☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שלעזינגער מיט אינדיג אינדארסן דעם לעסביאנקע קווין פאר מעיאר

שלעזינגער מיט אינדיג אינדארסן דעם לעסביאנקע קווין פאר מעיאר

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4627

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:38 pm

· #146237
שלעזינגער מיט אינדיג אינדארסן דעם לעסביאנקע קווין פאר מעיאר
א רעפארטער פאר די המודיע איינער מיט'ן נאמען ראפאפארט געט איבער אז שלעזינגער מיט אינדיג גייען אינדארסן דעם לעסביאנקע קריסטין קווין פאר מעיאר.

ס'וועט לכאורה פארקומען א מעמד ביי איינע פון זייערע אפיסעס אין וויליאמסבורג, וואו שוויצער אינערהאלב די סאטמאר-רא"ט פארטיי וועלן אנטיילנעמען.

פרטים יבואי

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:40 pm

· #146238
Capture766.JPG

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:40 pm

· #146239
ארויס פון צימעס.
ס'דאך נארמאלע פאליטיקס... ערוואקסענע זענען עוסק אין דעם.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:19 am

· #146253
ווי איך הער איז דאס נאר אינדיג, שלעזינגער איז מער פאר דיבלאזיא.

sefish » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:12 am

· #146285
מ. גליקמאן
ווי איך הער איז דאס נאר אינדיג, שלעזינגער איז מער פאר דיבלאזיא.

דאס וואלט געשטומט בעסער ווייל די ארוינים אינדארסן געוונעליך ווער ס'שטייט בעסער ביי די פאולס און דיבלאזא איז דער וואס שטייט די העכסטע

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:23 am

· #146289
איז דאס אמת? קען זיין א היימישער איד וואס זאל גיין שטיצן קווין טראץ וואס זי זאגט צו צו שטערן מיט וואס זי קען נאר אונזער לעבן? זי פאפט ניטאמאל, זי זאגט קלאר און אפן וואס אירע פלענער זענען אויף ווייטער. מילא, עזרא פרידלאנדער האלט אז איר האנעסטי איז א מעלה, פארשטיי איך. ווען איך באקום ווען באצאלט פארן ארבעטן פאר איר האלט איך אויך אזוי. אבער איז דאס אחריות׳דיגע קהילה פירער?

זאגט זי כאטש צו פאר די אהרונים צו דעליווערן אלע סאטמארער נכסים, אדער דאס אויך נישט?

אגב, להעיר אויפן קעפל, איר פריוואטע סעקסועלע אינטואציע דארף נישט זיין קיין אישו. אויב וועגן אירע מיינונגען, איז די בלאזיא סאך מער ליבעראל - לינק געשטימט ווי איר, וה״ט פאר זיין סוירזש אין די פאולס לויט זאך קענער.

גאלד » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:36 pm

· #146401
סאטמאר ר"א אינדארסירט נישט קווין, דאס איז איינס,

יעצט איבער די קאנדידאטן,
דעבלאזיא איז די מערסטע ליבעראל פון אלע, ער לויפט אויף דע פלאטפארמע, (זיי רופן עס "פראגרעסיוו", די ווארט "ליבערעל" איז א נישט אזוי פאפולער),
קווין איז מער ווייניגער א המשך פון בלומבערג, זי גייט ממשיך זיין זיינע פאלעסיס אינקלודינג מציצה בפה, אויסער דעם וואס זי איז א לעזביען,
טאמפסאן איז א שחור און ער קען נאר געווינען אויב ער האט אלע שחורים, אבער לעצטנס האט דעבלאזיא אנגעהויבן צו לויפן רעקלאמעס פון זיין פרוי און זוהן דאנטעי, ביידע שחורים, און דאס שניידט אריין און די שחורים, ער איז זייער א ארענטליכער מענטש ער האט שוין לאנגע נונטע באציאונגען מיט די פרומע קאמיוניטיס, ער ברויך ווען זיין די נאטורליכער קאנדידאט מיט וועם צו גיין,

נישט פארגעסן אבער אז דאס איז נאר די הקדמה, דאס איז די פריימערי פון די פארטייען, אויף די רעפובליקאנע פארטיי לויפט דשאו לאוטע און דשאן קעטסימיטידי, לאוטע איז א אלטער דשוליאני שטאב מענטשן ער האט אנגעפירט די MTA, קעטסימיטידיס איז א ביליאנער וואס האט זיך שוין נאכגעגעבן אלע תאות יעצט האט ער באקומען די תאוה פון זיין מעיאר, ער איז אלס געווען רעגיסטירירט אלס א דעמאקראט און ער לויפט אלס רעפובליקאנער, אויפן האר די זעלבע בעקגראונד ווי בלומבערג, לאוטע גייט לכאורה געווינען,

סאו ביי די דשענעראל עלעקשן גייט לכאורה זיין דעבלאזיא קעגן לאוטע, ווי עס קוקט יעצט אויס

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:03 pm

· #146410
דעת תורה
איז דאס אמת? קען זיין א היימישער איד וואס זאל גיין שטיצן קווין טראץ וואס זי זאגט צו צו שטערן מיט וואס זי קען נאר אונזער לעבן? זי פאפט ניטאמאל, זי זאגט קלאר און אפן וואס אירע פלענער זענען אויף ווייטער. מילא, עזרא פרידלאנדער האלט אז איר האנעסטי איז א מעלה, פארשטיי איך. ווען איך באקום ווען באצאלט פארן ארבעטן פאר איר האלט איך אויך אזוי. אבער איז דאס אחריות׳דיגע קהילה פירער?

זאגט זי כאטש צו פאר די אהרונים צו דעליווערן אלע סאטמארער נכסים, אדער דאס אויך נישט?

אגב, להעיר אויפן קעפל, איר פריוואטע סעקסועלע אינטואציע דארף נישט זיין קיין אישו. אויב וועגן אירע מיינונגען, איז די בלאזיא סאך מער ליבעראל - לינק געשטימט ווי איר, וה״ט פאר זיין סוירזש אין די פאולס לויט זאך קענער.

וואס דו האסט געהאלטן איין רגע אז צד מהר"א גייט וואויטן פאר קווין? בפרט אז צד מהרז"ל גייט נישט פאר איר?

דאס איז פונקט גוט פאר זר צו מאכן א צימעס

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:11 pm

· #146415
לויט ווי ס'קוקט טאקע אויס, וועלן די ארוינים מעגליך אויסווארטן צו זען אויף זיכער ווער ס'איז די פראנט ראנער, און נאכדעם אינדארסן. איז גאנץ מעגליך אז ס'וועט זיין דעבלאזיא

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:25 pm

· #146424
זר זהב
לויט ווי ס'קוקט טאקע אויס, וועלן די ארוינים מעגליך אויסווארטן צו זען אויף זיכער ווער ס'איז די פראנט ראנער, און נאכדעם אינדארסן. איז גאנץ מעגליך אז ס'וועט זיין דעבלאזיא

אהא

זר איז זיכער א געווינער ווייל ער לויפט אויף אלע הייוועיס

אזוי ווי יענער האט געזאגט ס'דא וואס פירן זיך אזוי אין ס'איז דא וואס פירן אזוי

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:55 pm

· #146433
גאלד

קווין איז מער ווייניגער א המשך פון בלומבערג, זי גייט ממשיך זיין זיינע פאלעסיס אינקלודינג מציצה בפה, אויסער דעם וואס זי איז א לעזביען,

איך וויל וויסן איין זאך, איז דא איין מעיאר קאנדידאט וואס זאגט אז ער גייט נישט אינפארסן מציצה בפה? פארוואס איז דא נישט קיין אישו? לאז חוקי תועבה פאר צימערמאן, וואס טוט זיך מיט מציצה בפה, דאס איז אונז נוגע

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:02 pm

· #146436
יא, טאמפסאן.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:37 pm

· #146442
נישט נאר טאמפסאן. דיבלאזיא, ליו, קאצטימאטידיס, און לאוטע אלע זאגן כאטש אז זיי גייען עס נישט אינפארסן.
די חוצפה פון קווין גייט נאך מער, זי האט זיך ארויסגעשטעלט און גע'טענה'עט און אפגעלאכט פון אלע איבריגע קאנדידאטן זאגענדיג אז זיי מיינען עס נישט אמת'דיג נאר זיי טיען עס ווייל זיי דארפן די אידישע וואוטס.

בעריש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:44 pm

· #146444
נישט אז כהאלט אז סאיז א פראבלעים, אבער פאר די רעקארד און קרית יואל פאריאר האט קהילות מהרז"ל און א חלק מקהילות בני יואל אינדארסירט א קאנדידאט וואס איז געי.
כדענק נישט אויפן מינוט ווער דאס איז געווען אפשר קען איינע פון די ק"י ניקים דא אריינפילען די בלענקס.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:48 pm

· #146446
בעריש
נישט אז כהאלט אז סאיז א פראבלעים, אבער פאר די רעקארד און קרית יואל פאריאר האט קהילות מהרז"ל און א חלק מקהילות בני יואל אינדארסירט א קאנדידאט וואס איז געי.
כדענק נישט אוין מינוט ווער דאס איז געווען אפשר קען איינע פון די ק"י ניקים דא אריינפילען די בלענקס.

סטיוו לעווין איז אויך געי

כך שמעתי

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:49 pm

· #146448
קיינער רעדט נישט יעצט פון דעם, אין וויליאמסבורג האט מען שוין צענדליגע מאל (ביידע פארטייען) אינדארסירט אזאנע קאנדידאטן וואס שטיצן די געזעצן, די נושא דא איז איבער מציצה בפה.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:51 pm

· #146449
זלמן זאפיר
בעריש
נישט אז כהאלט אז סאיז א פראבלעים, אבער פאר די רעקארד און קרית יואל פאריאר האט קהילות מהרז"ל און א חלק מקהילות בני יואל אינדארסירט א קאנדידאט וואס איז געי.
כדענק נישט אוין מינוט ווער דאס איז געווען אפשר קען איינע פון די ק"י ניקים דא אריינפילען די בלענקס.

סטיוו לעווין איז אויך געי

כך שמעתי

סטיוו לעווין האט א גירל פרענד.
האסט עס מן הסתם שמעתי'ט אויף רעסטלער וואס איז אן אלטער בחור.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:54 pm

· #146452
ביזט לכאורה גערעכט ווייל ביי די זאלי'ס איז לעוווין א חלק פין די שטוב מענטשן אין אלע בחור'לעך אין קינדער קאכן זיך אין אים
ווייסט מען בעסער זיין הילוך החיים

רעסלער ווייס איך נישט

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:57 pm

· #146455
לכאורה טאקע..
#נעבעך

שמייכל גיט » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:26 pm

· #146466
לאמיר טאקע נישט פארקריכן פון דעם נושא, תועבה איז דעם גוי'ס פראבלעם נישט אונזער(ווייל דער מעיאר אפיס שטימט נישט פאר די געזעץ), בנוגע מציצה בפה איז טאמפסאן די איינציגסטע דעמאקראטישע קאנדידאט וואס האט אפעציעל אראפגעריסען די בלומבערג אדמינעסטראציע איבער די אישו אין מיר אלע זענען מחיוב על פי תורה אים אריינציברענגן מיט א שטארקייט ביי די יעצטיגע פריימעריס.
נ.ב. אין היינטיגע בלאט נומער איז באריכטעט אין א נייעס אז עסקנים פאר מציצה בפה זענען געזעצן ביי גאב"ד קרית יואל די וואך בנוגע געלט אקציע (וואס ער איז די אייציגסטע קהילה וואס מווארט שוין א יאר ער זאל באצאלן זיין פערטל מיליאן דאללאר וואס ער האט פארשפראכן ביי די אסיפה ווי ער האט געהאקט אויפן טיש???...) ווערט דארט ארויסגעברענגט אז די מערכה דארף ווייטער אנגייין אפילו נאכדעם וואס עס קומט אריין א נייע מעיאר ווייל קיינער פין די קאנדידאטן האט נישט געוואלט פארשרעכן אפצירופן די גזירה נאר זיך ארויסגעדרייט מיט פארשידענע תירוצים!!!
האט זי ווידער פארגעסן פין די מאמר אז מילתא דעבידא לגליאו לא משקרי אינשי???
וויאזוי קען זי אפעציעל לייקענען אזאך וואס איז געווארן אויפגעשפילט דעם דינסטאג פאר די פרעסע ביי די אינדארסטמענט פין טאמסאן אין וויליאמסבורג ווי ער רייסט אראפ די גזירה מיט די שארפסטע טיטלען!!!
וצ"ב

מיסטער מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:33 pm

· #146473
ביטע שיין

זאג מיר איבער ווארט ביי ווארט פון טאמפסאן

וואס האט ער געזאגט וועגן מציצה

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:57 pm

· #146481
שמייכל גיט
לאמיר טאקע נישט פארקריכן פון דעם נושא, תועבה איז דעם גוי'ס פראבלעם נישט אונזער(ווייל דער מעיאר אפיס שטימט נישט פאר די געזעץ), בנוגע מציצה בפה איז טאמפסאן די איינציגסטע דעמאקראטישע קאנדידאט וואס האט אפעציעל אראפגעריסען די בלומבערג אדמינעסטראציע איבער די אישו אין מיר אלע זענען מחיוב על פי תורה אים אריינציברענגן מיט א שטארקייט ביי די יעצטיגע פריימעריס.
נ.ב. אין היינטיגע בלאט נומער איז באריכטעט אין א נייעס אז עסקנים פאר מציצה בפה זענען געזעצן ביי גאב"ד קרית יואל די וואך בנוגע געלט אקציע (וואס ער איז די אייציגסטע קהילה וואס מווארט שוין א יאר ער זאל באצאלן זיין פערטל מיליאן דאללאר וואס ער האט פארשפראכן ביי די אסיפה ווי ער האט געהאקט אויפן טיש???...) ווערט דארט ארויסגעברענגט אז די מערכה דארף ווייטער אנגייין אפילו נאכדעם וואס עס קומט אריין א נייע מעיאר ווייל קיינער פין די קאנדידאטן האט נישט געוואלט פארשרעכן אפצירופן די גזירה נאר זיך ארויסגעדרייט מיט פארשידענע תירוצים!!!
האט זי ווידער פארגעסן פין די מאמר אז מילתא דעבידא לגליאו לא משקרי אינשי???
וויאזוי קען זי אפעציעל לייקענען אזאך וואס איז געווארן אויפגעשפילט דעם דינסטאג פאר די פרעסע ביי די אינדארסטמענט פין טאמסאן אין וויליאמסבורג ווי ער רייסט אראפ די גזירה מיט די שארפסטע טיטלען!!!
וצ"ב

ווי האט מען ציגעזאגט געלט ?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:08 pm

· #146485
בעריש
נישט אז כהאלט אז סאיז א פראבלעים, אבער פאר די רעקארד און קרית יואל פאריאר האט קהילות מהרז"ל און א חלק מקהילות בני יואל אינדארסירט א קאנדידאט וואס איז געי.
כדענק נישט אויפן מינוט ווער דאס איז געווען אפשר קען איינע פון די ק"י ניקים דא אריינפילען די בלענקס.

📎 Sean Patrick Maloney and wife. ....jpg

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 5:52 pm

· #148101
The Aaronite hasidic sect of Satmar that follows Rabbi Aaron Teitelbaum has endorsed Bill de Blasio’s campaign for Mayo

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 5:54 pm

· #148102
The article forgets to mention that the main reason they selected him, since his poll number are good.

What a joke.

It goes the other way around. If he wins they endorse him.

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 9:32 am

· #148206
איך קען נישט שטיצן דעבלאזיא, ער איז צו ווייט פון מיין פאליטישע אידילאגיע, ער איז א פארשטונקענע לוני ליבערל שרייט שוין אז מ'מוז העכערן שטייערן, באשולדיגט די רייכע פאר די צרות פון די ארימע

איים סארי אהרונים ער איז טו מאטש פאר מיר איך בלייב מיט ביל טאמפסאן

כאף אז קיין איינע פון זיי געווינען די דשענערעל עלעקשנס, און לאהטע איז דער ענדגילטיגער מעיאר

נאטרוליסט » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:24 pm

· #148462
רבותי: אויב ווילט איר "אויסרייסן" און אויספליקן אלע מעשי רשע פון מייק בלומבערג, דאן שטימט די-בלאזיא!

אויב ווילט איר נאך א טערמין פון דעם ארכי-מעיאר בלומבערג, דאן שטימט פאר לאטע!

common sense » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 12:00 am

· #148482
נאטרוליסט
רבותי: אויב ווילט איר "אויסרייסן" און אויספליקן אלע מעשי רשע פון מייק בלומבערג, דאן שטימט די-בלאזיא!

אויב ווילט איר נאך א טערמין פון דעם ארכי-מעיאר בלומבערג, דאן שטימט פאר לאטע!

ערשטנס, ביטע זייט מסביר וואס מיינט ״ארכי מעיאר״ צווייטנס להאטע איז א ליבערטעריען. ער איז זייער ווייט אין אידעאלאגיע פון בלומבערג אויף די זאכן וואס אונזער עולם איז נישט צופרידען.

פיינע קאווע » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 9:02 am

· #148535
זיי זענען אלע אייניג. איר וועט פון קיינעם גארנישט האבן. זירוי. נאטינג. זילטש.
אויב געווינט דער שחור וועט נידערמאן מיט זיינע פרענדס באקומען. אויב געווינט בלאזיא וועלן עטליכע ארונים עפעס האבן וזה הוא. אין כאן לא דירות ולא מצי"פ זיי לאכן פון אונז אלע

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 11:01 am

· #148556
ווער לאכט פון אונז, נידערמאן מיט שלעזינגער, אדער טאמפסען, לאהטע מיט דעבלאזיא

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 12:22 pm

· #148575
כאב אביסל דורכגעטראכט די גאנצע מעיאר ענדארסמענטס פון די 2 סאטמארע פראקציעס,

איך קלער אז די אהרונים האבן מעגליך דא פארשפילט דעם שאך שפיל, זיי האבן נישט דורכגעטראכט פאראויס די פאלגענעדע מאווס, נאך די מארגענדיגע וואלן,

וואס כ'מיין צו זאגן איז אזוי,
קודם ברויך מען צו פארשטיין אז די מארגענדיגע וואלן איז נאר א הקדמה פון די הקדמה, דאס מיינט אז דער געווינער פון מארגען איז נאך לגמרי נישט גאראנטירט ער גייט זיין דער ענדגילטיגער מעיאר,
וואס עס גייט זיין מארגן איז אזוי, דאס אמאל זיכער אז דעבלאזיא גייט ארויסקומען מיט די מערסטע שטימען, עכ"פ אלע פאללס זאגן אז ער האלט לכה"פ 10 פונקטן העכער זיין נונטסע קעגנער,
יעצט די געזעץ זאגט אז אויב קיין איינע פון די קאנדידאטן גרייכן נישט קיין 40% מוז מען מאכן א ראן-אף, דאס מיינט די העכסטע 2 דארפן לויפן נאכאמאל איינע קעגן אנדערע, אפאר וואכן שפעטער, (דאכצעך דינסטאג נאך אסרו חג סוכות)
ווי עס קוקט יעצט אויס קען זייער מעגליך דעבלאזיא נישט באקומען די 40%, געוויסע פאללס געבן איהם 38% געוויסע 41%, בקיצור ס'שטארק מעגליך אז ער גייט עס נישט מאכן, עכ"פ מיין השערה זאגט אז ער גייט עס פונקט נישט מאכן די 40%,
יעצט אויב גייט זיין א ראן-אף איז ווי די פאללס ווייזן יעצט גייט טאמפסאן זיין דער צווייטער, דאס מיינט דעבלאזיא גייט זיך מוזן פארמעסטן מיט טאמפסאן אליין,
ס'דא א שטארקע סברה אז אויב טאמפסאן לויפט אליינס קעגן דעבלאזיא קען ער באזיגן דעבלאזיא,
ווייל דעבלאזיא איז דער עקסטרעמער ליבעראלער קאנדידאט, קווין און טאמפסאן זענען די מער מעסיגע, יעצט קריגן זיך טאמפסאן מיט קווין איבער די מעסיגע, און דעבלאזיא האט אלע ליבעראלע,
(אגב די ווייסע היפיס פון וומ"ב און די שכינות גרינפוינט און ברוקלין הייטס, דאס זענען די ריכטיגע ליבערעלס אדער ווי זיי רופן זיך "פראגרעסיוו", וועגן דעם שטימען זיי אלע מיט דעבלאזיא, די שחורים זענען אידיעלאגיש נישט אזוי ליבעראל, יא זיי זענען דעמאקראטיש געשטימט ווייל זיי זענען ארים און זיי ווילן די פראגראמען, אבער אדיעלאגיש זענען זיי נישט אזוי ליבעראל, זיי האבן א גרויסע פראצענט שטארק פרומע קריסטן וכדומה, די ווייסע ארטיסטן זענען מער ווייניגער אטעטיסן און סייענטיסט, אבער דאס איז פאר א אנדערס מאל צו אויסשמועסן)
נחזיר לענינינו, איז דא א סברה אז אין א ראן-אף וועלן זיך פאראייניגן אלע מעסיגע אונטער טאמפסאן און באזיגן דעבלאזיא, עכ"פ אויב קווין וועט אינדארסירן טאמפסאן איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז דאס וועט געשען,
און א ראן-אף וועלן פארשטייצעך ווייטער די ארונים שטיצן דעבלאזיא, און די זאליס טאמפסאן,
קען זייער מעגליך זיין אז טאמפסאן וועט געווינען מיט א האר, דעמאלטס וועלן די זאליס שטיין זייער גוט, און די ארונים גוט אין דער אדמה
דאס מיינט אזוי, די זאליס זאגן יעצט אז זייער ציל איז בלויז די בלאק-וואוט, איך האלט ס'נאך מער ווי דעם, זייער ציעל ברויך אויך זיין צו מונע זיין דעבלאזיא די 40%
נאך מער, אפי' אויב לאמיר זאגן אז דעבלאזיא וועט יא זיין דער ענדגילטיגער דעמקראטישער קאנדידאט,
בין איך נישט אזוי זיכער אז ער גייט באזיגן דער רעפובליקאנער לאהטע,
טראץ וואס ניו יארק סיטי איז א שטארק דעמאקראטישע שטאט האט עס אבער א היסטאריע אז מ'ערוויילט רעפובליקאנע מאיארן, ווי דשוליאני, בלומברג און לינדזי
איך האלט אז לאהטע איז שטארקע קאנדידאט,
די אהרונים וועלן מוזן בלייבן מיט דעבלאזיא עד הסוף זיי האבן זיך שוין קאמיטעד צו איהם, און די זאליס וועלן נישט זיין משועבד צו קיינעם און די דשענערעל עלאקשען און אויב לאהטע וועט זיין דער פראנט ראננער, וועלן זיי טאן דאס וואס די ארונים טוען יעצט און גיין מיטן געווינער, דער חילוק וועט נאר זיין אז זיי וועלן האבן די לעצטע לאך,

פארשטייט זיך כל הנ"ל איז בלויז השערות, לא נביא אנכי ולא בן נביא אנכי, אוואדי איז זייער מעגליך אז דעבלאזיא וועט יא מאכן די 40% צו פארמיידן א ראן-אף און ער ס'דא שטאקע שאנסען אז ער גייט זיין דער נעקסטער מעיאר, און אויב יא וועט זיך עס האבן שטארק געלוינט פאר די אהרונים דער שריט, ס'קיין שום עולה נישט צו גיין מיט א געווינער, אזוי לאנג ווי דאס איז נישט דער "איינציגער" קאנדישן פון אינדארסירן, ס'זייער שכל'דיג עס צו נעמען אין באטראכט,

אגב, אז מ'רעדט שוין יא פון השערות קען איך באשטיין צו געבן מיין פרעדיקשן אין דיסטריקט עטורני פארמעסט, איך האלט אז עס גייט זיין א היסטארישע פארלוסט פאר היינס און קען טאמפסאן גייט זיין דער נייער דיסטריקט עטורני, טראץ וואס איך שטיץ היינס מיט א אנגעכאפטע נאז

רוזעוולט » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 3:31 pm

· #148621
גאלד, איך וויל דא זאגן עטליכע זאגן, א' ס'קען טאקע זיין אז דאס איז די זאלונישע חשבון באט זיי זענען נישט גערעכט! אין א ראנאף זאגט קוויניפיאק (אגב, די בעסטע פאול פאר טאמפסאן, 25% ) אז דיבלאזיא שטייט ביי 63%-33% פאר טאמפסאן סא חוץ טוהן כל מה שבידך וועט טאמפסאן גארנישט פארדינען פון א ראנאף און להאטא שטייט אויך דרייצן פראצענט נידעריגער פון דיבלאזיא.

לכאורה איס די זאלונישע חשבון געווען פאר דריי אהאלב וואכן צירוק אז טאמפסאן וועט געווינען...

ועוד איבער זיין ליבעראליזם האסטו א גרויסען טעות, קווין האט שוין זייטן אנפאנג פארמעסט אירע צוואנציג פראצענט... והבן כי אין בי כח להסביר עוד...

shlomyg » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:02 am

· #148844
פארוואס האבן די אהרונים נישט אפיציעל אינדארסירט Stephen Pierson

lowlow » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:22 pm

· #149029
a shem from zeli twitter

Our Askunim Reporting: Better turn-out by our men, but slower with Nushim. PLS Come &ask ur wife &children to VOTE William C Thompson &Levin

אמת ויציב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:25 pm

· #149031
lowlow
a shem from zeli twitter

Our Askunim Reporting: Better turn-out by our men, but slower with Nushim. PLS Come &ask ur wife &children to VOTE William C Thompson &Levin

?whats the shem

lowlow » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:06 pm

· #149038
אמת ויציב
lowlow
a shem from zeli twitter

Our Askunim Reporting: Better turn-out by our men, but slower with Nushim. PLS Come &ask ur wife &children to VOTE William C Thompson &Levin

?whats the shem

how to the know that the women did not come out

שמייכל גיט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:01 pm

· #149051
יעצט באקומען אן אימעיל
היום תשמע שועתינו, עוד מעט ופנה יום!
טייערע אנשי שלומינו, מיר גייען יעצט אריין אין צווייטן העלפט טאג פון דעם קריטישן וואל טאג. אמת טאקע אז א גרויסער ציבור איז שוין ארויסגעקומען שטימען — אבער די ציפערן ווייזן אז ס'פעלט נאך א געוואלדיגער ציבור פון אנשי שלומינו ביי די שטים בודקעס!
רבותי, מ'גרייט זיך אט אנצוהייבן אהיימקומען פון די ארבעטס-פּלעצער!
מיר בעטן אייך, מיר וויינען צו אייך, מיר אפּעלירן צו אייך: גייט נישט אהיים בעפאר איר גיט אפּ אייער שטימע פאר וויליאם (ביל) טאמפּסאן און סטיוו לעווין, וואס ביידע שטייען אויס שווערע פארמעסטן!
טייערער ברידער, ווער נאך ווי מיר ווייסן וויפיל ביטערע גזירות און שרעקליכע געפארן לויערן אויף אונזערע קעפּ, אין אזויפיל הינזיכטן; מ'פּרובירט אונז אפּצוהאלטן פון דורכפירן ברית מילה כהלכתה; מ'וויל שעדיגן אונזערע אינטערעסן; אוועקרויבן פון אונז אונזערע בנינים; פארשפּארן אונזערע בתי מדרשים; פארוויסטן דעם נייעם בית המדרש; בא'גז'לען אונזערע אומשולדיגע קינדערלעך פון זייער זומער מנוחה אין די הייליגע קעמפּס, און שווער מאכן און פּייניגן אויף יעדן טריט און שריט.
רבותי, שוין פערצן יאר וואס מיר אלע קוקן ארויס אויף אונזערע העלדישע עסקנים זאלן שטיין אויפ'ן פראנט און זענען מקריב חלב ודם בייטאג און ביינאכט.
ווי קענען מיר דאס פארגעסן אין דעם קריטישן וואל-טאג??
רבותי, מיר זענען נאך ווייט פארטיג; עס שטייט פאר אונז א שווערע גרויסע אגענדע פון קעמפן ווייטער פאר אידישקייט און פאר'ן ציבור וקהלה מוסדות! מיר קענען זיך נישט באווייזן פאר די פּאליטיקאנטן אויב הייבן מיר נישט אונזער בלאק-וואוט!
לאזט נישט דעם כח הליצנות דאמינירן, וואס פּרובירט מיט אלע כוחות אונז אפּצוהאלטן פון שטימען, און אפּשוואכן אונזער כח, און דערמיט קענען שלאגן קאפּיטאל פאר זייערע פינסטערע הירוס פּלענער.
לאמיר פון יעצט אנגעהויבן ארויסקומען מאסנווייז שטימען אין א מעכטיגן וואטינג-דרייוו, מיט א כח וואס זאל נישט קענען אפּגעשטעלט ווערן, און זאל אפּהילעכן פאר די וועלט.
שטימט יעצט פאר טאמפּסאן און לעווין, עשה למענך אם לא למענינו!

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 7:01 pm

· #149061
איך בין יעצט געווען אויפן וועג אהיים, און איך האב נישט געוואלט שטימען. האב איך געמאכט א סטאפ אין די באנק צו מאכן א דעפאזיט.
בשעת'ן ווארטן פאר די atm האב איך געליינט די תגובה פון @שמייכל גיט. די 5 סייזעס אותיות האט מיר געמאכט אזוי דיזי, אז עס איז מיר אריין א דזשיק אין קאפ צו וואוטן.
און אזוי האב איך געטון.

ביל די בלאזיא דארף דיך באדאנקען פאר מיין שטימע.

פיינע קאווע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:46 pm

· #149079
The GOTHAMIST (<a class="postlink" href="http://bit.ly/15OBi5W">http://bit.ly/15OBi5W</a>) is reporting that its election day spotters encountered a 16 year-old seated at a table outside polling station IS 71 in South Williamsburg who claimed he is being paid $350 to collect cards entering exit voters into a raffle promising cash prizes of $250 and other prizes—-cards mailed to yeshiva students to give to their parents.

The 16 year-old said the cards he was being handed indicated that the voter had cast a vote for DA Charles Hynes, and that there were at least five similar tables located at polling stations throughout Williamsburg.

Sources said the United Jewish Organizations was sponsoring the raffle, and that the cards contained literature indicating which candidates the UJO is backing.

גאנצל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:13 pm

· #149475
וואס איז טאקע געווען ר' משה דוד'ס נידערמאן'ס חשבון מיט'ן אינדארסינג פון טאמפסאן ?

די אלע בי עס אז ער האט נאר געמיינט אידישקייט און עסקנות און מציצה לוינט זיך ניטאמאל צו שרייבן ווייל קיינער קויפט עס נישט

לכאורה האט ער זיך עפעס פארחשבונ'ט

פאר חסידי מהר"א איז נעכטען געווען א פיינע נאכט געהאלפן דיבלאזיא אריבער גיין 40%

shlomyg » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:56 pm

· #149730
can someone answer why the Ahronim didn't oppose Steven levin?

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:31 pm

· #151880
פיינע קאווע