☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א סוכה און אלעס ארום דע סוכה

א סוכה און אלעס ארום דע סוכה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4605

ישמעאל הכהן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:03 pm

· #145432
א סוכה און אלעס ארום דע סוכה
אזוי ווי מ'רעדט נאך נישט און ערגעץ דערפון וועל איך אנהויבן. איך גרייט מיר אי"ה צו מאכן אן אייגענעם סוכה דאס ערשט מאל, האב איך גארנישט עקספיריענס דערמיט, און איך האב אויך נישט צי סאך געלט. וואס איך דארף אז א סוכה פאר 5 מענטשן, מיר און ווייב און 3 קינדער. מוז נישט זיין דאס שענסטע סוכה. איינער האט מיר געזאגט וועגן א סחורה'נע סוכה אז דאס איז דעס ביליגסטע. וואס ווייסט דער עולם פון עקספיריענס?

ישמעאל הכהן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:08 pm

· #145435
וואס מיינט נישט אזוי ביליג ? געהערט אז מ'קען האבן פאר א 300 דאלער א שיינע סייז אינקלודינג סכך. א לייטערס סוכה הייבט זיך אן פון 1000. בין איך נישט גערעכט ?

למדן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:31 pm

· #145451
נישט אזוי ביליג אבער פאר $4-500 הייבט זיך עס אהן וויאיך זעה אויף די וועבסייטס
און איך מיין אז עס איז דא סחורה'נע סוכות וואס מען קען יא עקסטענדן
<a class="postlink" href="http://www.sukkot.com/tubular.htm">http://www.sukkot.com/tubular.htm</a>
זיין סוכה קען מען זייער גרינג עקסטענדן הגם איך וואלט מורא געהאט צו קויפן פון א נייעם חכם אין נארט קעראליינע, (שיין מאן דכר שמיה) ווי אויך זענען זיינע סוכות (נאך) נישט פאפולער אין די היימישע געגנטער

איחוד פעלד » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:32 am

· #145557
לייטערס איז די בעסטע אויב האסטו נישט קיין פראבלעם צו באצאלען די גרויסע פרייזען.

עס האלט זיך אויך דער בעסטער.

סוכה דיפא, איז אויך גוט אבער די ברעטער וועגען מער.

די האלצענער סוכות, אויב מען פארקויפט עס נאך איז דער ביליגסטער אפשען. מען טאר עס נישט לייגען אין א נאסער פלאץ, ווייל עס קען ווערען פארשימעלט.

די סחורה'נער הגם זיי זענען כשר, איז עס נישט מהודר, ווייל דער ווענט שאקלען זיך, און הגם זיי מאכען א לבוד מיט פארשידינע הלכה'דיגער קונצען, זאגט שוין דער רמ"א אז דער מנהג איז צו מאכען מחיצות גמורות. ממילא איז נישט גוט צו נוצען די סחורה'נער סוכות נאר לעת הצורך.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:40 am

· #145559
ווענד זיך אויך וואו איר שטעלט אוועק די סוכה.
און אויב איר פלאנט צו שלאפען אין די סוכה.
און אויב איר פלאנט צו מאכן א שלאק.

א שאד איר דערמאנט זיך שפעט, די סוכה פארקויפערס זענען ביליגער נישט אין סעזאן.

מזלטוב » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:53 pm

· #145732
איך האב א סחורה'נע. און איך האב עס יא פארגרעסערט לויט ווי די משפחה איז געוואקסן. עס איז די ביליגסטע און די מערסטע שפארזאם און סטאריגז' ספעיס. אבער טאקע נישט אזוי שיין. נאך א מעלה אז א בר מצוה בחור'ל קען עס אויך אליין אויפשטעלן און צאמלייגן.

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:34 pm

· #145748
וואס איד די חילוק צווישן לייטער און סוכה דיפאט?

ישמעאל הכהן » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:17 pm

· #145859
שרייבער
וואס איד די חילוק צווישן לייטער און סוכה דיפאט?

איך מיין אז דע סחורה'נע איז פון סוכה דיפא

מזלטוב וויפיל האט איר באצאלט פאר'ן סוכה?