☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעדלי/טשעלסי מענינג

ברעדלי/טשעלסי מענינג

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4637

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:59 pm

· #144224
ברעדלי/טשעלסי מענינג
ברעדלי מענינג, דער וואס האט געגעבן די געהיימע פאפירן מיט סודות פאר די וויקי ליעקס, האט געמאלדן אז ער ווערט א פרוי, און זיין נאמען וועט זיין 'טשעלסי '. ער וויל אז די צייטונגען זאלן זיך באציען צו עם אלס פרוי.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:48 pm

· #145907
I'm back
ברעדלי מענינג, דער וואס האט געגעבן די געהיימע פאפירן מיט סודות פאר די וויקי ליעקס, האט געמאלדן אז ער ווערט א פרוי, און זיין נאמען וועט זיין 'טשעלסי '. ער וויל אז די צייטונגען זאלן זיך באציען צו עם אלס פרוי.
וועט ער מוזן גיין דאווענען אין ווייבער שול. ר'עט נישט קענען באקומען אן עלי'. מ'קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונו

דעת תורה » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:40 am

· #145931
זיצן, גייט ער אין מענער שול ...

איך האב, אגב, נישט געקענט סטאפן צו לאכן, ווי דער עי פי באריכט באציט זיך צו אים - סארי, צו איר - כאילו ער איז א מיידל, מיטן פולסטן ערנסטקייט. זיי וויצלען זיך בכלל נישט דערוועגן. זיי זענען נאר מסביר אז זיי האבן א פאליסי, ווער עס וויל מען זאל זיך באציען צו אים ווי א מיידל, טוען זיי צוליב.

איך ווייס נאר נישט צי סעים גאוס פאר ווער עס וויל זיין א נגיד...

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:56 am

· #145974
לכאורה איז זיין חשבון בנוגע ווי ער וועט זיצען, אלץ א פרוי וועט ער זיצען אין אן אנדערע סארט תפיסה.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:05 pm

· #145976
איך מיין אז ברעדלי מענינג טענה'עט ער איז א פרוי, ווייל ער קען נישט האלטן א סוד.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:43 pm

· #146550
רויטע וואנצעס
איך מיין אז ברעדלי מענינג טענה'עט ער איז א פרוי, ווייל ער קען נישט האלטן א סוד.

כ'פארשטיי נישט. א מאן? האט ארויסגעגעיבן די אמעריקאנער מיליטערישע סודות פאר וויקי ליעקס, און א פרוי גייט זיצן אין תפיסה?!

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:04 am

· #146659
איחוד פעלד
לכאורה איז זיין חשבון בנוגע ווי ער וועט זיצען, אלץ א פרוי וועט ער זיצען אין אן אנדערע סארט תפיסה.


ער זאגט קלאר אז זיצן גייט ער אין די מענער תפיסה.

I'm back » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 9:52 am

· #146700
איך וואונדער מיך צו די מיני מענטשן קלעבן צו שמוץ, אדער די שמוץ לויפט זיי נאך.
קעיסי ענטאני האט אויך געהאט א אפציע פון מיאוס'ע זשאב אפערס נאך וואס זי איז ריינגעוואשן געווארן.

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:03 am

· #146708
וואס האט זשענדער טויש מיט שמוץ? עס איז א זשוק אין קאפ פונקט ווי אלע אנדערע משוגעת'ן.

I'm back » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:06 am

· #146711
אה'נ, אבער נאר איינער וואס האט ליב שמוץ, וועט איינפאלן ביי דער עלטער צו טוישן.

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:42 am

· #146729
ער איז נישט אלט. און ער טראגט זיך שוין לאנג ארום מיט דעם זשוק. ער האט מחליט געווען צוגיין פאבליק ווייל במשך זיין טרייעל איז עס האלבוועגס ארויסגערינען.