☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אשכול אן א טיטל #4654

אשכול אן א טיטל #4654

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4654

— » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:46 pm

· #147049

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ידען » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:49 pm

· #147051
זייער שיין

בן תמליון » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:51 pm

· #147052
הערליך קופערניקעס. בלייבט אונז נאר צו ענטפערן א הילכיקן אמן.

טאמבל סאס » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:32 pm

· #147065
הערליך און מיט רוישנדע צאפעלענדיגע פלאטערענדע געפיהלן. וענו כל העם אחריו ואמרו אמן.

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 4:27 pm

· #147079
כ'וואלט מציע געוועהן אלע פאעזיעס צוזאמען לייגען אין איין אשכול, אזוי וועלען די פאעזיעס נישט פארלוירען גיין אין דער תהום האשכולות........

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 5:21 pm

· #147102
פנים זועפות. הסתרה.

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 5:54 pm

· #147126
וכמאמר החכם: איר פרעגט וויאזוי האט געקענט געשען א שואה מיט גאט ? און איך פרעג וויאזוי האט געקענט געשען א שואה אן גאט.

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 8:28 pm

· #147179
יא גוט.

אבער ווען מען זאגט אז מען דארף תשובה טוהן ווייל אויב נישט וועט דער אויבערשטער שופך כעס זיין, איז דאך משמע אז טאמער וועט מען זיין גוט וועט זיין גוט, איז ממילא ווען אין די שואה וואלטען נאר די שקצים אומגעקומען וואלט טאקע געוועהן א קלארע ראי' אז אית דין ואית דיין, אבער היות אלעס צוזאמען איז געגאנגען אין קאלעך אויבן, און געראטעוועט געווארען זענען אויך שקצים מיט צדיקים, איז די גרויסע קשיא דא, און אויף דעם העלפט נישט קיין תירוצים אז דער סופער נייטראל ווייזט אויף א באשעפער.

נאר וואס דען? אויב גלייבט מען אין א באשעפער איז נישט שייך צו פרעגען קיין קשיות, און אויב גלייבט מען חלילה נישט, איז דאך אויך נישטא קיין קשיות.

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 9:14 pm

· #147189
מרעדט נישט דא פון דער חלק הדין והיושר פון דער שואה צו ס׳איז זיך געקומען צו נישט, דאס איז א באזונדער נושא.

מ׳רעדט דא פון דער חלק וואס ס׳האט זיך אפגעטון דארט למעלה מן הטבע׳דיגע צרות וואס אויב וואלט דאס נישט ווירקליך פאסירט וואלט זיך דאס געהערט ווי פיקציע. דער איינציגער וועג וויאזוי אזא פארנעם פון הריגות זאל אנגיין אומגעשטערט בעת דאס איבריגע וועלט שטייט פון דער זייט ציניש,און נאך צענדליגער אבנארמאלע פאקטן וואס איז פארגעקומען. דאס שרייט ארויס סופער נייטראליזם אויפן העכסטן פארנעם.