☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע

די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4591

נהורא נפישא » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:14 pm

· #144976
די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
אין די צייט וואס גייט אן א העפטיגע ויכוח איבער אריינעמען סעקולערע לימודים און די קוריקולעם אין די חרדישע אנשטאלטן אין ס'פארהאן א שטארקע קעגנערשאפט ביי אלע חרדי'שע רבנים און ווי באקאנט לייגן די ליטווישע רבנים דעם טראפ אז ס'איז אבסעלוט פארבאטן אלטץ ביטול תורה איז כדאי צו געבן א קורצע היסטארישע איבערבליק איבער אידישקייט פון די תקופה פינעם רענעסאנס וואס איז געווען א צייט פון קולטוראלע אויפלעב פון זיך צוריקקערן צו די גריכישע און רוימישע שטרעבונג צו פיליזאפיע און ארט.

די רענעסאנס וואס האט זיך אנגעהויבן אין איטאליע און איז פארשפרייט געווארן אין אנדערע אייראפעאישע לענדער האט אין די זעלבע צייט נישט איבערגעהיפט די איטאליענער אידישע געמיינדעס אין פאקט האבן זיי אנטיילגענומען דערין אין האט געבליעט הונדערטער יארן מיט א גלאררייכע היסטאריע פין אידישקייט מיט א ליבעראלע און הומאניסטישע צוגאנג אריינעמנדיג רבנים גדולי תורה וואס האבן צוגאב צו זייער ידיעת התורה אויך באזיצט א הויעכע בילדונג פון שפראך קענטעניס און אלגעמיינע וויסענשאפט וואס זיי האבן זיך דאס אלטץ איינגעהאנדעלט אין די אוניווערסיטעטן אדער אויף די אייגענע האנט טייל פון זיי האבן אפילו געשאפן פאעטישע ווערק דראמאטישע פיעסעס און מוזיקאלישע קאמפאזיציעס.

דאס דאווענען אין מערערע איטאליענישע שולן זענען מיט די גוטהייסונג פון זייערע רבנים געווען אין באגלייטונג פון מוזיקאלישע אינסטרומענטן די מערסט בארימטער איטאליעניש אידישער קאמפאזיטאר איז געווען שלמה מן האדומים באקאנט אלטץ Salamone Rossi וואס האט געשאפן מערערע ליטאגורישע קאמפאזיציעס וואס מ'קען זיי געפינען אויפן אינטערנעט.

עס דארף באטאנט ווערן אז א גרויסער טייל פון די רבנים זענען בפירוש געווען געשעצט ביי די גדולי הרבנים והפוסקים שמפיהם אנו חיים.

דא האט איר א טיילווייזע רשימה פון די רבנים:
ר' יהודה אריה די מודינה- באהערשט מערערע שפראכן, געהאט קריסטליכע תלמידים, שטודירט מוזיק און טענץ, געווען די פארוואלטער פון די טיאטער אינעם ווינעציער געטא, פארפאסט א ספר וואס צווייפעלט און די אוטענטישקייט פינעם זוהר, א פיוט וואס ער האט פארפאסט ווערט געזאגט ביי די סליחות ליוכ"ק
ר' יצחק לאמפרונטי-מחבר פינעם הלכ'ישן אנציקלאפעדיע פחד יצחק, שטודירט דאקטעריי אין פאדאווער אוניווערסיטעט און האט באזיצט א גרויסן ביביאליטעק פון רעליגיעזע און סעקולערע טעקסטן
ר' יהודה מסיר ליאון- א לעקטורער אין מאנטובער אוניווערסיטעט מחבר פינעם ספר נופת צופים אויף די חכמה פון רעטאריק
ר' דוד ניטו- שטודירט און פאדובער אוניווערסיטעט דאקטעריי פיליזאפיע די חכם צבי נעמט זיך אן און א תשובה פאר אים נאכן ווערן באשולדיגט אין מיטטיילן די מיינונגען פון שפינאזע פארפאסט ספר כוזרי השני
ר' עובדיה ספורנו- באקאנט אלטץ זיין פירוש ספורנו געווען א דאקטאר באזיצט מערערע שפראכן געווען באהאווענט אין וועלטליכע ידיעות ער איז געווען די לערער פינעם הומאניסט יוהאנעס רויכלין
ר' עזריה מן האדומים- באקאנט מיט זיין ספר מאור עינים ווי ער געט זיך אפ אפצווארפען פארשידענע היסטארישע הנחות וואס חז"ל שטעלן אראפ ס'איז באוואוסט די התנגדות פון מהר"ל און נאך וואס האבן דעם ספר מחרים געווען אזוי אויך די יעב"ץ נאכן מחרים זיין דעם ספר האט שפעטער חרטה באקומען אין געזאגט לא תתעב אדומי
ר משה חיים לוצאטו- באקאנט מיט זיין מוסר ספר מסילת ישרים שטודירט אין פאדובער אוניווערסיטעט אלגעמיינע וויסענשאפט און פילילאגיע גרויסער בעל מקובל אויסגעארבעט זיין אייגענארטיגע שיטה אין קבלה געשריבן פאעטישע ווערק און דראמאס און ווערט פאררעכענט אלטץ די סאמע ערשטער מאדערן העברעאישער שרייבער

די ליסט גייט ווייטער און ווייטער דאס אלטץ פאר יעצט מערצעשעם ווייטער אין א קומענדיגע געלעגנהייט.

הוגה » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:03 pm

· #145039
זייער א שיינע התחלה, מיר קוקן ארויס פאר די המשך. אפשר קענסטו ערקלערן וואס מיינט חכמת רעטאריק?

נהורא נפישא » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:24 pm

· #145053
די ארט פון רעדן אדער שרייבן על דרך משל ומליצה אין ענגליש Rhetoric

בן תמליון » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:56 pm

· #145133
זייער שיין נהורא. איך וועל צולייגן ר' אליהו הבחור, מחבר ספר התשבי, וועם דער פרי מגדים ברענגט כסדר און איז זייער מחבב, איז געווען א לערער פון לשה"ק אין אוניווערסיטעט. גלחים זענען געווען זיינע תלמידים. איך מיין ער שרייבט עס אליין. איר קענט מרחיב הדיבור זיין נהורא נפישא.

נהורא נפישא » זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:02 pm

· #145138
בן תמליון
זייער שיין נהורא. איך וועל צולייגן ר' אליהו הבחור, מחבר ספר התשבי, וועם דער פרי מגדים ברענגט כסדר און איז זייער מחבב, איז געווען א לערער פון לשה"ק אין אוניווערסיטעט. גלחים זענען געווען זיינע תלמידים. איך מיין ער שרייבט עס אליין. איר קענט מרחיב הדיבור זיין נהורא נפישא.

יא איך האב דאס געהאט בדעה צו צוברענגען אינעם המשך

נהורא נפישא » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:03 pm

· #145149
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג,איבער די רמ"ע מפאנו טוט זיך אויב איז ער געווען א מגולח
דרך אגב שפעטער איז געווען שד"ל, ריג"ו, ר'אליהו בן אמזוג אבער זיי ווערן שוין פאררעכענט אלטץ משכילים.
וואס מיינט איר מיט דעם אז מיר ליידן נישט פון די רבנים ?

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:25 pm

· #145163
נהורא נפישא
איבער די רמ"ע מפאנו טוט זיך אויב איז ער געווען א מגולח

וואס הייסט עס טוט זיך? כ'מיין ס'איז קלאר, יעדן ערב שבת נאכן שניידן די נעגל על הסדר בדאגה אדער אדבגה פלעגט דער הרב מפאנו כאפן א מספרים און זיך מגלח געווען די בארד אזוי ווי יוסף הצדיק ווען ער איז ארויס פון תפיסה, כ'ווייס נישט צו עס איז געווען אויף א טריפעל זירא אבער אויף נומער דריי אבער סאיז געווען א יופי פון אזאך. אזוי איך האב איך געזעהן אין א תשובה ספר געשריבן דורך זיינס א תלמיד אדער זיינס א תלמיד'ס תלמיד.

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:30 pm

· #145166
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/19765">viewtopic.php?p=19765#p19765</a><!-- l -->

DotCom » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:37 pm

· #145168
אויפ'ן רמח"ל איז אויך פארהאן וואס טענה'ן אז ער איז געווען א מגולח, די בילד פון אים איז אבער מיט א בארדץ

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:47 pm

· #145179
ונבנתה העיר
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=19765#p19765

טאמבל סאס שרייבט דארט אזוי:
וועגען דער רמ"ע מפאנו איז שוין א אלטע וויכוח, דער מנחת אלעזר שרייבט ער האט געזעהן א בילד (דאס איז א באקאנטע בילד) וואס מ'זעהט אים מיט א פילע בארד, טייל טענן'ען וואס מ'זעהט אויף בילד איז נישט א ראי' ווייל יתכן אז ער האט טאקע יא געהאט א בארד אבער אז ער האט געהאט געטרימט, און פון דארט איז די מקור אויף די שמועות.

און איך פארצייל אייך אז דעם שבת האב איך פערצופאל געליינט אין א תשובה ספר פון יענע תקופה (אדער א דור נאכדעם) ווי ער שרייבט קלאר אז דער רמ"ע מפאנו און זיינע תלמידים פלעגן זיך שערן די בערד וועכענטליך.

נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:06 am

· #145193
קופערניקוס הייסט עס אז דו האסט א הומאריסטישע זייט, געשמאק צו זעהן ביי א אידן
ר' בנימין מסתמא ווייסט איר דערפין אז די שוועריגקייט אנצונעמן דאס אז ער האט זיך געשוירן די בארדע שטעקט אין דעם וואס ער איז דאך געווען א גרויסער קאבאליסט אין לויטן סוד איז דאס ארונטערנעמען דעם זקן נישט געוואונטשען נאר סאיז דא וואס טענה'ן אז דאס איז נאר נוהג אין א"י נישט און חו"ל די חתם סופר האט א שמועס אין א תשובה דערוועגן.
אלענפאלס בין איך נישט זיכער אז סיידען דאס איז ער ספעציעל באקאנט געווען מיט באזיצן וועלטליכע ידיעות אזוי ווי די רבנים וואס איך האב אויסגרעכנט

לבונה זכה » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:00 pm

· #145464
די איטאליענער אידן זענען געווען די מערסט ליבעראלע פון אידישע קהילות. ס'קוקט אויז אז מ'האט דארט געלעבט אויף אלע באקן. מענער פלעגן טאנצן מיט פרויען...און נאך אזעלכע סארט לייכטע געפירעכץ. די רבנים האבן זיך נישט געקענט אן עצה געבען מיטן עולם.
פאר מער, זעט דעם לינק:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2294588&forum_id=1364&upd=1">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... 1364&upd=1</a>

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 28, 2016 2:47 pm

· #326573
פארברענגט און פארוויילט מיט די גויישע שכנים
מחשיב געווען קונסט
שטודירט אין די אוניווערזיטעטן
געטרונקען סתם יינם
געגאנגען אין טעאטער
געטאנצן בתערובות
געליינט ראמאנסן
געשפילט מוזיק אין די סינאגאג
געלייקנט קבלה
געטשאלענזשט חז"ל'ס באקאנשאפט אין היסטאריע
געגלויבט אין הומאניזם
געשריבן לויט די גויישע דאטומס


אט דאס אלעס האט שוין עקזעסטירט אין די אידישע קהילה אין איטאליע, היבש פאר די רעפארם באוועגונג איז אויפגעקומען.

ליפא » מאנטאג מערץ 28, 2016 2:50 pm

· #326574
און? קוק וואס ס'געבליבן פון איטאליע אידישקייט??? שטא גארנישט אויסער אתרוגים. יעצט קוק אויף וויליאמסבורג ווי אידישקייט שיינט און לייכט און וועט בליהען עד כי יבא שילה
😛

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 28, 2016 2:55 pm

· #326576
פון ווי נעמסטו דאס אז די יידן פון איטאליע זענען עווענטועל אסימולירט געווארן מער ווי סיי וועלכע אידישע קהילה פון סיי וועלכע מדינה ?

ליפא » מאנטאג מערץ 28, 2016 3:02 pm

· #326579
כזאג עס נישט, געשריבן סארקאסטיש

בן אדם » מאנטאג מערץ 28, 2016 5:06 pm

· #326607
בן תמליון
זייער שיין נהורא. איך וועל צולייגן ר' אליהו הבחור, מחבר ספר התשבי, וועם דער פרי מגדים ברענגט כסדר און איז זייער מחבב, איז געווען א לערער פון לשה"ק אין אוניווערסיטעט. גלחים זענען געווען זיינע תלמידים. איך מיין ער שרייבט עס אליין. איר קענט מרחיב הדיבור זיין נהורא נפישא.

איז נישט דאס ר' אליהו מזרחי?

חוץ פון זיין שיעור אין תורה פאר זיינע תלמידים פלעגט ער זיי אויך געבן שיעורים אין לימודי חול, (ער שרייבט דאס אליינס).

מפוזרי » מאנטאג מערץ 28, 2016 5:40 pm

· #326613
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
ניין בכלל נישט. ר' אליהו מזרחי איז געווען גדול הדור אין טערקיי. ר' אליהו בוכער איז א געווען א געלערנטע איד מיט אסאך ידיעות אין פארשידענע חכמות בעיקר אין דקדוק, לא קרב זה אל זה.

מפוזרי » מאנטאג מערץ 28, 2016 5:48 pm

· #326617
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
ואני כן שמעתי אז דערפאר הייסט ער בחור וויבאלד ער איז געווען א בוכער.

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 28, 2016 6:19 pm

· #326619
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
דער ענגלישער פריי-מ-עניסטער דעיוויד קאמעראן איז אן אייניקעל פון אליהו בחור. <a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/news/politics/david-cameron/10692725/David-Cameron-I-feel-connection-to-Jewish-people.html">http://www.telegraph.co.uk/news/politic ... eople.html</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » מאנטאג מערץ 28, 2016 7:53 pm

· #326631
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
זיינע איייניקלעך זענען שוין געווען משומדים און מלשין געווען אויפן ש"ס וגרמו לשריפתה, ל"ע.

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 28, 2016 7:58 pm

· #326632
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
נו, שני גויים בבטנך

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 28, 2016 8:04 pm

· #326635
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
מפוזרי
ואני כן שמעתי אז דערפאר הייסט ער בחור וויבאלד ער איז געווען א בוכער.

דא זאגט ער, "ווייל ער האט געשריבן א ספר "הבחור."
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1956">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1956</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 28, 2016 8:13 pm

· #326637
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
מפוזרי
זיינע איייניקלעך זענען שוין געווען משומדים און מלשין געווען אויפן ש"ס וגרמו לשריפתה, ל"ע.

ויטוריא אליאנו און זיין ברודער שלמה רומאנו (יוהן באפטיסטא), קינדער פון זיין טאכטער. אים אליין האט מען געמארדזשענט צוליב וואס ער האט געלערנט תורה מיט קריסטליכע גייסטליכע.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 28, 2016 8:47 pm

· #326639
וואס איז מיט עמנואל הרומי, אויך אן אינטערסאנטער פארשוין, א גרויסער משורר, געשריבען סונאטעס, סאטירישע, ראמאנטישע ( דברי חשק) דאס איז דאן געווען די סטייל, אסאך פיוטים געשריבען, אסאך זענען מייחס יגדל אלקים צו אים, איך דענק נישט צו ס'איז ריכטיג, עכ"פ א שטארקע איש מכובד אין די קהילה, אבער ר'יוסף קארוי וואס איז עכ"פ נישט געווען אין זיין מדינה אסר'ט מיטן שטרענגסטן צו דרוקן אדער לייענען זיינע ראמאנסן.
די חיד"א ברענגט אן אינטערסאנטע המלצה, אז אויף איוב, איז גוט צו לערנען די פירוש פון אבן עזרא, אויף תהילים, איז גוט צו לערנען מיט'ן רד"ק, און משלי איז גוט צו לערנען מיט'ן פירוש פון עמנואל.
ס'דא די באקאנטע ווערטעל, אחרי מות- קדושים-אמור, אז נאכ'ן טויט ווערט מען הערשט אסאך מאל פארוואנדעלט אין א קדוש, דאס ווארט שרייבט עמנואל אין זיינע פון זיינע שירים.
זיינע שירים קען מען ליינען אויפן וועבסייט בן יהודה, וכאמור אפילו לדעת השולחן ערוך איז נישטא וואס חושש צו זיין אויף זיינע שאפונגען וואס זענען נישט פון די ראמאנטיק דזשאנרע.

מפוזרי » מאנטאג מערץ 28, 2016 8:52 pm

· #326640
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
טאמבל סאס
מפוזרי
ואני כן שמעתי אז דערפאר הייסט ער בחור וויבאלד ער איז געווען א בוכער.

דא זאגט ער, "ווייל ער האט געשריבן א ספר "הבחור."
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1956">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1956</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


דאס איז א טעות. ער האט שוין געהאט דעם כינוי בחור פריערט, פארקערט דאס איז איינע פון די טעמים פארן רופן דעם ספר הבחור, אזוי שרייבט ער אליין אין הקדמה. איך נעם דאס פון ר' שלמה באבער'ס ספר אויף אים, ער אליין איז משער אז ס'איז א תרגום פונעם דייטשן נאמען יונג.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 28, 2016 8:57 pm

· #326641
ער האט געשריבן א אידיש נאוועל בבא דאנטוניע, עפעס אזוי, אן איבערזעצונג פון א פופולערע נאוועל, פון דעם שטאמט די אויסדרוק באבע מייישע

קל וחומר » מאנטאג מערץ 28, 2016 9:54 pm

· #326646
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
הרב שש, בשם כל הקהל הקודש, איר נעמט אן מיט א פשטות אז מיר קענען ליינען אזוי גיך ווי איר קענט שרייבן. ס'איז א טעות מעיקרו.

איין אנאנים איז פארהאן!

גיב אונז אביסל צייט. מיר שמאטשקענען אויס יעדעס ווארט דיינעם!