☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספר "שיח שלמה" מהרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע

ספר "שיח שלמה" מהרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4653

news10 » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:29 pm

· #147044
ספר "שיח שלמה" מהרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע
הופיע! לקראת ירח האתנים תשע"ד ספר "שיח שלמה" שיחות קודש מכ"ק אדמו"ר הרה"ק מרן שלמה מבאבוב זי"ע
יצא לאור במהדורה חדשה ע"י מערכת "בית צדיקים" בחצרות באבוב, בארא פארק
ברכת כתיבה וחתימה טובה!
א גוט געבענטשט יאר!
Sefer Siach Shlomo.jpg

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:18 pm

· #147059
ס'גייט יעצט ווערען א נייע נאמען די שיח שלמה ז"ל?
וואס איז דאס תורות? שמואסן?

באבובער » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:26 pm

· #147063
[ציטאט אראפגענומען]



תשס"ג

<a class="postlink" href="/topic/3769#p115060">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f ... 69#p115060</a>

אביגדור » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:34 pm

· #147836
.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:48 pm

· #147843
ארויף מיטן געשריבענעם צעטיל ביטע

אויב מעגליך

נישט אז כ'גלייב דיך נישט, סתם פאר מיין נייגער (אויב קענסט עס באשטיין צו שטילן)

אביגדור » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:09 pm

· #147855
יהא מונח.

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:55 pm

· #147865
זענטא רב איז טאקע א עושר פונעם דרוקן די ספרים.

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 7:06 pm

· #147873
עס ווייטאגט מיר אביסעל די מציאות וואס איך זעה דיין רבי איז דאך א געלוגענע מענטש און ווען ער וויל עפעס קען ער לכאורה עס אויספירן דאן פ״וו זיצט ער מיט פארלייגטע הענט איך בין נישט קיין אינסיידער ממילא קוקט מיר אויס פון א דרויסענדיקער בליק ווי פון איין זייט שטייט אן אייניקעל/איידעם אבער די איידעם לאכט (טאקע אפשר צופיל..) און פירט טוט און מאכט געבט ארויס ספרים גייט צו שמחות פארט ארום אין די וועלט, און פון די אנדערע זייט שטייט דער זון טאקע א מיט א גרעסערע קהילה מיט דאלע בנינים און דער זון איז אפי׳ א טויגליכער און א יודע ספר אבער די קהילה שלאפט איז עס אמת? אודרבה כבין נייגעריג צו די מצב איז ווי א.ד. ייש"כ

אביגדור » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 7:13 pm

· #147874
יא.

דולה ומשקה » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 10:18 pm

· #148135
דער ספר שיח שלמה ענהאלט טאקע שיינע שמועסן, אבער דאס איז זייער שלעכט געשריבען, אזוי אויך דער מפתח איז פונקט ווי "דער בריק צו ערגעץ נישט", שטייט א מספר פון א עמוד, אבער גארנישט וואס דו זוכסט שטייט אויף יענעם עמוד.

אכשיר דרא » זונטאג אקטאבער 6, 2013 6:58 pm

· #154464
קאמאנטירער לעבט מיט די פאקטן,
ער איז א איד וועלכע האט נאר א מויל און האט נישט קיין אויערען
ער קען נאר זאגען, אבער הערן, קען ער נישט
דאס מיינט ער וועט גיסען זיין גאנצע גארבידזש מיט זיין פרעכע מויל אויף יעדעם, אבער ווען מען ענפערט אים א ווארט סטראשעט ער אז ער וועט "שיקן אין צימעס" אדער גאר "פארשפארען" וכו', די זכות הדיבור איז געגעבען נאר פאר איהם, עס גיבט מיר אזא הרגשה אז קאווע שטיבעל איז א 48 "פובליק רעלעשאנס וועב זייטל",
ווילאנג ער האקט איז עס כשר, אבער אין די רגע וואס מען ענפערט צו גוט ווערט עס אפגעשטעלט, אונטער כל מיני תירוצים
מ'האב מער געמיינט אז קאווע שטיבעל איז א נייטראלע לעגעטימע זייטל אבער ס'זעט נישט אויס אזוי

סאו וואט » זונטאג אקטאבער 6, 2013 7:35 pm

· #154474
אז א רבי זאגט א תורה און פובליק, מעג סיי וועלעכע חסיד אדער מענטש דרוקען יענע תורה לזכות את הרבים.
און אזוי האט רבי יהושע אשר ווייסבלום שליט"א געטוען. פלעין געדרוקט דעיס וואס ער האט געהערט פון זיין רבי.
ס'קען אים קיינער נישט סטאפען. און זאל ער ווייטער דרוקען, ווילאנג קיינער דרוקט נישט גארנישט.
משא"כ ר' בנציון מיט אלע זיינע טאלאנטען (וואס ער האט אמאל געהאט...), דער איינציגסטער זאך וואס ער
האט געטוען לכבוד דו תורות פון זיין טאטע, איז אז ער האט קורא שם געוועהן בעל "דברי שלמה", ער האט
צודעים אויסגענוצט אלע זיינע טאלאנטען... הפלא ופלא. כה לחי.

יעצט, דו האלטס און איין שיקען צו צימעס, אבער מ'זעט דיר נישט דארט. כנראה ביסטו נישט גרייט פאר א דיבעיט?
אגב שמעתי פעם, אז דער פרנסה וואס מ'האט געוואלט געבען פאר רב"צ, אים אים צו מאכען פאר א רב, און דו נידרעגע פערציגע גאסען נעבן סקווירא שטיבל און סקווירא דיין שטיינמעץ האט געפייט קעגן עס.

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 8:40 pm

· #154499
דולה ומשקה
דער ספר שיח שלמה ענהאלט טאקע שיינע שמועסן, אבער דאס איז זייער שלעכט געשריבען, אזוי אויך דער מפתח איז פונקט ווי "דער בריק צו ערגעץ נישט", שטייט א מספר פון א עמוד, אבער גארנישט וואס דו זוכסט שטייט אויף יענעם עמוד.

וואס זוכסטו? חתם סופר אויף מועדים האסטו שוין גע'ענדיגט?

ס'דא א מודעה אז די עמודים האבן זיך גערוקט די לעצטע מינוט, ע"כ דארף מען צולייגן די מספר הכולל צו יעדען נומער.

איך האב גע'עפנט די ספר, און געזעהן די ערשטע שטיקל אז מ'דארף עסען פלוימען יעדען טאג אין חודש אלול, האב איך אראפגלייגט דעם ספר. ס'איז נישט פארמיר. אביי, רבא, רב שרירא גאון, און ר' אהרן קוטלר האבן געהאט א גוט געבענטש יאר אנע פלוימען.

atmybest » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 9:38 am

· #154610
ערענסט גערעדט, פארוואס דרוקט מען נישט די תורות?