☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » 13 יאר תפיסה פארען פאלש ווערען אנגעקלאגט אלס מאלעסטער

13 יאר תפיסה פארען פאלש ווערען אנגעקלאגט אלס מאלעסטער

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4586

קרעקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:55 am

· #144875
13 יאר תפיסה פארען פאלש ווערען אנגעקלאגט אלס מאלעסטער
פאר דע וואס האלטען אז נחמי' וועבערמאן איז זעכער שילדיג
טראכטס נאכאמאל

א יוד איז געזעצען 13 יאהר אין תפיסה נאכען ווערן פאלטש באשיליגט צו מעלעסטען קינדער
כדי נישט צו באקימען 100 יאהר ווי נחמי' האט ער זיך בלית ברירה מודה געוועהן אין וואס ער האט נישט געטוהן און יעדער האט געגלייבט אז ער איז שילדיג
יעצט האבען די קינדער באשלאסען צו זאגען אז זיי האבען עם פאלטש איינגעזעצט און ער איז א אימשילדיגער מענטש
<a class="postlink" href="http://privateinvesigations.blogspot.com/2013/08/jesse-friedman-convicted-child-molester.html">http://privateinvesigations.blogspot.co ... ester.html</a>

טעפל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:00 am

· #144878
זאג אביסל קלארער וואס איז געוועהן די סיפור דארט? 13 יאר? און יעצט האט מען זיך דערמאנט??

איש צדיק תמים » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:18 am

· #144883
אן ארטיקל וואס דארף ארויפברענגען טשילס און יעדעם איינעם...

ממרום שלח אש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:06 pm

· #144921
מען דארף זיין א יושב חושך-פאנאטיקער צו גלייבן אין די יוסטיץ סיסטעם, עס איז צובראכן ביאנד ריפעיר.

איך זאג עס אגב אין די אשכול, אבער עס איז גארנישט נתחדש געווארן דא. עס איז נאר אחד מיני אלף.

ווילאנג א די עי וועט מאכן א קארעריע אויף געווינען קעיסעס און נישט אויף זוכן דעם אמת, וועט עס בלייבן צובראכן.

אביגדור » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:10 pm

· #144922
/

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:17 pm

· #144925
כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד.
ווער זאגט אז יעצט זאגן די קינדער יא דעם אמת?

בדחן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:47 pm

· #144933
@קאווע טרינקער מען דארף דן זיין א איד לכף זכות.

DotCom » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:49 pm

· #144934
קאווע טרינקער
כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד.
ווער זאגט אז יעצט זאגן די קינדער יא דעם אמת?

א קטן רופסטו א מגיד אז זאלסט פרעגן כיון שהגיד...?

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:07 pm

· #144942
בדחן
@קאווע טרינקער מען דארף דן זיין א איד לכף זכות.

נישט באמערקט מ'רעדט דא פון א איד. סארי.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:09 pm

· #144943
DotCom
קאווע טרינקער
כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד.
ווער זאגט אז יעצט זאגן די קינדער יא דעם אמת?

א קטן רופסטו א מגיד אז זאלסט פרעגן כיון שהגיד...?

א חלק פון די מעידים זענען געווען גדולים.

DotCom » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:16 pm

· #144946
מסכים, האסט אבער געפרעגט וועגן קינדער.

אגב, איך זעה נאר איין גדול וואס ער האט באקומען א פלי א דאנק דעם, איז דאך די עדות לכתחלה בטל.

הוגה » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:45 pm

· #144989
קאווע טרינקער
כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד.
ווער זאגט אז יעצט זאגן די קינדער יא דעם אמת?


איך האב געלייקט דער תגובה ווייל דא ליגט א שטארקע נקודה. איר מיינט אז די אידישע בית דין סיסטעם האט קיינמאל נישט מעניש געווען איינעם בטעות געבעיסד אויף די דיני תורה? איר מיינט אז די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם האט נישט איינגעזעצט ווייסע עליטע גוים בטעות געבעיסד אויף די אמעריקאנער laws? א יעדע לאנד האט א סיסטעם, און די סיסטעם איז דא אוועק צו נעמען כאאס און שאלות. אלעס איז clear cut. די מעלה איז אז עס איז נישט דא קיין שאלות מען ווייסט אלעמאל וואס צו טון. די חסרון איז אז עס זענען דא שלעכטע מענטשן וואס וועלן אלעמאל מאניפולירן די סיסטעם אדער זענען דא געוויסע פעלער וואס די סיסטעם האט א loophole. אויב איז דער פרשה פון די ספעציפישע פעלער דארף די מענטש באגוטיגט ווערן מיט די מערסטע וואס איז מעגליך, און די רעגירונג דארף זעהן אויב זיי קענען פארמיידן אז אזא זאך זאל נישט געשעהן נאך אמאל. אבער עס מיינט נישט אז די גאנצע סיסטעם טויג נישט (עכ״פ דאס איז נישט די ראיה), פונקט ווי די כיון שהגיד הלכה איז נישט קיין ראיה אז די דיני תורה סיסטעם איז נישט גוט.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:25 pm

· #145026
DotCom
קאווע טרינקער
כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד.
ווער זאגט אז יעצט זאגן די קינדער יא דעם אמת?

א קטן רופסטו א מגיד אז זאלסט פרעגן כיון שהגיד...?

א סאך ווענדט זיך וויאזוי די אינוועסטיגעטארס האבן אויסגעפרעגט די (קליינע) קינדער. ס'מעגליך אז זיי האבן זיי געפרעגט אויף אן אופן צו באקומען א פון-פאראויס באשטימטע תוצאה. ס'ווערט דרך אגב דערמאנט אינ'ם ארטיקל אז דאמאלס איז געווען די תקופה ווען ס'האטצעך געטון איבער דעם דעי קעיר סענטער אין סאן פראנסיסקא. וואו דער גאנצער קעיס איז געווען געבויט אויף פאנטאזיעס פון די קינדער. וועלכע זענען אויסגעפרעיגט געווארן אין א "סודזשעסטיוו" וועג.

אביגדור » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:05 pm

· #145157
ווען דער דין פון כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד האט געגילט אויף דיני נפשות, בימי הסנהדרין, האט מען נישט אונטערגעקויפט עדיות מיט כל מיני deals צווישן דער קטיגור מיטן עד, משא"כ כהיום.

shefele » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:44 am

· #145241
לאמיר נישט פארגעסן, קיין איינע פין די אלע וויקטימס האבען למעשה נישט טעסטיפייד, אין נישט אויסגעשטאנען א קראס-עקסעמינעישאן.
(משא'כ ביי נ"וו)

אויס מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:19 am

· #145295
קאווע טרינקער
כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד.
ווער זאגט אז יעצט זאגן די קינדער יא דעם אמת?


תיקון טעות
כיון שהגיד גייט נאר אן לחוב און ער וויל צוריק ציען פון עדות לטוב און עס איבער דרייען לחוב, אבער אויב וויל ער עס איברעדרייען און צוריק ציען למוטב נעמט מען אפי' אראפ דעם נידון פון די בית הסקילה