☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ווי אזוי וואלטן אונזערע חסידות'ע אויסגעקוקט ווען...

ווי אזוי וואלטן אונזערע חסידות'ע אויסגעקוקט ווען...

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4603

I'm back » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:26 pm

· #145416
ווי אזוי וואלטן אונזערע חסידות'ע אויסגעקוקט ווען...
דא קען מען שרייבן ווי אזוי אונזערע חסידות'ע וואלטן אויסגעזען ווען זיי וואלטן געהאט/געטון פארשידענע זאכן.

------------

ווי אזוי וואלט עס אויסגעזען ווען יעדער רבי האט א אפיציעלע טוויטער אדער פעיסבוק אקאונט.

יעדער וואלט פרובירט צו האבן מער פאלאוערס וכו,

-----
דיסקלעימער, דאס איז א אפענע אשכול, נישט ווי @זר זהב... #סעלפיש. 😉

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:36 pm

· #145419
ס'גייט אזוי אויסקוקן אין גאר א קורצע צייט

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:40 pm

· #145424
מנשה לוסטיג
ס'גייט אזוי אויסקוקן אין גאר א קורצע צייט

ס'קוקט שוין אזוי אויס...
נאר אנשטאטס פעיסבוק און טוויטער, איז עס טעלעפאון ביכער, נעילת החג טישן און די מפורסם'דיגע בילדער פון טויזענטער אידן וואס זענען נאר א חלק מהקהל בצד מערבית צפונית

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:52 pm

· #145427
וויאזוי וואלטן חסידות אויסגעזעהן ווען איינמאל א וואך טוען זיך די רבי'ס אן פאני קאלירפולע קליידער, און די מענטשען קומען קוקן וויאזוי זיי עסן פיש, זינגען, און מאכן מאדנע פאקסן?

...ווען זיי פארן ווען מיט קארס וואס האבן טשערי לייטס אזויווי הצלה קארס.

סלינקי » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:11 pm

· #145460
ווען זיי האבן ווען א אינסטעגראם וואלטן די בילדער מאגאזינען זיכער ארויס פון ביז.

followme #idontfollowback#

ציבעלע-קיגל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:59 am

· #222756
ווי אזוי וואלטן אונזערע חסידות'ען אויסגעקוקט ווען...

אונזערע "רבי'ס" וואלטען טאקע געווען עהרליכע איד'ן...

און נישט קיין... אזוי ווי...