☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אש התורה קאווערט ליד פון דאַפט פּאָנק

אש התורה קאווערט ליד פון דאַפט פּאָנק

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4604

הציץ ונפגע » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:02 pm

· #145430
אש התורה קאווערט ליד פון דאַפט פּאָנק
ווי זייער טראדיציע, פרובירט אש התורה, די קירוב-ריז, אראפצולייגן אידישקייט ווי א קיהלע מאדערנע, ניי-עפאכעדיגע רעליגיע. דאס ברענגט צומאל צו א ליצנות סיי פון זיך אלס ארגעניזאציע און סיי פון די רעליגיע וועלכע זיי פרובירן אויסצומאלן. די לעצטע מאדנקייט מבית יוצרם איז א מוזיק ווידעא לכבוד ראש השנה.



די ליד, געזונגען דורך מנחם הערמאן, איז גענומען פון דעם גאר פאפולערן דיסקאָ ליד "געט לאָקי" פון דאַפט פּאָנק.



וואס זאגט איר: א) צום געדאנק מכוח אידישקייט אויס? ב) צום ליד, מכוח די מוזיקאלישע טאלאנט אויס?

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:11 pm

· #145436
מכוח נגינה און עקטען האב איך שוין געזעהן ערגערס ,נאר אינטערסאנט זיי האבען בוחר געווען א ניגון מיט אזא שטארקע מאחורי'דיגע טעמע.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:31 am

· #145622
ר' נפגע איר האט ווארשיינליך געמאכט א טעות סופר אינעם קעפל פונעם אשכול שרייבענדיג קאווערט אנשטאט קאנווערט.

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:06 pm

· #145663
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Cover_version">http://en.wikipedia.org/wiki/Cover_version</a>