☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #4590

אשכול אן א טיטל #4590

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4590

— » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:25 pm

· #144927

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קינות גירושין » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:41 pm

· #144930
לענ״ד דארף א בעל אשכול האבן רעכט אויס צו שליסען א געווסע ניק

DotCom » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:27 pm

· #144956
זיסע חלומות, מיט אזעלכע רעכטן וועלן די אשכולות גאנץ שנעל אויסקוקן ווי מיני אייוועלט'ס.

און אויב מיינט עטץ מיר, איך האב שוין אין מיין באזיץ א טוץ פון פרישע ניק נעמען, עס וועט אייך נישט קיין סאך העלפן... 😉

קינות גירושין » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:45 pm

· #144963
דאדקאם, יעדער ווייסט וועם ממיינט, טאמער ווייסטו נישט דעמאלטס וואלט איך דיר געראטן זאלסט איבער ליינען מיין חתימה

יידל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:45 pm

· #144964
אודאי קען מען נישט פארלאנגן צו אויסשפארן א ניק, דא איז דאך א פובליק פארום מיט תקנות און ווי לאנג מען האלט זיך די תקנות מיט וואספארא רעכטן ווילסטו אויספשארן יענעם צו שרייבן דא? (וכהערת אגב, אי משום הא זענען דאך די וואס האבן געוואלט אויסשפארן געוויסע ניקים שלא היו לרוחם פון געוויסע אשכולות, כשר גערעכט. ועוד, הגע בעצמך, שטעל דיך פאר די ניק וואס עפנט אויף דעם וועבערמאן אשכול נעמט זיך אן איין צד און לאזט נישט קיינען פון די אנדערע צד'ס ניקים שרייבן, וואספארא פנים דאס וואלט געטראגן.) נאר וואס יא? אז דו האלטסט אז א ניק פארדרייט אן אשכול, דארף מען מאכן א פעטיציע אז די גבאים זאלן זיך באגיין מיט דעם ניק בחומר הדין, און נאך אפאר ווארענונגען אים אויסשפארן לדראון עולם.

קינות גירושין » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:51 pm

· #144966
מהאט שוין געטרייט אויסצושפארען א ניק סאיז נישט געגאנגען יענער גייט אויף די גרעי ליינס, און מקען זיך מיט עם נישט א עצה געבן, נישט אראפ צושלינגען און נישט ארויס צושפייען

יידל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:56 pm

· #144969
כ'הער, ס'טאקע א פראבלעם. אבער נאך אלץ זע איך נישט וויאזוי מען קען על פי יושר אויסשפארן א מענטש פון א אשכול בלויז ווייל דער פותח האשכול וויל אזוי און ס'שמעקט אים נישט. דאס איז אנטקעגן די יסודות פון א אפענע פארום. אפשר קען מען מאכן אז אויב פילע ניקים רעדן זיך אפ נאכאנאנד אויף דעם זעלבן ניק זאל די הנהלה מחמיר זיין און אים מסדר זיין אפילו ווען ער גייט "אויף די גרויע ליניע".

גאנצל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:05 pm

· #144971
[ציטאט אראפגענומען]


דאס איז זיכער אז מ'ברויך קודם פראבירן מיט שיינעם

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:05 pm

· #144972
מחוצפים, ענק פארדרייען דעם אשכול!

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:06 pm

· #144973
יידל איז גערעכט. שטעל דיך פאר אז איך מאך אפ ווער סע איז גערעכט ביי וועבערמאן און ווער סע מאכט משוגע אויף א זייט זאל נישט טארען שרייבען דארט..

דא איז א פאבליק פלאץ און סיז טאקע א פראבלעם אבער נאר ביי א פרייוועט בלאג קען מען קאנטראלען ווער סע זאל מעגען שרייבען.

אויב איינער מאכט צו פיהל משוגע מיט נארישקייטען קען מען שטרענגער נעמען און מע זאל שרייבען צו שרייבען צו די מנהלים אבער איך האלט ענדערש אז מע זאל אליינס שרייבען אין די אשכול אז יענער זאל לאזען די שמועס אויף א נארמאלע וועג.

סלינקי » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:19 pm

· #144979
אז מען האלט אנדערש פון דער פותח האשכול איז איין זאך, אבער פארדרייען אן אשכול איז א פראבלעם. לענ"ד קען נישט דער פותח אינגאנצען אויסשליסן א ניק פון א אשכול אבער אז דער פותח זעהט א תגובה וואס פארדרייט סתם ס'קאפ און פארלאנגט מען זאל עס פארמעקן ברויך מען אים אויסהערן. און איך מיין אז כך נהגו.

הוגה » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:36 pm

· #144985
איך בין מיט יידל. מיין עקספיריענס האט געוויזן אז די באריכט קנעפל ארבייט פיין! און איגנארירן יענעם ארבייט נאך בעסער. וויסן זאלט איר אבער אז צונעמען זכות כתיבה אפילו פון די וואס זענען עקסטרעם אויף די אנדערע צד וועט מאכן אסאך מער שאדן ווי טויזנט פארדרייטע אשכולות.

גאנצל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:44 pm

· #144988
יעצט גייט שוין ווערן א נייע מחלוקה וואס מיינט "ער האלט אנדערש" און וואס מיינט "ער פאדרייט סתם דעם אשכול" מ'וועט שוין דארפן האבן rulls אויף דעם אליין

אוי איך האף איך האב נישט פאדרייט דעם אשכול