☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » הוי די בלינדע

הוי די בלינדע

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4643

מאטי » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:33 pm

· #146869
הוי די בלינדע
הוי זעעדיגע ווי בלינד איר זיינט
די אויגעלעך אייערע וואס פון אייך עס נעמט

וואלט איר ווען געוויסן
וואס די סגי נהור טוהן געניסן

דער אפעל אזוי שווארץ
פונקט ווי זייער וועלט גאנץ

אנעם זעענדיגער פארטייבונגען
אין איר די וועלט זיי קוקן

מיטן לויטערקייט פונעם אייביגען פינסטערניש
וואס פארשטייען מיר זעעדיגע צו דעם חוש

דער גייסט ס׳ווערט ווי פארטונקעלט ביז
פון דער איבערבלייבעניש פונעם אור הגנוז


ווי אנגענעם די אויגעלעך פארמאכטע

ווען ליבע און הארצן עס צוגיסט

ווי א בלינדער א פארגאפטע

אייער באליבער מיט קישן עס פליסט



וואלט איר אמת ליבהאבער אזוי ליב

טעגליכע קווענקלענישן אמת׳דיג שטאלצירט

מיטן ראמאנטישן בלינדקייט איר געגעבן צוליב

אן עולם הפוך אינסטינקטיוו פאסירט