☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » לשנה טובה - שמאעזיע

לשנה טובה - שמאעזיע

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4663

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:35 am

· #147253
לשנה טובה - שמאעזיע
לשנה טובה - שמאעזיע

דער שמש ברימט
א נייע יאר ס'קומט
מ'זאגט שוין סליחות
יאר נאך יאר טועכעס
אן א לחלוחית
צו אלע רוחות
פארכמורעטע טיפ אידן
זענען צופרידן
א גוטע ריזען
ס'דאך זייער סיזען
זיי זענען ידו ברמה
אין מיר א נקמה
די טיפ וואס א גאנץ יאר לאכן
מוזן זיך נעבעך יעצט מאכן
אבער נישט אונטערשטעליג
זוכן פאר השם צו זיין געפעליג
אין שול כ'וויין
די פרומע קענען נישט פארשטיין
וואס וועט דא זיין
ער גנב'ט מיין שטיק ס'נישט שיין
איך ווער ריין
יענער שוין נישט אליין
ס'וועט זיין פיין
כ'וועל האבן א חן
מיין נשמה שיין
בעט אויס א גוט יאר
פאר שאאר
יעדער פון קאווע שטיבל
צי ער גייט מיט שיך אדער שטיוול
א פאפא בעלזע אדער זאלביטובע
זיך אויסבעטן א שנה טובה
-------
איך קען אויך! 😳

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:41 am

· #147256
סאיז אינטערסאנט אנצומערקן אז לעצטענס ווער עס האט נאר הענט און פיס אין שטיבל פארפאסט פאזיעס. אויסער איין ניק וואס מען הערט נישט פון אים און דאס איז: חזקיהו המלך.
לפי"ז טראכט איך אז די גאנצע פאזיע גייסט וואס הערשט לעצטענס דא אין שטיבל האט עפעס א שייכות מיט די פלארייד אין די וואסער. וואספארא שייכות עס האט ווייס איך נאכנישט פונקטליך כ'וועל דאס לאזן פאר חזקיהו מסביר זיין בטוב טעם ודעת, היו נכונים פאר א לאנגן שבת תשובה דרשה פון חזקיהו המלך!!!
שא, שא, דער קעניג גייט..

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:48 am

· #147257
נא נא ער איז שוין איינמאהל אקטיוו ער איז פאראייוועלטעט געווארן.

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 8:09 am

· #147267
זר, זייער פיין! וואלסט געקענט זיין א געוואלדיגע rapper. האסט א גוטע פאך אין דער האנט, פרנסה קלה ונקיה.

טאמבל סאס » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 8:20 am

· #147271
נקיה?? ווייס איך נישט.
"מ'זאגט שוין סליחות
יאר נאך יאר טועכעס -- אן א לחלוחית"

גנדי » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 8:55 am

· #147274
הוגה
זר, זייער פיין! וואלסט געקענט זיין א געוואלדיגע rapper. האסט א גוטע פאך אין דער האנט, פרנסה קלה ונקיה.


פרנסה קלה! ונקיה?

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:47 am

· #147286
זר זייער שיין
הארט ווי א שטיין
קענסט דאך יא
מיר אלע שרייען אהה
שיינע שמאעזיע
געבויעט אויף פאנטאזיע
א גוט יאר אויף דיר
און אויך אויף מיר
------
דאס קען איך אויך.. 😉

אויס מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 8:10 pm

· #147489
זר טוט ריכטיג פרובירן
מיט יעדן זיך שיין צופירן
ווייזן ברייטקייט
און גרייטקייט
צו ווינטשן יעדן אין די ראי'
פון בעלזא ביז
זאבולטוב,
יעדן האלטן חשוב
אבער אין די זייט נאכאלץ א חשבון אנגעשמירט
מיט די אנדערע סאטמאר ער האלט און פירט
וועלמיר אלע אין א קווייער
אים ווינטשן די גאנצע חבריא
א געזונט יאר אויף דיר
א יאר אן סומעטאכעס
דא צו בלייבן להאכעס

אויס מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 8:12 pm

· #147490
זר גייסט תשובה טון פארן איבערלאזן דעם שטיבל?

האב עס אינזין ביי וזר לא התערב במחנינו

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 8:40 pm

· #147500
די קעפל איז ציקער זיס...

מאראנצןזאפט » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 9:10 pm

· #148121
זר איך בין נישט אנגעקומען צו קאמענטירן ביז יעצט נאך התרת נדרים...

דו ביזט דע בעסט
פאקסט איין קעניע וועסט
איך גיי פאר דיר קרעזי
שענער פון דזשעי זי
וואס איז געווען איז געשען
קאמפעטישאן פאר ליל וועין
די מצוה מ'טוט
אן אתרוג א היט
איך געב נישט קיין ש*ט
א לולב וואס פיט
פארפאקט אין א קיט
הדסים המשולש וחוט
ערבות ס'איז גוט
חלה האניג מיט
ענד דעטס עבאוט איט

איחוד פעלד » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:03 pm

· #148130
דער קעניג האט געשיקט דער פאלגענדע
זיי זאגען איך האב אן אגענדע
אבער מיר שרייבען נישט גראמען
ווייל אזוי האב איך בקבלה פין מיין מאמען
אז גראמען זענען ליגענט
און נישט אינטעליגענט
מים,
גראמט מיט חיים
אבער מען ווערט פין דעם צו'חושט
ווייל פלארייד איז דארט אריין געמישט
באראק האסיין
גראמט מיט שיין
מיאוס און גארנישט קיין מאן
א אייניקעל פין כנען.

יואב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 9:01 am

· #148203
---