☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » עצלות המוח

עצלות המוח

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4675

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 10:55 pm

· #147556
עצלות המוח
מאכט זיך אמאל, אזוי בין תנור לכיריים, בשעה אשר לא יום ולא לילה, ווען דער מוח ווערט פארפרוירן און עס אנטזאגט זיך אויסצופירן די באפעלן פון איר בעל הבית. אסאך מאל פאסירט עס אויף די טמא'נע כלי הנקרא אינטערנעט, ווען מ'מישט און מ'קוקט און מ'טוט גארנישט אויף, אנדערע מאל פאסירט עס סתם אינמיטן א גרינער ויאמר. ס'זעצט זיך אראפ עפעס אזא שטויביגע פוילקייט אויף דעם גאנצן גרעיער געגנט דארט אויבן אין קאפ, און ס'ווילט זיך פשוט אריינגיין אין א ד' על ד' און קלאצן אויף די פיר ווענט עד שיבא פנחס.
וואס טוט מען אין אזא פאל? האט איינער עפעס א עצה?

גנדי » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:03 pm

· #147559
ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:05 pm

· #147560
גנדי
ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

דאס איז דאך דער חורבן. מ'בלייבט איינגעזינקען אין די קאווע ביז מ'ווערט דערטראנקען.

ידען » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:56 pm

· #147578
גנדי
ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

וויזוי זאגט מען אויף איינער וואס איז אלע מאל אין קאווע שטיבל?

א עצל?

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:01 am

· #147583
די גאנצע אשכול קומט פון עצלות המוח......... עצלות צו נוצן דעם מח

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:11 am

· #147590
ידען
גנדי
ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

וויזוי זאגט מען אויף איינער וואס איז אלע מאל אין קאווע שטיבל?

א עצל?

אן עצל? א שטיין!
גאנצל
די גאנצע אשכול קומט פון עצלות המוח......... עצלות צו נוצן דעם מח

אודאי, וואס איז די שאלה. אבוויעסלי ווען איך בין אין די אתערותא דלעילא גיסטע ברויך איך נישט שרייבן אזא אשכול.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:25 am

· #147598
יאיר, פאר אזא מוח פרירונג איז נישטא קיין עצה, ירעה עד שיסתאב.

שליח » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:07 am

· #147654
@יאיר, זינגט דאס איבער אחת ושבע.

דער כלל איז, אז ווי יעדע זאך ארבעט דאס אויך מיט inertia, איז די עצה פשוט 'עפעס' צו טון, to get things rolling. איין זאך וואס איך נוץ צומאל איז: נעמט א רענדאם נומער (למשל 22), פארדאפלט עס אין מח מיט זיך (484 = 22 * 22), דערנאך נעמט די תוצאה און פארדאפלט עס מיט זיך, און אזוי ווייטער. פרובירט עס צו מאכן די שנעלסטע וואס מעגליך, קיינער פארהערט אייך סייווי נישט קיין מאטעמאטיקס, ביז איר הייבט אן צו שוויצן. אז איר האלט שוין ביי די מדריגה איז עס שוין נישט ווייט פון גילוי פנחס.

טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:28 am

· #147655
שליח, איך האב נישט פארשטאנען. וואס מיינסטו 'מיט זיך' ? מיינסט מסתמא "דאפל עס אזויפיהל".

טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:35 am

· #147656
יאיר, איך טוה פארשידנס, די ערשטע אפציע איז א שאווער מיט מוזיק.
אדער לייענט מען די נייעס
מ'קוקט יוטיוב וויאזוי דער זן ומפרנס, איז משביע לכל 'חי'.
אויב האסטו פעיסבוק ביסטו שוין א געהאלפענער
אדער זעצט מען זיך ביים רעדל, הויכע מוזיק, און מ'לאזט זיך ארויס אויפ'ן הייוועי אויף הויכע ספיד.
און אז דאס אלעס ארבעט אויך נישט, גיסט מען אריין אין גארגל א שאט, צוויי. ס'דא וואס זענען גורס א פיינט ביר, און משם ואילך איז דיין פלאץ אין בעט.

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 10:52 am

· #147686
יאיר
ידען
גנדי
ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

וויזוי זאגט מען אויף איינער וואס איז אלע מאל אין קאווע שטיבל?

א עצל?

אן עצל? א שטיין!
גאנצל
די גאנצע אשכול קומט פון עצלות המוח......... עצלות צו נוצן דעם מח

אודאי, וואס איז די שאלה. אבוויעסלי ווען איך בין אין די אתערותא דלעילא גיסטע ברויך איך נישט שרייבן אזא אשכול.



אקעי איך הער. דעמאלס האף איך אז ס'מאכט זיך נישט ביי דיר אסאךלתתא'דיגע מאמענטען

טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 7:00 pm

· #147869
יאיר, קענסט אייביג אריינגיין אין מאחורי הפרגוד.