ערב ראש השנה 'צו טון' ליסטע
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4681
ערב ראש השנה 'צו טון' ליסטע
מ'שטייט אויף פרי צו א לאנגע סליחות
מ'קויפט א נייעם מעסער
נישט פארגעסן צו קופן שהחיינו פירות
רינדיכיגע חלות מיט א הענט פארום דערויף
מ'רופט אן די עלטערן און זיידעס ווינטשן א גוט יאר
דע חבירים איז גענוג נאר מיט טעקסטן א גוט יאר
התרת נדרים
זיך שערן האר און נעגל
וואס נאך?
קויפן א נייע לוח אויפן וואנט (אחוץ אויב איז שוין איינס ארויסגעפאלן פון "דער איד", דאן איז גענוג ארויפקלעבן)
א פרוזבול בעפאר די שמיטה יאר
איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט
הירשל ציגאיך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט
איר געדענקט די פונקטליכע דאטום ווען איר האט זיך געשוירן דאס לעצטע מאל?!?!
שמעקעדיגקויפן א נייע לוח אויפן וואנט (אחוץ אויב איז שוין איינס ארויסגעפאלן פון "דער איד", דאן איז גענוג ארויפקלעבן)
א פרוזבול בעפאר די שמיטה יאר
דאס יאר איז פרוזבול?
עירוב תבשילין
איך האב פארגעסן דאס וויכטיסטע
תשובה טון
תשובה טון איז אויף די ערב ר"ה ליסטע?
אדער הייבסטע אן אלול, אדער דערמאנסטו זיך ביי תפלת זכה, ווען דער רבי שרייעט "עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר"
די פארשלעפטע דערמאנען זיך הושענא רבה ווען דער קעניג פארלאזט שוין דעם אוידיענץ.
אבער ערב ר"ה?? וואו האסטו געזעהן די מנהגים, ביי דיין זיידן??
I'm backהירשל ציגאיך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט
איר געדענקט די פונקטליכע דאטום ווען איר האט זיך געשוירן דאס לעצטע מאל?!?!
איך געדענק משום סיבה. א פלומעניצע האט געמאלסט חתונה געהאט
נו וואס איז די תשובה?
איך מיין ס'האט א מקור אין ספרים צו זיין אפגעשוירן אויף ראש השנה
אוודאי. דו ווייסט נישט?
דער הייליגע צאדיק הסקווירא פון ספרינג וועלי, האט געטראפען א טור ברקת.....
כ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)
הירשל ציגכ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)
ס'איז נישט ספירה, קענסט דיך שערן היינט אויך, איך האב מיר שוין געשוירן פאר שבת
שרייבערהירשל ציגכ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)
ס'איז נישט ספירה, קענסט דיך שערן היינט אויך, איך האב מיר שוין געשוירן פאר שבת
פאר שבת איז געווען 2 וואכען דערנאך, ווער שערט זיך יעדע 2 וואכען??
הירשל ציגאיך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט
יעדעם כאפט א התעוררת אויף א אנדערע וועג,ווען הירשל וויל זיך הייליגען קומט ער אויף ק״ש פרעגן שאלות אבא האיך מעשרין את המלח
קינות גירושיןהירשל ציגאיך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט
יעדעם כאפט א התעוררת אויף א אנדערע וועג,ווען הירשל וויל זיך הייליגען קומט ער אויף ק״ש פרעגן שאלות אבא האיך מעשרין את המלח
זעהט אויס ביינאייך איז די התעוררות יענעם צו קלאפן...
מגלחים זקנם טור
קויפן טישואס.
טובל'ען די נייע מעסער
קויפן און אנגרייטן האניג ביים טיש
מחזורימ'לעך
אנשטעלן וועקער זייגער בעפארן עלות (להנוהגים כן)
רוקן די שבת זייגערס פון די געוענליכע שבת שעות צו די שפעטער ר"ה שעות, עירקאנדישאן און לעקטערס וכו'.
יש נשים הנוהגים ללכת למקוה
ויש נשים הלובשים על ר"ה רק טיכל לבן
שטייט און מטה אפרים אז מען זיך אפשערן ערב יו"ט, צו ווייזען אז מען איז זיכער אז מען גייט באקומען א גיט יאר און מען איז רעדי פריש אפגעשוירן
איך לייד פון סטעידזש פרייט, אויך התרת נדרים איז מיר א אפקומעניש. איך גיי קיינמאל נישט צו צום עמוד, אפילו א עליה איז א דורכגאנג. יעדעס יאר ווינטש איך אז מ'מוז נישט מאכן התרת נדרים
אפשר ווייסט טאקע איינער פארוואס מאכט מען יעדעס יאר נאכאמאל התרת נדרים, נאכדעם וואס יעדן יאר איז מען מגלה דעת אז אלע נדרים מהיום והלאה איז בטל ומבוטל?
און דערנאך איז מען עס מבטל נאכאמאל יוכ"פ ביי כל נדרי.
בפרט היינטיגע צייטן וואס קיינער מאכט נישט קיין נדרים און כמעט נישט קיין קבלות.
איך האב א חבר וואס האט די זעלבע פראבלעם, שטעל איך ציזאם אפאר גיטע חבירם אזוי שעמט ער זיך נישט אזוי שטארק
סאיז דא פלעצער ווי מצוטיילט סגאנצע ביהמ"ד אין צוויי און ממאכט די התרת נדרים אויף איינמאל. א גווטע עצה פאר די שעמעוודיגע
נישט פארגעסן אויך צו קויפן דעם ''איד'' (און ''די צייטונג'' {אפציאנאל})
היימישערשטייט און מטה אפרים אז מען זיך אפשערן ערב יו"ט, צו ווייזען אז מען איז זיכער אז מען גייט באקומען א גיט יאר און מען איז רעדי פריש אפגעשוירן
שטייט אין גמרא דאכט זיך
נו אבער עס איז נישט קיין חוק בלי טעם זיך צו שערן ער"ה, די טעם איז דאך אז מ'גייט נישט אריין אין יום טוב מנוול און ווייזען אז מ'איז בטוח אז מוועט זוכה זיין בדין, איז אז איינער האט זיך ערשט יעצט געשוירען און ער זעהט אויס גוט וואס איז די ענין זיך צו שערן סתם כחוק בלי טעם? ווען דו האסט א שופט בשר ודם וואס דו ווילסט אויסזעהן גוט שערסטו זיך אויך? העכסטנס קעם דיך שיין אויס די האר און שוין. נישט יעדער זאך דארף מען מאכען פאר א חוק בלי טעם ומנהג שבטל טעמו.
עכ"פ אין דעם איז נישט קיין ספק אז העלפען אין שטוב רוהיג איז וויכטיגער.
החותך חיים לכל חי - איינהאנדלען א מעסערל.
אל תטוש - לייגן דעם ברעדה פארן וגילו.
מאכט זיכער אז דאס מעסער זאל חלילה נישט האבן קיין זעגעליך צדיקים האבן זעהר מקפיד געווען אויף דעם
מאכט זיכער צו האבן דבש חי דוקא א נישט איז אן ערענסטע שאלה
קויפן האניג סזאל זיין לרחצה מה טוב ומה נעים איינצוטונקען ביז חמשה עשר בשבט
מאכט זיכער צו קויפן די עקזאטישע שטעכעדיגע אינטערגעצאלטע פרוכט מיט די מאדנע טעמים פאר שהחיינו
ניסלעך שטארק כדאי אוועקצופאקן פאר א פאר חדשים נאך אלעם ישראל קדושים
וועגן פארשידענע מאכלים וואו סאיז פאראן א חשש פון לימענע זאל מען זיך פארבינדען מיט א אינזערע מורי רעות סאיז זייער פארצווייגטע דינים וואס ברויך א קבלה איש מפי איש
בנוגע וועלעכע נאכט מעסט די מילגרוים איז א מחלוקת הפוסקים כדאי יעדער זאל זיך פארבינדען מיט זיין מורה רעה
[ציטאט אראפגענומען]
מזאגט נאך פון צדיקים אז פרעגן אויף א מנהג ישראל קדושים ווי איז די מקור איז אפיקורסות ממש, מ'טאר אפילו נישט פרעגן ווער ס'האט דעס געזאגט.
די מעסער האט זיכער א מקור ס'זאל ישט זיין זעגעלדיג. ס'ישט קיין ליצנות
זר זהבדי מעסער האט זיכער א מקור ס'זאל ישט זיין זעגעלדיג. ס'ישט קיין ליצנות
כ'מיין דאס מעסער אליין נו איז דאך א בפירושע פסוק החותך חיים לכל חי
אדרבה סאיז פארהאן דא גרויסע בקיאים דא, ווייסט איינער א מקור אז ס'זאל נישט זיין זעגעלדיג, די צייט לויפט שוין באלד אפ.
לגבי שבת שטייט אין 'באר השבת' (דוכט זיך) א גאנצע ליסטע מיט מקורות קעגן זעגלדיגע מעסערס.
גיין אין Gym, א גאנץ יו״ט קען מען נישט
וואס הייסט יו"ט קען מען נישט?
א גאנץ דאווענען שאקעלט מען זיך...
קאווע טרינקערוואס הייסט יו"ט קען מען נישט?
א גאנץ דאווענען שאקעלט מען זיך...
דעס איז נאר גוט פאר די lower back, אלע אנדערע אברים שלאפען א גאנצע טאג
דאס אז מ'שאקעלט לשנה טובה פאר א האלבע שטאט איז נישט גענוג?
כהאב זיך דערמאנט נאך א וויכטיגע זאך מ'זאל האבן צו די האנט גענוט'ס לוח און נטעי גבריאל לדעת את המעשה אשר יעשון
לכל בעלי האייפון ודומיו אל תשכחו להפקיר את האייפון או לעשות "מכירת אייפון" (בשונה ממכירת חמץ במכירת אייפון לא צריך דווקא גוי) לפני ר"ה, כי אחרת הרב/האדמו"ר/הר"י של מקום התפילה שלכם יכול לדפוק לכם ברז ברגע האחרון ולהודיע שהבעל תוקע מכוין שלא להוציא ידי חובת תקיעת שופר כל מי שמחזיק באייפון
. אני מפקיר את האייפון ודומיו שלי מכאן ולהבא לכל אימת שאיזה רב, אדמו״ר, בעל תוקע, שליח ציבור, מקרא מגילה , מקדש על היין בקידושא רבא וכל שום אחת מהמצוות שירצה מקיים המצווה לא להוציא ידי חובה את בעלי האייפון ודומיו שמכירה זו של האייפון ודומיו תחול מרגע לפני קיום אותה המצווה עד רגע אחד לאחרי תום אותה מצווה וגם אם אשכח להודיע זאת באותו הרגע הרי יחול ההפקר על סמך הודעתי זאת באפי תלתא ויותר מבאי הפורום וכן אם נכנסתי בטעות אם האייפון ודומיו לבית שתלה שלט קדוש על חלונו הריני מבקש סליחה מיושבי הבית ההוא שחיללתי להם את ביתם הקדוש .טפו טפו טפו, איכסה איכסה אמן ואמן וכל טוב סלה.
קען מען מפקיר זיין די אייפאון יום טוב? איז די קנין חל? אדער אוקי ברשותיה בע"כ?
איך האף אז די עולם טראגט נישט עכט די דאגות פון ווערן גע'מוציא'ט מיט תקיעת שופר. ערשטענס, זיי מיינען עס נישט ערענסט. צווייטענס, אפילו ווען יא איז עס נישט קיין פראבלעם.
אז מ'רעדט שוין וויל איך מכריז ומודיע זיין אז עני רב וואס האט נישט קיין סמארטפאן בין איך נישט מוציא מיט אלע תפילות וואס איך דאווען פארן עמוד. און ווען איך רייס איין ישועות פאר כלל ישראל, מיין איך אלע אויסער זיי. 😂
Here you have it, I said it.
איך הער אז די רבנים פלאנען צו אסרן ישיבות און מוסדות החסד צו נעמען נדבות פון מענטשען וואס האבן סמארטפאוןס
מכאן מודעה יוצאת, יעדע רב וואס וואגט זיך נישט מוצא זיין איינעם מיט זיין בלאזען שופר איינער וואס האט א סמארטפאן בין איך נישט משתף בעירובו
מוצאי ראש השנה טהון ליסט,
פיצט די ציין
נעמט זאפארט א שויער
פרוזבול
א גיט יאר טייערע שטיבל חברים
אזורי ווי מיר האלטן פאר שנת השמיטה דארף מען געדענקען צי מאכן א שטר פרוזבול.
אויב זענט איר א לוה מאכט זיכער אז דער מלוה מאכט נישט אדער שרייבט אינטער זיין ש"פ וועט איר נאכדעם קענען לייקענען..........
אויב איזה שוין דא אזא אשכול ביטע לינקען ואתחם הסליחה
פרוזבול איז נעקסטע יאר. על כל פנים לויט רוב דיעות.
לכתחילה זאל מען מאכן היי יאר אויך. אגב, אויב האט מען נישט די צעטל, איז גענוג אז מ'זאגט פאר א בי"ד (עני דריי מענטשן) אז מ'געט זיי איבער אלע חובות וואס אנדערע זענען שילדיג, ס'מוז נישט זיין געשריבן
קאווע טרינקעראיך הער אז די רבנים פלאנען צו אסרן ישיבות און מוסדות החסד צו נעמען נדבות פון מענטשען וואס האבן סמארטפאוןס
די מוסדות זענען עס מזכה קודם פאר א גוי, אזוי אז עס מער נישטא קיין חשש.
פישל'ע העררינגפרוזבול איז נעקסטע יאר. על כל פנים לויט רוב דיעות.
איך מיין דער רמב"ם האלט אזוי וויבאלד שמיטה משמט לבסוף אבער רוב פוסקים האלטן מ'מאכט ערב שמיטה . די בעסטע איז צי מאכן 2