☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וועט זיין 'דריי' סאטמאר מאנסי'ס?‎

וועט זיין 'דריי' סאטמאר מאנסי'ס?‎

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4621

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:27 pm

· #145982
וועט זיין 'דריי' סאטמאר מאנסי'ס?‎
היינט ווען ס'האצעך געעפענט די נייע בית רחל ד'סאטמאר אין מאנסי, האט אויסגעבראכן א פרישע געפעכט אינערהאלב די ויואל משה קהילה.

די חיימשונים (ווי די ר' חיים יושע/ויואל משה מענטשן ווערן דארט גערופן) האבן אפיציעל אנגעפאנגען צו שרייבן אויף זייערע לעדערהעטס פון זייער קהילה און מוסדות 'בנשיאות כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א'. די זאליס (ר' זלמן לייב'ס מענטשן) האבן געפליקט די צעטלעך און עווענטועל געמאכט סטיקערס מיט'ן סימבאל פון קהל ויואל משה בנשיאות כ"ק מרן רבינו שליט"א ובהנהלת הגה"צ אב"ד שליט"א

נאכדעם וואס די חיימשונים האבן אראפגעריסן יענע צעטליך האבן אינגעלייט יוצאי ישיבת קווינס אנגעהויבן צו קלעבן סתם סטיקערס אויף די חיימשונים לעדער העט.
📎 חיים יושע מאנסי.jpg

א אינגערמאן האט היינט געזאגט אין ביהמ"ד ויואל משה, 1 מאנסי בלוד. אז הגז"ל האט געזאגט, טאמער די אבריכים האבן 100 אונטערשריפטן איז ער מסכים אז מ'זאל עפענען אן אבריכים שוהל.

למכה מצריים...

מ. גליקמאן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:31 pm

· #145983
פון דיין מויל צו גאט׳ס אויער..

קעי קעי.. נישט ממש, אפשר דארף טאקע נישט זיין קיין דריי, אבער די פאר דרעקעס (בלשון נקיה) וואס פירן דאס רעדעל דארטן וועלן מסתמה איינזען סונער אר לעטער אז זיי מוזן זיך רעכענען מיט די יוצאי קווינס, און אז נישט קענען זיי צוריק מופן צום אלטן בית המדרש..

אמת ויציב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:36 pm

· #145988
א ליידיגער ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט נארוואס אנגעפאנגען בין הזמנים האט נישט געהאט וואס צי טוהן מיט די סטיקער פין זיין סענדוויטש אין האט עס ארויפגעקלעבט אויף די ערשטע צעטל וואס ער האט באגעגנט אין שעפטל איז געווארן פרייליך אז ער האט געפילט פאר וויכטיג צי עפענען אן אשכול

מ. גליקמאן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:42 pm

· #145991
נישט אמת, מען שלאגט זיך שוין דארטן וועגן די סטיקערס איבער א וואך, און דער ראש הקהל עקשטיין האט אפילו אריינגערופן נעכטן א אינגערמאן און איהם געסטראשעט מיטן ווארפן די קינדער פון די מוסדות.
לייקענען קען איך אויך..

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:48 pm

· #145998
הייסט די זאלונים מיט חמשונים רייסן זיך שוין

דער הויה ברוך הוא זאל העלפן אז זיי זאלן ביידע זיגן

אמת ויציב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:56 pm

· #146004
שעפטל לאמיר דיר זאגן נאכמער די אראבישע פרילינג האט זיך אריבערגעכאפט פין מאנסי אויף פאפא אין דארט רייסט מען זיך אויך אויף די איחוד הקהילות לאגא אין אויך דארט איז איינער אריבערגעלאפן צי באנדאס גראסערי קויפן א סענדוויטש צי באקלעבן די לאגא אין הער פאפא רבי האט זיך גראד צאמגעזעצט מיט מענצער אין וועבער אז די בחורס קינדער גייט מען נישט אננעמען אין די מוסדות
ווער עס קען העלפען דמיון'ען זאל ביטע ארויסהעלפן
וכבר אמר החכם בורא עולם בקנין השלם זה "הדמיון"
סענדוויטש סטיקער2.jpg

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:58 pm

· #146007
@אמת ויציב דו שרייבסט דא כאילו האסט עס וועריפייד בעפאר. אדרבה פרעג דיך נאך.

מ. גליקמאן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:01 pm

· #146012
אמת ויציב, איך ווייס נישט וועלכע פראגרעם איר האט גענוצט ארויפצוקלעבן דעם סטיקער, אבער נעקסטע מאל ביטע נוצט א בעסערע.
מיט דאנק.

אמת ויציב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:03 pm

· #146014
שעפטל
@אמת ויציב דו שרייבסט דא כאילו האסט עס וועריפייד בעפאר. אדרבה פרעג דיך נאך.

עס קען זייין אז מען שלאגט זיך אינעווענדיג ארום אזוי ווי ביי יעדע גרויסע קהלה (גרשי שלעזינגער – נפתלי משה אינדיג, מאיר הירש – דוד עקשטיין אין די ענדיג צי די איבריגע) אבער אראפלייגן כאילו אז די מחלוקה פלאקערט אז די גאנצע בית המדרש האלט מיט איז דיין גאנצע ראיה געבויט אויף א טונא סטיקער

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:04 pm

· #146015
אמת ויציב
שעפטל לאמיר דיר זאגן נאכמער די אראבישע פרילינג האט זיך אריבערגעכאפט פין מאנסי אויף פאפא אין דארט רייסט מען זיך אויך אויף די איחוד הקהילות לאגא אין אויך דארט איז איינער אריבערגעלאפן צי באנדאס גראסערי קויפן א סענדוויטש צי באקלעבן די לאגא אין הער פאפא רבי האט זיך גראד צאמגעזעצט מיט מענצער אין וועבער אז די בחורס קינדער גייט מען נישט אננעמען אין די מוסדות
ווער עס קען העלפען דמיון'ען זאל ביטע ארויסהעלפן
וכבר אמר החכם בורא עולם בקנין השלם זה "הדמיון"



כשכלב נובח סימן שהאבן מוצלח

אמת ויציב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:17 pm

· #146024
זלמן זאפיר



כשכלב נובח סימן שהאבן מוצלח

היכן הכלב והיכן האבן,לא דובים ולא יער, לא כלב ולא אבן, לא מחלוקה ולא קהילה, הכל דמיון והכל שריר וקיים
DOG.png

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:25 pm

· #146045
אמת ויציב
א ליידיגער ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט נארוואס אנגעפאנגען בין הזמנים האט נישט געהאט וואס צי טוהן מיט די סטיקער פין זיין סענדוויטש אין האט עס ארויפגעקלעבט אויף די ערשטע צעטל וואס ער האט באגעגנט אין שעפטל איז געווארן פרייליך אז ער האט געפילט פאר וויכטיג צי עפענען אן אשכול


ממש הפלא ופלא פונקט פונקט און פונקט?

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:35 pm

· #146049
וועט זיין 'דריי' סאטמאר מאנסי'ס?‎

איין מינוט צוויי איז יא דא? האסט פונקט אדורכגעוואקט עפעס א ביהמ"ד און פונקט איז דארט געשטאנען א בחור און פונקט גערעדט פון מהר"א און שעפטיל איז שוין געווארן פרייליך כלשון אמת ויציב

דורך אמת ויציב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:36 pm

א ליידיגער ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט נארוואס אנגעפאנגען בין הזמנים האט נישט געהאט וואס צי טוהן מיט די סטיקער פין זיין סענדוויטש אין האט עס ארויפגעקלעבט אויף די ערשטע צעטל וואס ער האט באגעגנט אין שעפטל איז געווארן פרייליך אז ער האט געפילט פאר וויכטיג צי עפענען אן אשכול


דאס זינלאזיגקייט האט קיין שיעור נישט

אבי גערעדט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:39 pm

· #146050
ארויף צו אראפ, 3 סאטמאר'ס אין מאנסי איז נישט קיין שאלה פון אויב, ס'איז א שאלה פון 'ווען'

פרייליך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:05 am

· #146710
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה 
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען ביי אנשי שלומינו בכלל און תושבי מאנסי בפרט די בשורה מרנינה אז דער היינטיגער טאג כ"ג אלול תשע"ג איז געעפענט געווארן די שערי המוסדות דק' אין מאנסי ווען די באסעס פון בית רחל תו"י דרבינו יואל מסאטמאר האבן היינט געטראגן די אינגערע תלמידות פון אנ"ש צום בנין הבית רחל.
עס גלויבט זיך שווער אז בלויז פון די קורצע צייט צוריק ווען בלויז עטליכע וואכן צוריק איז נחלט געווארן בהתיעצות קדשו פון רבינו שליט"א איבערן התחדשות המוסדות און אצינד האבן די הנהלת המוסדות גשמי ורוחני אלעס אהערגעשטעלט על צד היותר טוב אויפן שענסטן אופן וואס מעגליך וואו עס דערקענט זיך די סייעתא דשמיא פונעם מייסד המוסדות רבינו הקדוש והטהור זי"ע.
סאטמארער חסידים אוועלטליך וואונטשן פאר די נייע וויגעלע מוסדות אחותינו את היי לאלפי רבבה.
ווי די עסקנים געבן איבער וועט אי"ה נאך סוכות געפענט ווערן נאך קלאסן אין בית רחל און דאן וועט אי"ה אויך געפענט ווערן די שערי הת"ת וואס ווערט אין די טעג גענצליך פארענדיגט.
-אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה- 

I'm back » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:10 am

· #146713
די שרייבסט:

עס גלויבט זיך שווער אז אין די קורצע צייט....

ואו גלויבט זיך שווער? איך גלייב עס, און יעדער גלייבט. יעדער יאר איז דא מוסדות וואס טוען דאס.

איש צדיק תמים » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:04 am

· #146735
ב״ה אז מען האט געפענט מוסדות.
א שאד אז מען האט נישט געפענט אכט יאר צירוק.
א שאד אז די רב און דרייצן מאנסי בלווד האט זיך געדארפט בעטן ביי טאטעס זיי זאלן אהינשיקן.
עס איז א שטארקע פרייד ביי חסידי סאטמאר אויף 1 מאנסי בלווד אז ענדליך איז מען פטור געווארן פון די פערדעלעך און מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדערלעך אן די געלערענטע קליינע מחוצפים׳לעך.

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:13 am

· #146737
איש צדיק תמים
ב״ה אז מען האט געפענט מוסדות.
א שאד אז מען האט נישט געפענט אכט יאר צירוק.
א שאד אז די רב און דרייצן מאנסי בלווד האט זיך געדארפט בעטן ביי טאטעס זיי זאלן אהינשיקן.

??.???

עס איז א שטארקע פרייד ביי חסידי סאטמאר אויף 1 מאנסי בלווד אז ענדליך איז מען פטור געווארן פון די פערדעלעך און מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדערלעך אן די געלערענטע קליינע מחוצפים׳לעך.
[/color]
נישט נאר זיי זענען בשמחה זיי האבן יעצט געשיקט $100000 פאר ר' אהרן'ס מוסדות........

ליצים לערן דיך שוין אויס אראפ צו שלינגען א פליק

אסאך בעסער » מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:11 am

· #395386
[ציטאט אראפגענומען]

זאג נאכאמאל דעם גראבען ליגנט!! ווער האט פארגינען פאר וועם? די מיינסט די עולם איז משיגע, דאס איז א פאקט וואס יעדער ווייסט מהרז״ל האט נישט קיין שום בעלות אין מאנסי, געב עס א שטיק צייט וועט ער האבן דארט אייגענע מוסדות.

אסאך בעסער » מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:22 am

· #395390
[ציטאט אראפגענומען]

אראפ נעמען א בנשיאות אדמור איז א מעיזשאר מאוו זיי נישט נאריש. יעדער ווייסט סאיז בכלל נישט קיין סוד איך ווייס נישט וועים די טרייסט צו דרייען א קאפ.

אסאך בעסער » מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:38 am

· #395398
[ציטאט אראפגענומען]

דריי א קאפ א צווייטען קוקט נישט אויס ווי מען קען רעדן מיט דיר. איך וועל רעדן מיט דיר ווען מהרז״ל וועט מאכן שבת פאר זיך קוקט נישט אויס אז סוועט נאך נעמען צו לאנג. זייט מיר געזינט

לאקש » מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:46 am

· #395401
וועט זיין 'דריי' סאטמאר מאנסי'ס?‎
קוקט נישט אויס

signout » מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:36 am

· #395417
לץ דו, סוי ביז ווען פינקטליך איז מהרז''ל געווען רבי אין מאנסי אין ווען האט ער אפגעמאכט אז ער איז עס מוותר פאר ר' חיים יושע? כ'בין נייגעריג ווען ער גייט מוותר זיין די איבריגע בנינים אין סאטמאר,

גאנצל » מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:54 am

· #395421
@אנאנים א יעס אר נאו קוויעסטשאן

קען היינט רז"ל אריינקומען אין ביהמ"ד ויואל משה ד'סאטמאר מאנסי אויף 1 מאנסי בולערווארד און זאגן אז איך וויל נישט רח"י זאל זיין מער רב דא

יא אדער ניין ?

signout » מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:56 am

· #395423
גאנצל
@אנאנים א יעס אר נאו קוויעסטשאן

קען היינט רז"ל אריינקומען אין ביהמ"ד ויואל משה ד'סאטמאר מאנסי אויף 1 מאנסי בולערווארד און זאגן אז איך וויל נישט רח"י זאל זיין מער רב דא

יא אדער ניין ?

ער קען, ער וועט באקומען די זעלבע וואס ער האט באקומען ווען ער האט עס פראבירט אין סאטמאר ב''פ (נאר אפשר מיטן באבאווער נוסח)

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:44 pm

· #395429
Re: וועט זיין 'דריי' סאטמאר מאנסי'ס?‎
זעהט אויס אז האסידיק אויף טוויטר איז נישט אזוי באהאווענט דא אין שטיבל, ער האט יעצט ארויף געלייגט דעם בילד וואס שעפטל האט ארויף געלייגט דא אין שטיבל אין יאר 2013....
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/963098476535074816">https://twitter.com/hasidic1/status/963098476535074816</a>

אלעס גוט » מאנטאג פעברואר 12, 2018 9:48 pm

· #395487
אין וואס איז מיט ר' אהרן אין בני ברק ווען ער האט גערעדט קעגן זיין נעפיא וואס דארט איז רה אהרן אסאך מער בעל הבית ווי מהרז"ל אין מאנסי וואס פארא בושות עס האט עם אנגעמאכט

לחיים ולברכה » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:02 am

· #398019
מהז"ל איז די וואך כחצות הלילה אנגעקומען קיין מאנסי ווי עס האט געדאווענט מעריב אין היכל פון גרויסן ביהמ"ד מיט אלע לעקטערס אנגעצינדן ברוב פאר והדר,

קוקט אויס אז ער קען דארט אריינגיין ענדער ווי זיין ברודער אין בני ברק

לחיים ולברכה » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:43 pm

· #399963
ווער פארכאפט די מאכט
📎 photo_2018-04-16_17-19-52.jpg