☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פארט הוד שיסער 'נידאל האסאן' פאראורטיילט צום טויט

פארט הוד שיסער 'נידאל האסאן' פאראורטיילט צום טויט

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4625

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:33 pm

· #146072
פארט הוד שיסער 'נידאל האסאן' פאראורטיילט צום טויט
נידאל מאליק האסאן איז פאראורטיילט געווארן צו טויט שטראף פארן הרגענען 13 מענטשן און פארוואונדערן 32 אנדערע אין א 2009 שיסעריי אין פארט הוד, טעקסעס מיליטערישע באזע, די ערגסטע מאסן מארד אין א מיליטערישע באזע אין די יו. עס. געשיכטע.

אנגעטאן אין מיליטערישע קליידונג האט האסאן, (ווערט דעם חודש 43) אויסגעהערט ווי די טויט שטראף ווערט אנאנסירט נאכדעם וואס א דזשורי פון 13 עלטערע מיליטערישע הויפטלייט האבן אזוי באשלאסן.
ווען די דזשורי וואלטן נישט געווען פאראייניגט וואלט ער באקומען לעבנלענגליכע טורמע.

ס'האט געדויערט פאר די דזשורי אביסל מער ווי צוויי שעה צו באשליסן זייער פאראייניגטע באשלוס.

ער גערופן נישט גערופן קיין עדות, אראפגעווארפן א לעצטע געלעגנהייט צו רעדן מיטוואך.

📎 Fort_Hood_Shooting-0a679.jpg

אבי גערעדט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:41 pm

· #146075
וואס זענען געווען זיינע מאטיווען?

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:48 pm

· #146083
האסאן, אן אמעריקאנער געבוירענער, האט געאימעילט מיט גרויסע אל-קיידע חברה, פרעגענדיג צו אטאקירן סאלדאטן הייסט מארטירערס

אבי גערעדט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:50 pm

· #146084
דאן זאל ער קריגן 2 מאל טויט שטראף

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:51 pm

· #146086
זייער שווער צו געבן, אבער כ'מיין זאלסט עס ארויפברענגן מיט א פאטיציע צום ווייסע הויז..

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:31 pm

· #146116
אז מען קען געבן 150 יאר תפיסה פאר א 75 יעריגן גנב, קען מען געבן 50 מאל טויט שטראף אויכעט. עניוועיס איז עס נאר א "סימבאלישע" שטראף.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:47 pm

· #146205
שעפטל
האסאן, אן אמעריקאנער געבוירענער, האט געאימעילט מיט גרויסע אל-קיידע חברה, פרעגענדיג צו אטאקירן סאלדאטן הייסט מארטירערס

איינע פון זיינע פרעדיגער איז געווען אל מאליקי פון תימן, ער איז שוין אויך אין העלל

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:49 pm

· #146207
דאס מיינט אז ער וועט לעבן נאך א גוטע 20 יאר מיט אלע אפיעלס

נצבד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:34 pm

· #146220
דאכט זיך אז ביי א מיליטערישע געריכט,קען מען נישט ארומשפילען פאר צו לאנג מיט אפיעלס אדער טעכנישע קרעפ.

דאס איז זיכער אז ביי א מיליטערישע געריכט פארלירט דער אנגעקלאגטער זייער אסאך רעכטען וואס א געווענליכער אמעריקאנער (וויפיל רעכטען עס איז נאך געבליבען...)האט

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:25 am

· #146257
עס איז בלויז א מעלה, זיצן אין א מאקסימום סעקיוריטי תפיסה, אדער גאר אין סאליטערי קאנפיינמענט פאר 20 יאר ווארטנדיג אויפן טויט, איז גאר א פיינפולע לאנגזאמער טויט. כן יאבדו.

מאטי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:28 am

· #146261
אבי גערעדט
דאן זאל ער קריגן 2 מאל טויט שטראף

פארט נישט געווען א מאלעסטער

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:44 am

· #146302
אבי גערעדט
וואס זענען געווען זיינע מאטיווען?

וויאזוי איז פלוצלינג משוגא געווארען?