☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ניי-ערשינען: "השגחה פרטית: טווין טאוערס"

ניי-ערשינען: "השגחה פרטית: טווין טאוערס"

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4660

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 7:47 pm

· #147162
מענטשען כאפן נישט השגחה פרטית איז פונקט אזוי ביי די וואס זענען אומגעקומען רח''ל. סדא פונקט אזאלכע מעשוית פונקט יענע טאג האט ער געכאפט א פריערדיגע מנין ווייל זיין קונד האט עם אטיפגעוועקט פרי, ציליב די טריפ . און ער איז אנגעקטמען פריער און אפיס און געשטארבן.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 7:49 pm

· #147164
אבער יענע זענען דאך נישטא צו פארציילן זייערע השגחה פרטיותער...

טאמבל סאס » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 8:07 pm

· #147170
נו, איז דאך גוט. קען מען דאך מאכן פיהל מער..!

מאראנצןזאפט » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 10:29 pm

· #147204
שמעון ראלינצקי האט אן אינטערוייו אויף קול מבשר איבער דעם ביכל, פרעגט ער אים דארט איבער עפעס גראמאטישע כללים אויף דאס ווארט "דראמאטיש". למעשה האקט זיך עס אפ און מ'הערט נישט וואס ער וויל.
האט ער מיך געמאכט נייגעריג, בעט מען אלע וואס זענען בידידות מיט שמעון (!) זאלן אים אנפרעגן וואס ער האט געוואלט דארט.

משולם שטיינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 10:55 pm

· #147214
[ציטאט אראפגענומען]

אויף די דעקל פון די ערשטע מהדורה איז געווען א גרויסע טעות מיטן אידישע דאטום פונעם טעראר אטאקע, עס איז געשטאנען כ"א אנשטאט כ"ג אלול.

אויף די מהדורה שני' האבן זיי גענצליך עלימינירט די אידישע דאטום, א זאך וואס פאסט לכאורה אויף א ביכל געווידמעט אויף השגחה פרטית

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:54 am

· #147289
[ציטאט אראפגענומען]


מיך אויך, עס איז געווען כמים קרים צו ליינען אפאר ערשטהאנטיגע סיפורים פון דעם שרעקליכן טראגעדיע.

מיר געפעלט שטארק די "לאגא" פונעם נייעם בוך, די ווא"ו'ין פון טווין טאוערס זענען א בילד פון די צוויילינג געביידעס.

אנאנים, איך פארשטיי באמת נישט דיין טענה, אלמלי דאס וואלט געווען דער איינציגער באשרייבונג פון דעם סעפט. 11 פארשטיי איך דיין סברא, הלמאי מען גיט ארויס בלויז "שגאכע פראטיס" מעשיות,
אבער מיר האבן דאך שוין בוכלעך און צייטונגען באשריבן מינים ממינים שונים, בנוסף צו קליפס און ווידעאס אין די טויזענטער. נו מה כל הרעש אז איינער נעמט עס פון אן אנדערן קוק-ווינקל, און באשרייבט די געראטעוועטע? איז עס נישט ווערד?

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:35 pm

· #147369
אין די ביכלעך פונעם קריג, וואס יעדער באשרייבט זיינע ניסים, שרייבען זיי נישט זייערע האשגאכע פראטית (אזוי שרייבט מען עס קופי?) מעשיות אפילו מליונע זענען נעבעך דערהארגעט??

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:33 pm

· #235216
נולד מאוחר
מענטשען כאפן נישט השגחה פרטית איז פונקט אזוי ביי די וואס זענען אומגעקומען רח''ל. סדא פונקט אזאלכע מעשוית פונקט יענע טאג האט ער געכאפט א פריערדיגע מנין ווייל זיין קונד האט עם אטיפגעוועקט פרי, ציליב די טריפ . און ער איז אנגעקטמען פריער און אפיס און געשטארבן.

איך ווייס לכה"פ איין אזא מעשה מיט אלע אינטרעסאנטע פרטים ארום דעים. געהערט מכלי ראשון. פון דעם רב הביהמ"ד.
והנה: מיט בערך 25 יאר צוריק איז געוועין אן עקספלאוזשן אין בארא פארק ביי א פלאמבינג סופליי געשעפט. ומעשה שהיה כך היה. צו דעם פלאמבינג סופליי סטאר האט מען געברענגט א דעליווערי פון די גאז טאנקען (אסעטילין, וכדומה.) וואס די פלאמבערס נוצן ביי זייער ארבעט. איינס פון די טאנקן האט זיך ארויסגעגליטשט בשעת די דעליווערי, און איז אריינגעפאלן אין בעיסמענט, וואו ס'האט געקראכט און די גאז איז ארויסגערינען. די גאז אין די לופט פון בנין האט זיך אנגעצינדן און דאס האט גורם געוועין אז די איבעריגע געז טאנקען מכל המינים זאלן אויך אויפרייסן. דער אויפרייס האט צושאקלט דעם גאנצן בנין. אויך האט עס אראפגעריסן א ריזיגן עיר קאנדישאן וואס איז געוועין אין א פענצטער. די עיר קאנדישאן איז ארויפגעפאלן אויף די קאפ פון צוויי יודן וועלכע זענען פונקט דאן אריבערגעגאנגען דארט.
איין יוד איז געוועין פון ארץ ישראל. איהם האביך נישט געקענט. דער צווייטער יוד איז געוועין אן עלטערער בחור, וועלכער האט יענעם טאג געדאוונט פאר'ן עמוד און געגעיבן תיקון אין ביהמ"ד, "בטעות". ער האט געזאגט אז ער האט יארצייט נאך זיין טאטן. ווען מ'האט עים מעורר געוועין אז זיין טאטנ'ס יארצייט איז ערשט דעם נעקסטן טאג האט ער גארנישט געזאגט. א פאר מינוט נאכדעים וואס ער איז ארויס געגאנגען פון ביהמ"ד איז ער אדורך ביי יענעם פלאץ... און איז שוין ליידער נישט געוועין בין החיים...!

outspoken » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:41 pm

· #235224
די 'קול מבשר' מעשה פון מענדעלע ח. (אוי אנטשולדיגט הצדיק נסתר הרב מנדל ווייס זי''ע) שטייט אויך דארט?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:44 pm

· #235226
outspoken
די 'קול מבשר' מעשה פון מענדעלע ח. (אוי אנטשולדיגט הצדיק נסתר הרב מנדל ווייס זי''ע) שטייט אויך דארט?

אוטספאוקען: איך האב געמיינט אז דו גייסט מגיב זיין אויף מיין מעשה. בכא"ו וואס איז געוועין די מעשה מיט מענדל דער ח---. דו מאכסט מיך געפערליך נייגעריג...!

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:33 pm

· #235245
berlbalaguleh
נולד מאוחר
מענטשען כאפן נישט השגחה פרטית איז פונקט אזוי ביי די וואס זענען אומגעקומען רח''ל. סדא פונקט אזאלכע מעשוית פונקט יענע טאג האט ער געכאפט א פריערדיגע מנין ווייל זיין קונד האט עם אטיפגעוועקט פרי, ציליב די טריפ . און ער איז אנגעקטמען פריער און אפיס און געשטארבן.

איך ווייס לכה"פ איין אזא מעשה מיט אלע אינטרעסאנטע פרטים ארום דעים. געהערט מכלי ראשון. פון דעם רב הביהמ"ד.
והנה: מיט בערך 25 יאר צוריק איז געוועין אן עקספלאוזשן אין בארא פארק ביי א פלאמבינג סופליי געשעפט. ומעשה שהיה כך היה. צו דעם פלאמבינג סופליי סטאר האט מען געברענגט א דעליווערי פון די גאז טאנקען (אסעטילין, וכדומה.) וואס די פלאמבערס נוצן ביי זייער ארבעט. איינס פון די טאנקן האט זיך ארויסגעגליטשט בשעת די דעליווערי, און איז אריינגעפאלן אין בעיסמענט, וואו ס'האט געקראכט און די גאז איז ארויסגערינען. די גאז אין די לופט פון בנין האט זיך אנגעצינדן און דאס האט גורם געוועין אז די איבעריגע געז טאנקען מכל המינים זאלן אויך אויפרייסן. דער אויפרייס האט צושאקלט דעם גאנצן בנין. אויך האט עס אראפגעריסן א ריזיגן עיר קאנדישאן וואס איז געוועין אין א פענצטער. די עיר קאנדישאן איז ארויפגעפאלן אויף די קאפ פון צוויי יודן וועלכע זענען פונקט דאן אריבערגעגאנגען דארט.
איין יוד איז געוועין פון ארץ ישראל. איהם האביך נישט געקענט. דער צווייטער יוד איז געוועין אן עלטערער בחור, וועלכער האט יענעם טאג געדאוונט פאר'ן עמוד און געגעיבן תיקון אין ביהמ"ד, "בטעות". ער האט געזאגט אז ער האט יארצייט נאך זיין טאטן. ווען מ'האט עים מעורר געוועין אז זיין טאטנ'ס יארצייט איז ערשט דעם נעקסטן טאג האט ער גארנישט געזאגט. א פאר מינוט נאכדעים וואס ער איז ארויס געגאנגען פון ביהמ"ד איז ער אדורך ביי יענעם פלאץ... און איז שוין ליידער נישט געוועין בין החיים...!

Wow ממש השגה פרטית!