פריינט און נודניקעס
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4638
פריינט און נודניקעס
יעדער האט זיך מסתמא זיין ליסטע פון ניקס וועמען ער קען קוים סובל זיין. די וואס מוזן אלעמאל פארדרייען, אדער שרייבן אלעמאל מיט אראגאנץ און אויפגעבלאזענע חכמה, פרובירן צו פראוואצירן, אדער סתם אזוי זיין דרך כתיבה גרילצט, וכשם שאין פרצופיהן שוות וכו'. (איינער פון די עמודי השטיבל וואס איז באוואוסט מיט זיין קלוגשאפט און טאלעראנץ האט מיר געשריבן אז ווען ער זעהט א געוויסע נאמען גייט ער בכלל נישט אריין אין יענעם אשכול).
וואס איז די עצה? אויב פארלעצט יענער די תקנות קען מען עס באריכטן, אבער אויב גייט ער אויף די גרויע ליניע נישט. איז די איינציגסטע עצה צו איגנארירן, שנעל מישן ווייטער ווען מ'זעהט יענעמ'ס הודעות, און אויב האט מען עס געליינט פרובירן צו בארואיגן די הארץ-עסענישן.
נישט יעדער האט אבער אזא כח המעצור, און פארשטייט זיך מטיפה לטיפה נתמלא ההין, ס'ווערט א גאנצע געראטשקע און גאנצע אשכולות (צו גאר גאנץ קאווע שטיבל) ווערן פאר'מיאוס'ט. איבעריגס, מ'קומט דאך אהער אויף צו האבן א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען, אויב דארף מען שטיין על המשמר אויסצולאזן הודעות אדער דערשטיקן הארץ-עסענישן מה הועילו חכמים?
זענען די חכמי phpbb
געפאלן אויף אן המצאה: יעדער קען מאכן ביי זיך אין קאנטראל פאנעל א ליסטע פון חברים און נודניקעס, און די הודעות פון די נודניקעס ווערן באהאלטן, ס'בלייבט בלויז א צייכן אז דא איז דא אן הודעה פון יענעם, און אויב וויל מען קען מען דערויף דרוקן און ליינען די הודעה.
למעשה, דא אינעם שטיבל איז בלויז ערמעגליכט דער ענין פון חברים, די הנהלה האט מסתמא באשלאסן אז ס'פאסט נישט צו באטיטלען איינעם אלס נודניק (אפי' ביי זיך בחדרי חדרים) און איגנארירן יענעם'ס הודעות. כ'גלייב אבער אז דער עולם וועט מיט מיר צושטימען אז ס'וועט בלויז מרבה זיין שלום ורעות, פילע נישטיגע מחלוקה'לעך וועלן זיך בכלל נישט אנהייבן, און ס'וועט הייבן די ניווא פונעם פלאץ.
(אפשר קען מען צולייגן, מ'זאל קענען זעהן ווען די הודעה איז באהאלטן וויפיל לייקס ס'האט באקומען און פון וועמען, אזוי וועט גרינגער זיין אפצומאכן צו ס'לוינט זיך דאס צו עפענען).
מרעדט אהער מרעדט אהין, קיינער וויל נישט דערמאנען קיין נאמען, לאמער טאקע גיין אויף די זעלבע גרויע ליין, רעדן נאר ברמיזא.....
איך בין פאר דעם נייע פיטשער!!!!
אוי גיי איך האבען א זיס לעכטיגע יאר, סימנא מילתא הוא!!!!!!!!!!!!
און טאמער וועסטו זעהן אז צען מענטשען האבען דיר באטיטלט נודניק, וועט עס דיר גארנישט באדערען?
כ'בעהט טאקע קיינער זאל קיינעם נישט דערמאנען, אויך נישט ברמיזא. דאס איז א בלויז א פעטיציע צו די הנהלה, נישט קיין פראטעסט קעגן קיינעם.
איחוד פעלדאון טאמער וועסטו זעהן אז צען מענטשען האבען דיר באטיטלט נודניק, וועט עס דיר גארנישט באדערען?
מ'קען נישט זעהן ווער ס'באטיטלט וועמען מיט וואס, ס'איז א פריוואטע סעטינג אינעם קאנטראל פאנעל.
כשאני לעצמי וואלט איך זיך זייער שטארק געפרייט אז די וואס ווערן נערוועז פון מיינע הודעות זאלן עס נישט זעהן, כ'וויל באמת קיינעם נישט וויי טוהן. און כ'גלייב אז יעדער דא איז אזוי, ישראל קדושים הם.
שיכול להלך כנגד רוחו של כל אחד ואחד.
אוודאי אזוי, און איינער וואס וועט באצייכענען א צווייטן אלס נודניק בלויז צוליב יענעם'ס דעות טוט קיינעם נישט אפ אויסער זיך.
דא רעדט מען אבער פון גאר עפעס אנדערש. כ'וויל נישט ברענגען קיין דוגמאות כנ"ל, אבער כ'גלייב שווער אז איר פארשטייט נישט וואס איך מיין. איר זעהט אויס צו זיין א קלוגער איד, און כ'גלייב אז אין real life האט איר זיך אייער סטאנדארט מיט וועמען איר גלייכט צו שמועסן (אפילו אויב יענער האט גאר אנדערע שיטות ווי אייך), און וועמען איר וואלט געוואלט אויסמיידן. קומט דאס פון אומטאלעראנץ? אוודאי נישט. (און איר וואלט אויך געווען א בעלן אייער שווער זאל נישט זיין נארישער ווי ער איז...).
ביי מיר אין קאנטראל פאנעל האב איך פארצייכענט אלס פריינד טייל פון די מיט וועמען כ'האב זיך אויסגע'טענה'ט דא און קיינמאל נישט מסכים געווען מיט זיי. אדרבה, ס'איז א באזונדערע הנאה צו דעבאטירן מיט די וואס האלטן אנדערש פון מיר און פרובירן מיר אויסצוברייטערן, ווי איר שרייבט. אנדערש איז אבער מיט די וואס (ווי געשריבן) "מוזן אלעמאל פארדרייען, אדער שרייבן אלעמאל מיט אראגאנץ און אויפגעבלאזענע חכמה, פרובירן צו פראוואצירן, אדער סתם אזוי זיין דרך כתיבה גרילצט". צווישן זיי קענען אויך זיין אזעלכע מיט די זעלבע מיינונגען ווי מיר.
און דערפאר האב איך געברענגט די עדות פון "איינער פון די עמודי השטיבל וואס איז באוואוסט מיט זיין קלוגשאפט און טאלעראנץ אז ווען ער זעהט א געוויסע נאמען גייט ער בכלל נישט אריין אין יענעם אשכול".
אפילו באפרקסתא דעניא קען זיך צומאל פארווארפן א מרגניתא, בין איך אבער מחויב צו גרובלען אין יעדעם'ס טורבע? און וואס איז מיט אזא לחמא עניא וואס פארמאגט בכלל נישט קיין אפרקסתא?
איך האב געטשעקט, יא! ער ספעלט עס טאלעראנץ. 😉
אולי.
נו, אזאנס פעלט אויך נישט, פארדעם אליינס איז עס שוין כדאי.
לאמיר געבן א דוגמא פון זיך. כ'האב געשריבן אין רנ"ה וויזל אשכול גאנצע מגילות, און ס'האט אויסגעזעהן ווי מיינע ווערטער האבן אויפגערעגט א טייל פון די חשובע חברים דא. די קומענדיגע מגילה וואס כ'האב געשריבן איז שוין געווען אביסל מיט א שווער הארץ (און כ'האב פרובירט מקצר צו זיין וויפיל מעגליך). פארוואס זאל יענער דארפן אראפמישן גאנצע בלעטער אויף זיין טעלעפאן ווייל איך וויל שרייבן?
ס'וואלט מיר אסאך בעסער געמאכט ווען איך ווייס אז יענער האט מיר באצייכנט אלס נודניק און ס'איז אים בכלל נישט מעלה ומוריד וואס און וויפיל איך שרייב.
(ס'זענען דא -לדעתי 😉 - בעסערע דוגמאות, אבער כ'וויל דאך נישט ברענגען קיינע דוגמאות פון יענעם).
תלוי במהותו.
@שליח, ווען די ענדיגסט קום אריין צו מיר אין אפיס פאר א פאללאו אפ.
אולי.
כ'פלעג אמאל מער האלטן פון אייך.... א באבוב'ער זאל ספענדען פינף גראצער פאר J-PEOPLE מאגאזין ?
ער פארקויפט עס פאר זיין חבר ווען ער ענדיגט דורכלייענען.
די וועסט קיינמאל נישט פארשטיין וויאזוי א גאליציאנע פירט דאס לעבן.
מעניין.
איר זעהט, למשל די לעצטע פאר תגובות וואלט איך באדעקט...
ערנסט גערעדט, טאקע ווייל האט הנאה צו הערן ארויס פון זיין קרייז, און ווייל כ'גלייב (אדער כ'וויל גלייבן) אז רוב קאווע שטיבל מיטגלידער זענען גענוג קלוג און טאלעראנט, קען איך דאס פארשלאגן אן מורא אז מ'וועט באהאלטן יעדעם וואס האלט אנדערש.
ווי געשמועסט, ס'איז נישט געמאכט פטור צו ווערן פון הערן אומבאקוועמע שיטות, די וואס זוכן דאס דרייען זיך האפנטליך נישט צופיל דא. ס'איז געמאכט פטור צו ווערן פון נודניקעס, אפגעזעהן פון זייערע שיטות. ס'זענען דא אזעלכע וואס נערווירן אפילו ווען זיי האלטן און זאגן די זעלבע ווי אייך, אויב זאגן זיי עפעס בכלל.
@שליח, איר זענט ימים נוראים'דיג... שמייכעלט אביסל..
איך בין מיט שליח. כמדומה לי אז ס'וועט פארמיידן איבריגע קריגערייען דא אין שטיבל. למשל, לעצטנס איז געווען א גאנצע מערכה אויב מ'זאל לאזן מחללי שבת דא שרייבן. יעצט איז דא א פשוט'ע עצה, באטיטל אים אלץ נודניק (מפני השלום מעג מען דאך זאגן ליגנט). אפשר מעג מען אים אפילו באטיטלען אלס אן אפיציעלער פיינט, אוהבי ה' שנאו רע. ומהאי טעמא וויל איך טאקע שוין אויסרופן און מכריז זיין אז אויב איינער שפירט אז רוב אדער א גרויס חלק פון מיינע תגובות זענען פראוואצירנד זאל ער מיך שטעלן אויפ'ן do not comment ליסטע. אופס, יעצט פאלט מיר איין אז מ'קען דאס טאקע פארגלייכן צום do not call list. ס'איז נישט אז כ'האב עפעס קעגן די גוטהארציגע קאמפאני וואס וויל מיר צושטעלן טעלעוויזיע און אינטערנעט בחינם נאר מ'דארף בלויז צאלן הונדערט דאלער א חודש שיפינג ענד הענדלינג, ס'איז פשוט אז זיי גייען מיר אויף די נערוון אינמיטן מיין נאכטמאל. אויב כ'וועל עס זען אלס אן אדווערטייזמענט אויפ'ן גאס וועל איך דאס אפשר זיך אפילו איינהאנדלען. והיינו הך.
אפשר קען מען אפילו מאכן אז תגובות וואס רעדן זיך פון געוויסע נושאים פון וואס איך וויל נישט ליינען זאל בכלל נישט ארויפקומען. למשל איך וואלט אראפגענומען אלע תגובות וואס רעדן זיך פון otd.
ענדליך האט דער בעל דבר געכאפט פון וועמען מען רעדט 😂 .
בקיצור, בהא פליגי: קופערניקוס האט מורא אז א שיינער עולם דא איז אין לאוו מיט זיך, ואני הק' בין מצדד אז רוב קאווע שטיבל מיטגלידער זענען קלוג און טאלעראנט, ולמיעוטא דמיעוטא לא חיישינן.
נו, אז ס'איז א מחלוקה צווישן מיר אין אים ווייסן מיר דאך הלכה כמאן, שיין זעען מיר אויס. ארזי לבנון, נעמט אייך אהן פארן כבוד המקום!
אלס א זייטיגע נאטיץ, אויב האט איינער מורא אז רוב עולם וועט אים פארזיגלען אלס נודניק זאל ער זיך ערנסט נעמען אין די הענט אריין, די וועלט איז נישט משוגע (אפשר איז די וועלט יא משוגע, אבער די וועלט פרובירט צו זיין ביים דעת). פארדעם אליינס, אז געוויסע זאלן כאפן ווי שמאל זיי האלטן, קען זיך שוין לוינען.
שוין געווען אמאל א מחלוקת צווישן
שליחים און
קופערניקוס, און איך דארף קיינעם נישט זאגן ווער עס האט געווינען. 😂
איך האב מורא אז אויב מאכט מען דא אזא סיסטעם, וועט עס יעדער איינער אויסנוצען בעיקר קעגן איין אדער צוויי ניקס.
@קינות גירושין דו ווייסט וועם איך מיין.
שליח
אלס א זייטיגע נאטיץ, אויב האט איינער מורא אז רוב עולם וועט אים פארזיגלען אלס נודניק זאל ער זיך ערנסט נעמען אין די הענט אריין, די וועלט איז נישט משוגע (אפשר איז די וועלט יא משוגע, אבער די וועלט פרובירט צו זיין ביים דעת). פארדעם אליינס, אז געוויסע זאלן כאפן ווי שמאל זיי האלטן, קען זיך שוין לוינען.
(גראדע וועל איך נישט באטיטלען יענעם וועמען איר מיינט מסתמא. און ווי שוין געשריבן:
שליחכ'בעהט טאקע קיינער זאל קיינעם נישט דערמאנען, אויך נישט ברמיזא. דאס איז א בלויז א פעטיציע צו די הנהלה, נישט קיין פראטעסט קעגן קיינעם.
די אשכול מיינט קיינעם און יעדעם).
אגב, דאס וואס טייל האבן אויסגעדריקט זארג אז ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן נודניק-ניקן א שיינער עולם, אלע וואס האבן אנדערע מיינונגען ווי זיי, מיין איך אז אין כאן בית מיחוש. אזא איינער וועט גאנץ שנעל איינזען אז לא זו הדרך, פשוט פראקטיש גערעדט. ס'וועט קומען צו א מצב אז יענער וועט נישט קענען מיטהאלטן גאנצע שמועסן, פילע אשכולות וועלן רוב הודעות זיין באדעקט, ער וועט זיך טרעפן דריקן אויף יעדע הודעה איר צו עפענען, און דאן וועט ער כאפן אז ס'איז פשוט גרינגער אויסצוליידיגן די נודניק ליסטע.
ס'איז בלויז א לעזונג אויב האט מען א פראבלעם מיט געציילטע ניקים, אויב איז עס א גאנצע ליסטע איז נאר די עצה זיך צו טוישן (אפהאקן די אייגענע הערנער), אדער טרעפן אזא מקום ווי יעדער שטימט מיט אים.
אפילו איין ניק צודעקן איז אויך א בת היענה'דיגער מהלך. הויפטזעכטליך, ווייל דער שמועס וועט גאנץ מעגליך פארקירעוועט ווערן אין די ריכטונג פון דעם נודניק'ס תגובה.
סטיל, אויב עס איז פאר פרי זעה איך נישט פארוואס די מעגליכקייט זאל נישט זיין.
נאר אגב, בנוגע דעם ניק וואס מען האט מרמז געווען פריער, איז לדעתי די לעצטע חודש 2 אנטשטאנען א שטארקע טויש אין זיין סגנון, כ'מיין אז באשר הוא כעת ברויך ער נישט שטערן קיינעם, ס'איז פשוט אלטע דעות קדומות.
אפילו אויב מ'געפינט זיך מיט די העכסטע סארט אינטעליגענטן, פעלט דאך אויס אפענקייט צו יעדענ'ס דעה, אז נישט ווערט עס נענטער צו א מצב פון זיין אין א echo chamber, וואו יעדער שטימט מיט מיט אלעס. אבער אז מ'לאזט יעדעם רעדן קומט ארויס אלע זייטן, און אפילו אויב קריכט יענער אויף די געהירן פון מאל צו מאל איז עס א גוטע אפערטיוניטי צו ארבעטן אויפן טעמפער, אז מ'זאל זיך נישט פארלירן. און אויב פאלט מען דורך אמאל אמאל, איז אויך נישט עק וועלט, די דאקטוירים זאגן אז ס'געזונט ארויפצוברענגען די הארץ ראטע פון צייט צו צייט, יהא זה במקום עקסערסייז.
מיר האבן אקטיווירט דעם אפציע פון צולייגן נודניקס. גייט צו באניצער קאנטראל פאנעל > פריינט און נודניקס > מענעדזש נודניקס. לייגט צו נודניקס צום ליסטע און דערנאך דרוקט "שיק". הודעות און תגובות פון נודניקס וועלן זיין באהאלטן, און מען וועט דארפן עקסטער קליקן צו עפענען זייערע הודעות.
זייער גוט מ'האט דאס איינגעפירט. אזוי וועל איך קענען באהאלטן עטליכע וואס זייערע תגובות ברענגען מיר אריין שאלות אין אמונה, אדער דעות כוזבות אין קאפ. אזוי וועל איך אפ' נישט האבן די נסיון פון זיי לייענען. א שטארקע אויפטוה פאר אידישקייט.
כאמיר נישט געזוימט און שנעל געליסטעט מיין אנדערע ניק. איך קענישט דולדן מיין אנדערע זייט פערסאנאליטי
ס'ימיר גוט. דער נייע נודניק פיוטשער מאכט יעדער נאר פרייליך....
לכאורה.
שליח
לאמיר געבן א דוגמא פון זיך. כ'האב געשריבן אין רנ"ה וויזל אשכול גאנצע מגילות, און ס'האט אויסגעזעהן ווי מיינע ווערטער האבן אויפגערעגט א טייל פון די חשובע חברים דא. די קומענדיגע מגילה וואס כ'האב געשריבן איז שוין געווען אביסל מיט א שווער הארץ (און כ'האב פרובירט מקצר צו זיין וויפיל מעגליך). פארוואס זאל יענער דארפן אראפמישן גאנצע בלעטער אויף זיין טעלעפאן ווייל איך וויל שרייבן?
ס'וואלט מיר אסאך בעסער געמאכט ווען איך ווייס אז יענער האט מיר באצייכנט אלס נודניק און ס'איז אים בכלל נישט מעלה ומוריד וואס און וויפיל איך שרייב.
אלץ איינער פון די וואס האבען דיר צוריקגענטפערט אין יענער אשכול וויל איך קלאר מאכען אז אייערע תגובות דארט זענען ח"ו נישט אפילו בגדר דומה לדומה צו עפעס וואס איך וואלט ענדערש נישט געליינט אדער באטיטלט אלץ נונדיק, אדרבה, דאס איז פון די סארט תגובות וואס זענען מחדדים זה לזה און דורך זיי קומט ארויס דער אמת, אפילו אז אמאל פירט זיך די מחלוקת אויף הויכע טענער בבחינת נעשו שונאים זה לזה, וכדרכה של תורה בפרט ביי אזוינע שרש'דיגע און 'פאליטישע' נושאים. איך בין העכסט מעריך אייערע ידיעות און גאנצע מגילות וואס איר שרייבט דא וואס דערהייבען די ניווא פון די שמועסען דא בשטיבלתנו הקדושה.
טאמבל סאסס'ימיר גוט. דער נייע נודניק פיוטשער מאכט יעדער נאר פרייליך....
מיינסט "נאר,,,פרייליך"?
נו וואדען?
ווער עס זעט נישט מיין תגובה זאל זיך אנרופן.
יאירווער עס זעט נישט מיין תגובה זאל זיך אנרופן.
עס איז צו קליין, האסט אפשר א מעגיניפיינג גלאס?
יפה שעה אחת וכו'
איינער קען מיר זאגן וואס דער נודניק נאך מיין תגובה האט געשריבן?
איך האב גארנישט געוואלט זאגן ביז היינט. און איך ווייס נישט אויב איך מעג אויסדרוקן מיין דעה ברבים. אבער כדי צוזען אויב אנדערע זענען אויך איינשטימיג מיט מיר, וועל איך עס זאגן.
איך האלט ס'איז נישט די בעסטע איידיע. ס'איזא שטיקל צענזור מיט א שיין לשון.
ס'דערמאנט מיר די קינדער אין חדר וואס שטעקן אריין די פינגער אין די אויערן און שרייען. לא לא לא לא לא... "דו ביסט א משוגענער, און איך הער אפילו נישט וואס דו זאגסט".
אויב דו כאפסט נישט וואס כ'מיין, זע די ניגון naughty Boy
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=3O1_3zBUKM8&list=RD02RbtPXFlZlHg">http://www.youtube.com/watch?v=3O1_3zBU ... btPXFlZlHg</a>
אקעי, לאמיר לייענען וואס די פריעדיגע האבן געשריבן
כ'שטעל מיך פאר אז די אחראים און מנהלים קען מען נישט קאטעגארייזן אלס נודניקן, אבער אולי זאל מען מאכן אז אנגענומענע שרייבער וואס מאכן נישט קיינעם קיין פראבלעמען, און זוכן נישט סתם זיך אנצושטעפען אין אנדערע - זאל מען אויך נישט קענען באנודניקן.
כ'ווייס נישט וואס דו האסט אזוי דערקעגן. איך האלט דערפון. אין א פרייע סאסייעטי דארף מען אויך לאזן דעם אויסוואהל פאר ווער ס'וויל צו קענען בלאקירן איינער וואס נערווירט "אים".
אקעי, איך זע שוין יעצט. מ'קען נאך אלץ אויב וויל מען דוקא "אויב איז מען עכט שטארק נייגעריג" לייענען דעם נודניק'ס תגובה. (כ'קען דאך ענק שוין. 'נייגעריגע ביטשעס' איר וועט נאכאלץ יעדע מאל דאך דרוקן צו זען דעם תגובה. אפשר דאס מאל האט ער יא עפעס געשריבן נארמאל. אוחח. שאקס. נאופ! ווידער א דומע טפשות. אזא בהמה ווער האט מיך געבעטן צו קוקן?? אקעי נעקסטע מאל וועליך טאקע נישט!! יא יא.. 😉 מיין פוס.)
וואס געפעלט מיר אבער איז: וויבאלד עס איז געשריבן געווארן דורך ---------, איינער פון דיינע נודניקס. העי, דערווייל האב איך נאר איינעם.
@טאמבל סאס װי אזוי טרעפסטו אזעלכע מאדנע מוזיק װידיו״ס
(אײם סארי איך װיל נישט זײן א נודניק)
אן איינפאל!
מיר זענען טאקע קאווע שטיבל זיצערס, אבער פארט ישראלים.
ס'ארבעט גוט

א גרויסן דאנק פאר די הנהלה, ויהא רעוא ס'זאל ברענגען בלויז גוטס און נישט חלילה קיין נדנוד עגמ"נ אדער פארשטאפטקייט.
אזויווי די הנהלה מיינט דאך בלויז לתועלת, איז מובן אז אויב וועלן זיך ארויסשטעלן די חששות אלס ריכטיג, וועלן זיי אפשאפן דעם מעגליכקייט. לעת עתה, אויף צו מאכן זיכער אז דער עולם נוצט עס בלויז פאר ריכטיגע נודניקעס און נישט אויף זיך צוצומאכן די אויגן, קען מען אפשר נעמען אין באטראכט די פאלגנדע הצעות:
1. מ'זאל קענען נודניק-ניקן נאר א מספר מצומצם (נניח 5) ניקס, אזוי וועט מען גוט טראכטן בעפארן קאטעגאריזירן יענעם, נישט אין די וועלט אריין.
2. ר'
@טאמבל סאס האט פארגעשלאגן אז ניקס הידועים לטובה זאל מען נישט קענען באהאלטן. די שאלה איז נאר מאן מפיס, ווער וועט זיין דער מכריע?
3. כ'מיין אז ס'איז סתם אזוי יושר'דיג אז ווען מ'האקט אפ מיט איינעם זאל מען פארלירען אלע לייקס וואס מ'האט באקומען פון יענעם, און מ'זאל ווייטער נישט קענען באקומען קיין לייקס פון יענעם. אויב איז אייך נישט אינטערעסאנט יענעם'ס דעה, צו וואס דארפט איר זיין הסכמה? וכבר תמה איוב גם את הטוב נקבל ואת הרע לא נקבל?! דאס קען אויך זיין א שטופ פאר געוויסע נישט צו נודניק-ניקן בלי חשבון. די שאלה איז נאר, היות לתועלת הענין ולמנוע שנאת חינם איז בעסער אז קיינער ווייסט נישט ווער ס'האקט אפ פון וועמען (ולענ"ד מכאן תשובה), וויאזוי מאכט מען אז יענער זאל נישט באמערקן אז זיין לייק רוקט נישט ארויף דער מספר הלייקס פונעם געלייקטן?
מ'דארף ווען אנשטעלן אז די מעסידזש זאל אויך קענען זאגן
די תגובה איז באהאלטן וויבאלד עס איז געשריבן געווארן דורך ,, איינער פון דיינע העברעאישע נודניקס. דרוק דא צו זען די תגובה.
איך וואלט אויך פארגעשלאגן פאר די הנהלה, אז א ניק וואס איז 75 פראצענט אקטיוו אין צימעס, קען נישט שרייבן אין אנדערע פארום'ס.
ומי שיעשה כן, בלי נדר אליץ בעדו יושר.