm back » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:48 pm

· #148477
וועלכע קינדער רופסטו הנגיד און וועלכע נישט?
היינט זענען שוין אלע נגידים...

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:51 pm

· #148478
I'm back
דא האט איר א בילד.
ר' מענדל ז'ל איז די ערשטע פון לינקס.

די ערשטע פון לינקס זעט מיר אויס צו זיין די כלה.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:53 pm

· #148479
.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:53 pm

· #148480
זאת נחמתי.

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:34 am

· #148519
איינער האט אפשר א קלארערע בילד, כ'בין בין נייגעריג צו איך האב איהם געקאנט..

אביגדור » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 10:34 am

· #148549
יום ה' בבוקר.

סאו וואט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:22 pm

· #148911
כידוע בבית באבוב, האט געהערשט א גרויס אנגעצויגענקייט און התנגדות להדרך של קאצק,
אזאש אז און דו ערשטע צייטן וואס מהר"ש מבאבוב איז געוועהן דא און אמעריקא האט מען נאך געקענט הערן
פון אים מאמרים אקעגן קאצק, נגערעד אז דו קדושת ציון האט נישט געדשאלעוויט אקעגן קאצק,
אבער ווען רבי מענדל איז אריין לישיבת באבוב, האט רבי שלמה'לע מבאבוב אויף געהערט צו האקן נגד קאצק.

אביגדור » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:35 pm

· #148914
איי-וועלט בילד פונעם קוצק'ער זי"ע.
📎 קוצק.jpg

בעל הבית » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:23 pm

· #148927
ווי פינקליך זאנען די שטריכן, ממש לעבן די באבוב'ע חן , אדער מער רעכטס?