☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א לייק? ווייטער שרייבן ווי ס'שמעקט מיר? צו גאר טוישן חתימה?

א לייק? ווייטער שרייבן ווי ס'שמעקט מיר? צו גאר טוישן חתימה?

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4599

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:23 pm

· #145350
א לייק? ווייטער שרייבן ווי ס'שמעקט מיר? צו גאר טוישן חתימה?
אלס אן איינגעשריבענער דא פאר איבער א יאר, מיט אריבער 1600 תגובות, און יא ס'שמעקט מיר אביסל אז כ'האלט שוין אזוי איבער 1000 לייקס, האב איך מיך היינט באגעגענט מיט א שווערע דילעמע,

כ'האב באקומען אין אישי פון איינעם אזוי
כבוד (מלפנים) ידידי הר' שעפטל,

כ'פיל איך מיז דיר עס זאגן ווייל איך ווייס עס נישט ארויס אין פאבליק, כ'וויל דיר מיט דעם אישי זאגן אז ס'דא אסאך פון דיינע תגובות וואס איך האב זייער הנאה.

איי פארוואס 'לייק' איך עס נישט? זייער פשוט, ס'דא אסאך אנדערע וואס דו האסט געשריבן וואס עס באדערט מיר זייער שטארק, און דיין חתימה איז דאך "מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס..." דעריבער אזוי ווי איך וייל נישט זיין קיין מסייע, לייק איך דיר נישט אפילו אויף די וואס איך האב יא ליב, האפענטליך וועסטו אויפהערן שרייבן די ווערק וואס עס שטערט מיך.

(כ'האב געשריבן 'מלפנים' צוליב פאר אן עפאכע זעמער יא געווען ידידים...)


יעצט איז מיין שאלה אזוי,
1. זאל זיך יענער אונטערווישן מיט זיינע לייקס עד שנבקע כריסו, ווער דארף דען א לייק פון איינעם וואס נעמט זיינע בר פלוגתא'ס אזוי פערסענאל? איז דען זיין לייק דען אזוי חשוב אז כ'זאל מיך אפילו וויסענדיג מאכן דערפון?

2. צו, נאכאלעמען איז ער דא א שרייבער ווי אלע שרייבערס, נא אפשר זאל איך מיך טאקע אביסעלע מער רעכענען אין זיינע הרגישים? אפשר זאל איך טאקע טוישן אין געוויסע ענינים?

3. אדער בלייבט איבער ס'בעסטע אפציע, טוישן מיין חתימה... אזוי פאלט אלעס אוועק, וועט ער עס ליב האבן וועט ער מיר לייקן, אז נישט זאל ער קרימען מיטן נאז אדער שארפליך צוריקענטפערן.

יעצט אפשר פארוואס זאל איך טוישן מיין חתימה? ברענג איך דען נישט ארויס אין אפציע אלף אז ווער דארף עס דען?

ס'איז ממש א היתר כרוך דא....

כ'וועל נישט בעטן פון די אחראים ממש צו מאכן אן אנקעטע.. אבער דעם דעת הקהל ווילן מיר הערן.

למדן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:38 pm

· #145361
מאך א אנקעטע און לאז דעם עולם שטימען

ידען » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:53 pm

· #145368
לייקס איז זייער גוט אבער איך לאז נישט עס ניצען פאר א סטראשע.

איך בין פאר נאמבער 1.

רעכען דיך נאר מיט ווער סע שרייבט נארמאלע זאכן.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:57 pm

· #145369
כעל ממלא זיין זיינע לייקס עד מקום שידי מגעת,
אדער זאג איהם אז דו וועסט זיך מתאמץ זיין צו געבן לייקס פאר די וואס שטיפן פארקערט דעם וואגן, אזוי וועט זיך עס לעוועלען

I'm back » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:01 pm

· #145371
אביוזדס נישט די לייק סיסטעם.
ווי שוין ערווענט אין א אנדערע אשכול, איז עס פילפאכיג ערגער ווען עס וואלט נישט געווען די לייק אפציע. דער וואס וויל לייקן, זאל לייקן. דער וואס נישט, זאל נישט. מאכטס נישט קיין קאפ ווייטאג פאר די גבאים, ווייל עס וועט נאר קאליע מאכן פאר אונז...

מאטי » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:01 pm

· #145372
קודם האסטו אריינגעכאפט אפאהר לייקס מיט דיזער אשכול.

אביגדור » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:02 pm

· #145373
.

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:19 pm

· #145381
אוי שעפטל, ביסט סחורה ווי גאלד. לאמיך צוריקגיין לייקן אלע דיינע תגובות ביז היינט.

'אינטערווישן' איט איז.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:25 pm

· #145384
שעפטל, ייש"כ פארן עפענען דעם אשכול, אזוי קענען מיר דיר באדאנקען פאר אלע דיינע תגובות ביז אהער.
הגם דו באלאנגסט טאקע צו דעם חסידות וואו דו געהערסט, האסטו נאך קיינמאל נישט אויפגעהויבן א קול מלחמה אנטקעגן אנדערע, נאר דו טוסט איידל באריכטן דיינע נייעס פון דיינע נייעס-קוועלער, ממך ילמדו! און אויסער דעם האסטו אזויפיל אנדערע נושאים וואס דו באשרייבסט שיין מלא טעם, מיר טוען זיך באמת פאסמאקעווען מיט דיינע רייכע תוכנ'דיגע הודעות!

איך ווייס נישט צו די גאנצע מעשה וואס דו שרייבסט איז אמת אדער נאר א שפיל צו באקומען מער לייקס, אבער איך טו מיינס, און מ'וועט דיר אי"ה ווייטער לייקן ביתר שאת וביתר עז.

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

בדחן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:05 pm

· #145479
מען דארף מאכען א ערענסטע אינוועסטעגעשין ווי אזא איינער וואס נעמט זיין חסידות אזוי ערענסט אזאש זיך צי קריגען מיט @שעפטל האט באוויזען זיך איינצישרייבען דא, @מנהלים ביטע שטרענגער מאכען די תקנות אז און זען אז מען זאל מיזען האבן די מינימום זיך צי קענענן איינשרייבען דא,

שעפטל, אונזערע רבי׳ס האבן אונז אויסגעלערענט אז ווען די שטן וויל בייגען איין זייט דארף מען זיך בייגען אינגאנצן פארקערט, נעם זיך האקען תגובות, און געדענק...! פאר יעדע תגובה וואס די שרייבסט באקימט יענער נאך א לייק אין בויך וואס ער קען דיר נישט געבן... זע יענער זאל זיך פארלירען אין זיינע לייק׳ס.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:09 pm

· #145480
און איך וויל מאכן אן אינוועסטיגעישען צי די הנהלה טיילט פרסים פאר געוויסע ניק'ס ווען זיי קומען אן צו א געוויסע צאל לייקס... אדערווייז פארשטיי איך נישט די דעספערעשען פון מערערע צו באקומען און באקומען און באקומען לייקס. וואס פארדינט מען דערפון? (כ'רעד נישט אין א פאל ווען מ'האט אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס און מ'וויל אנערקענונג, אדער וויסן אז ס'איז אפרישיעטעד)

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:25 pm

· #145490
זר זהב
און איך וויל מאכן אן אינוועסטיגעישען צי די הנהלה טיילט פרסים פאר געוויסע ניק'ס ווען זיי קומען אן צו א געוויסע צאל לייקס... אדערווייז פארשטיי איך נישט די דעספערעשען פון מערערע צו באקומען און באקומען און באקומען לייקס. וואס פארדינט מען דערפון? (כ'רעד נישט אין א פאל ווען מ'האט אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס און מ'וויל אנערקענונג, אדער וויסן אז ס'איז אפרישיעטעד)

איינער ווייסט פארוואס זר פירט א מערכה מיטן לייקן, האלט חשבון צו מען לייקט יא צו נישט? א באלדיגע אויספארשונג ווערט פארלאנגט!!!

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:25 am

· #145555
העי, @שעפטל האסט דאך צוגעזאט אז ס'בלייבט אישי צו אישי, פארוואס ביסטו דאס מפרסם?

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:28 am

· #145572
אבער אז יענער געט נישט די לייקס דארף איך עס כאפן פון ערגעץ אנדערשט...

דעס איז אן אמת'ע אישי, וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן דא בעיקר, אז ס'דא נעבעך מעמבערס דא וואס נעמען זאכן גאר פערסענאל, אבער ב"ה זייער גרעסטע סטראשע איז א לייק, און זיי פילן נאך אז זיי האבן ס'לעצטע לאך... (@יואליש @טאמבל סאס לייגט עס צו צום לאך ליסטע...)

טעפל » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:53 am

· #145583
לכאורה איז נאמבער איינס די בעסטע, וואס איז דיר א חילוק צו ער האט דיר געלייקט צו נישט? איך האב אויך אסאך מאהל וואס ס'געפעלט מיר נישט ווי יענער שרייבט באקומט ער נישט אויף דעם א לייק ושוין..
שעפטעל שרייב ווייטער זאפטיגע סחורה אבער מיט אכטונג.. 😉
דא האסטו וואס איך האב געשריבען אין אישי פאר איינעם און זיין תשובה
אני השפל האב געשריבען "איך האב אוועקגענומען מיין לייק, שרייבט נישט אזוי גראב אויף אלע גרעסטע רבי'ס, אביסל איידעלער.." איך האב ממש נישט געמיינט צו סטראשען כ'האב נאר מסביר געוועהן פארוואס כ'האב אוועקגענומען די לייק..און דאס איז וואס ער האט גענטפערט:
כדארף נישט קיין לייק און כשרייב וואס כוויל און וואס כהאלט

מזלטוב » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:24 pm

· #145717
לדעתי איז יעדע לייק פאר די ספעציפישע תגובה. און עס מוז נישט מיינען אז איך בין מסכים צו אלע השקפות און תגובות וואס דער ניק האט געשריבן!!

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:26 pm

· #145746
גוט מארגן!
ביסט נישט דער מחדש דערפון. דער פאטענט האב איך שוין ערפונדן. 😉
מיין אלטע חתימה איז געווען: מיין לייק מיינט חלילה נישט קיין הסכמה אויף אייערע אומליבליכע לעכערליכע דעות.