☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » זאכן וועלכע רעגן מיר "נישט" אויף

זאכן וועלכע רעגן מיר "נישט" אויף

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4584

יואב » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:54 am

· #144849
זאכן וועלכע רעגן מיר "נישט" אויף
ס'פארהאן אין שטיבל א היבש פיינפולער אשכול, אונטערן קעפל "זאכן וועלכע רעגן מיר אויף".

אז איר שפאצירט דארטן אריין איבערצייגט איר זיך אז יא, נכון הדבר. 'מיר לעבן צווישן מענטשן'.

דער עולם טוהט מיט גרימצארן גיסן תגובות, אזש די פילע בלעטער ס'וואקסן צו, הייבן שוין אן צו ווארפן סאמאטוכישע קאלירן. מ'שימפט, מ'שעלט, מ'רעגט זיך באמת, מ'זוכט זיך אויף וואס צו רעגן, בקיצור, ס'רעגט זיך אזא מין שטורעמישע רעגן, אזש ס'וויל זיך כאפן א סעמי-גאנצער פלאסטיק בעג, ארויסשלייכן די שטויב באגאסענע ספרים און קונטרסים (וועלכע האבן שוין סוקסעספול אויסגעמיטן דעם בדיקת חמץ ליכטל מער ווי איין מאל) און אין א פארזוך דאס צו באשיצן פון די גשמי קללה, באגראבן דעם מגולח'דיגן הוט דערינען.

למעשה זענען דא צאללאזע מאמענטן, אקטיוויטעטן, קיצעלדיגע, און גריטשקעדיגע, וועלעכע רעגן "נישט" אויף.
דהיינו, פארוואס זאל איך מיר באמת רעגן, פאר'ן בלויזן סיבה ווייל יענער איז א קריכעדיגן מאניאק. ער ב'עוולט מיר נישט, ער שטייט מיר נישט ממש אין וועג, און וואס, זיך רעגן? צו וואס, פארוואס, פארוועמען, און וויאזוי.

עפן איך דעם אשכול צו שרייבן סתם קראצעדיגע זאכן, וועלעכע מ'קען נישט ממש קאטעגארירן מיט "זאכן וועלכע רעגן מיר אויף", נאר קאסטן סתם א דריי מיטן נאז.

וועל איך אנפאנגן מיט עטליכע, און דער עולם קען מוסיף זיין.

אנדערש אבער ווי אין אנדערע אשכולות וואו כ'פלעג אויסשאקלען פונעם ארבל סחורה (וויאזוי זאגט מען: "פאלגענד שאקל איך אויס פון ארבל"), גיימיר דאס מאל לגמרי נישט שאקלען.
וואסי? כ'בין עפעס געמאכט פון זיידן? מ'טאר שוין נישט שאקלען? דער אמעריקאנער גוי מיט זיין טריפה'נעם חינוך לאזט שוין נישט? ניין, ניין, זיי שוין נישט אזוי אבסעסט דערמיט, הער וואס ס'גייט פאר.

זיץ איך מיר שבת אינדערפרי אינעם פארע-געשטיקטן מקווה, ארום די צייט דער זעלבסט-געקרוינטער חזן גארגלט זיך מיט זיין גריצלדיג שטימע 'וכולם מקבלים'. כ'מוז אים גלייבן אז זיין עלטער זיידע איז געוועזן א גוט באצאלטער חזן אינעם שטאטישן שוהל בעיר הבירה פיקלווארדיין, ממילא די טאלאנט לויפט פשוט אין די בלוט. ס'גריטשעט א נחת, אזש אפילו א 'נישט-מבין' קען זיך שווערן "רויע אייער" צועקת מתוך גרונו.

שוין, ער מאכט שוין חוזק. וואס זעלבסט-געקרוינט? ער גלייכט בטבע חזנות. ער האט א געפיהל דערצו, ער האט ארויס א שטיקל. פארפאלן. איי, וואס פארשטייסטו צו א קנייטש פון יוס'עלע, גיי זיי מסביר עפעס א קאווע שטיבל ליידיגייער. וויאזוי זאגט מען נאר? אה, ס'רירט ממש א 'סטרונע', ס'צוגייט דאס הארץ. ס'גארנישט, דו רעדסט פון קנאה.

גע'פועלט. פון מקווה דארף מיר דאס אבער נאך נישט ארויסטרייבן. אלענפאלס, זיץ איך א שלעפעדיגער אויפן באנק, ס'קען זיך דאכטן במקום שאין הקדש שטיבל איז מקווה אויך גוט. ס'גייט א שטינק פון די בענק גענוי ווי דער גערוך נאסע האלץ לאזט ארויס, און פונעם ראסטיג דאך קייקלט זיך אראפ טראפנס וואסער ווי מיט א סיסטעם. בערג מיט פייכטע האנטוכער וואלגערן זיך אויף דער ערד--ווי אלס שטילע פראטעסט צו די 'נא בכל לשון של בקשה' צעטלעך אריינצווארפן די האנטוכער-טישוס אינעם קאסטן--און דינען מיט שטאלץ ווי מהודר'דיגע נוי סוכה צום דירת עראי.

וישוכו המים! די רוישיגע כוואליעס צולאזטע הייליגע לייט פארשאפן האבן זיך שוין ב"ה געשטילט, און ס'בלייבט בלויז איבער נערווירט צו ווערן פונעם טאקט דער צוואנציג מינוט געריקטער זייגער לאזט ארויס.

כ'האב מיר שוין אפילו אנגעטאהן די אזויגערופענע (פערטל) שיך, פארט אבער אמפער איך זיך נאך מיטן וויידל פונעם גאטקע. א הארטנאקיג שטיקל סחורה וועלעכע וויל בשום אופן לאזן די בענדער פונעם הויזן זיך פארמאל פארמאכן. נאך אלעמען גיי איך שבת מיט פארשניטענע הויזן און ווייסע זאקן, טא וואס וויל דער גאטקע? ביזן קני איז אים נישט גענוג? ער מוז דוקא אריינוואנדערן אזש ביזן קנעכל--להראות העם את יפיו?

על הראשונים אנו מצטערים! קומט זיך דער העמד צו מיר מיט א טענה פון למה נגרע. דער גאטקע געניסט פון באזונדערע אויפמערקזאמקייט, און בלויז ווייל איך שטיי שיין פארקנעפל'ט, קוקסטו מיר אפילו נישט אן? הייסט דאס חוטא נשכר? איז דאס דען יושר?

האב איך געזאגט דעם העמד: "מתנה טובה יש לי בבית גנזי, ורעבישע העמדער שמה". גלייב מיר מיט דעם וועל איך זיך א גאנצע וואך דארפן אפגעבן, און פריוון אודך אריינצוקנייטשן דעם נודניק שמאטע'לע ס'וועט זיך נאכאנאנד ארויסגליטשן דאס ארבל פונעם רעקל. האב איך זיך איינגעהאנדלט ברייטע רעבישע העמדער למלאות פגימת הכתונת, מיט א ברכה שיהא אור הכתונת כאור הגאטקע--כמו שהיתה קודם מיעוטה. (נעה, כ'גיי נאך אלץ די לאנגע).

אלזא, דאס מויל פונעם ארבל איז גרויס ווי די בני ענק, אזש אלצדינג גליטשט זיך ארויס כרגע, און ס'בלייבט גארנישט איבער צו שאקלען.
נאר וואס דען? וועל איך שרייבן עטליכע יעצט, עטליכע א צווייטע מאל, און דער עולם וועט אוודאי אויך נופך זיין משלהם.

יעצט צוריק צום נושא האשכול. זאכן וועלכע קאסטן א דריי מיטן נאז, א גריטשע, א קיצל, א גריצל, (אדער גרילץ לשיטת המעלות) א געראטשקע, א קאטשקע, אדער א פאטשקע. ובזה החלי.

שטייט א בעל דרשן (אויף די געהירן), און קראכט זיינע וויצן. איר קענט זיך שוין פארשטעלן פון וואספארא קאמישע ווערק ס'רעדט זיך דא.
טרוקן ווי שאלעשידעס בילקעלעך, זיס ווי כריין, און אויסגעוועפט ווי אויפגעשאקלטע סעלצער. אקעי, אסאך מאל זאגט ער טאקע גוט.

איך מיין א יעדער האט שוין אמאל געזעהן דאס סצענע ס'שפילט זיך דאן אפ. (אחוץ אויב איר זעלבסט זענט דער אינגערמאן). דאנען זיצט א אינגערמאן, און האט פשוט הנאה. דער בעל דרשן זאגט דאך גוט, פארפאלן. ער שניידט ער אריין אין יענע חברה אזש ס'גייט א רויעך. באגנוגנט ער זיך אבער נישט צו האלטן דאס שמייכל באזוך, ער וויל זעהן צו ס'פערצופאל נישט פארהאן אנדערע וועלעכע האלטן זיך אויך אונטער. קוקט ער ארום מיט אן אפן מויל ארום דער זאל, און ווארט זיין רעדאר--ס'ליגט איינגעשטעקט צווישן זיינע שווארץ-געלע ציינער ער האט צום לעצט געפיצט א מינוט בעפאר סוז''מ שריפת חמץ--זאל אויפכאפן א צווייטנס קאפ זיך ווארפן ווי אן עגלה ערופה צווישן די אקסלן. ער ווערט אבער נישט מיד. דורכאויס די גאנצע דרשה דרייט זיך זיין קאפ אהין און צוריק, ארויף און אראפ. און וואו אימער מ'בליקט נאר זעהט מען יענעם איינגעשפאנט אין א זעלטן שטארקע פארזוך, צו כאפן א צווייטער וואס דעמאנסטרירט מעגליך 'הנאה'.

-------------------

דער יעניגער מזכה את הרבים. ער ברענגט אין בית מדרש א טאץ 'מזונות', וליתר שאת אויך א פלעשל שליבאוויץ ס'שווימען דערין ברעקלעך נאך פונעם פאריגן לחיים. ער האפט עמיצער וועט אפשר קענען טרעפן א יארצייט, ווארים ער מוז סיי ווי פטור ווערן פון די פסולת גורן ועיסה.

איין אינגערמאן רייסט שוין אראפ די זילבער פאפיר נאך אינמיטן שטאלפערן ביים זיך אויסבעסערן דעם ובשם ה' נדגל, אנשטאט דעם גרייזיגן נגדל.
ער יאגט אבער זאפארט אפ פונעם טאץ--מאכענדיג א שארפע גרימאסע מיטן נאז, מיטן צושטימונג פונעם ליפן.
הארטע האני קוקיס מ'ברויך שניידן מיט א זעג, צוליב די זעלטן אומפאראויסזעהנדע אריכת ימים; און ספאנדזש קעיק איר וואלט בעסער מצליח געוועהן דאס צו נוצן פאר צעמענט, ווי איידער פאר א ספאנדזש.

דאנען שטייט אבער א אינגערמאן, ותאוותו בוערת בקרבו. פיין און וואויל, ג'דאווענט האט ער טאקע זייער ערליך, אבער דאס ליידיג מאגן פאדערט דאס זייניגע. זיין הענגעדיגן ארבל עספיעט ער שוין נישט ארויסצוזעהן פונעם גארטל, און זיין טלית שמייסט ער אראפ אויפן טיש כאילו ער זאל יעצט דארפן לויפן אין בית כסא. דאבעל-פארקירטע טלית בייטלעך שיקט ער אין גלות, אומשולדיגע תפילין שיידעלעך שיידט ער הארצלאז פון זייערע פארעלעך, און והנה, ער בעהט שוין טובות פון אנדערע.

היות ער איז אבער אויף א דייעטע, וויל ער אפיציעל נישט עסן א פארמאלן סלייס קעיק. מילא ציפט ער אראפ פון א יעדע סלייס בסירוגין. א מינוט א ציפ קעיק, א מינוט א שליקעץ ברונפן, און נאכדעם נאכאמאל א ציפ פונעם קעיק—דאסמאל פון די סאמע אנדערע זייט טאץ.

למעשה שטייט ער מיט א נאקעט קאפ, ווייל דאס הוט זיינע אויף וואס קרחת און גבחת פארמעסטן זיך ווער ס'קען איינשלינגען מער טעריטאריע, האט ער אראפגעשטויסן פון זיך נאך בעפארן דאווענען. מילא הייבט ער אויף דאס האנט א ווילדער—צו די ספאנטאנע רוק אנדערע ערהאלטן--דעקט איבער דאס קעפעלע, און לחיים לחיים!

--------------------

לכבוד המערכת ........... שוין וואכן און חדשים (ווארט צו נאך אפאר יאר—אקס וואס דו ביזט) וואס איך טראכט אריין צו שיקן א בריוו צו דער אויסגאבע וואס מ'קען זאגן ס'איז ממש דער סאמע העכסטער קוואליטעט ליין מאטריאל ס'פארהאן אויף די געשעפט פאליצעס. (נעה, מסתם א גוזמא, ניין? שוטה) און ס'איז צום באווינדערן די רייכע ארטיקלן וועלעכע די גאנצע משפחה קוקט שוין ארויס א גאנצע וואך/חודש, אשריכם אשריכם. (וואוו, אזוי רייך? אויף וועלעכע פלאץ האלט איר וואלט דאס ערשינען אויף פארבס ליסטע? משוגענער). שטענדיג רוקט זיך אבער אונטער פרישע מניעות. (מ'זעהט ממש ווי דער שטן שלאפט נישט, הא? פארגעסן צו שרייבן).

קודם כל א יישר כח פארן דריקן די פאר שורות. (כא כא, א גרויסן שכח פאר דיר. וועלעכע נארמאלע מענטש שיקט בריוון? ביטע זעהט צו שיקן ווי מער, מיר ספאנסערן אייך פאסט סטעמפס, מיר האלטן זיך אונטער צו א קלימאקס).

למעשה ליינענדיג פאריגע וואך/חודש דעם ארטיקל וויאזוי מ'קען מאכן חרוסת פון אויסגעקוועטשטע שכל, האב איך באשלאסן אז הגיע זמן, און איך מוז מאכן צייט. כ'האב געשפירט אז לא עת לחשות, ואם אין אני לי מי לי. (מיטן אין אני לי זענט איר טאקע גערעכט).

ראשית כל איז ידוע אז צדיקים זענען געוועזן דערקעגן, מילא ווינדערט מיר וויאזוי די רעדאקציע פון אזא אויסגעהאלטענע אויסגאבע זאל אדורך לאזן אזא ארטיקל צווישן די שפאלטנעס פון דער אויסגאבע דאס לעצט פארבליבן הייפעלע אידן הענגען דערויף ממש ווי די גארבידש קאלעקטארס אויפן אונטערשטן טייל פונעם גארבידזש טראק. (יע, נאך א מזל דער בלומבערג לאזט נאך פארן די גארבידש טראקס).

צווייטענס, די שכל איז שוין אראפגעפארן זייענדיג אכט טאג אלט, ביים אראפשניידן א קליין שטיקל וואו די שכל האט אין לויף פון די ערשטע אכט טאג זיך אויפגעהאלטן. מילא ווער ס'קען נאר אביסל חשבון, ווייסט אז חרוסת קען מען אזוי נישט מאכן. ודו"ק, וק"ל, וד"ל, וצ"ב. (אה, אפגעקומען בלויז מיט א מספר מצומצם ראשי תיבות, שיין פון אייער זייט). אחוץ אויב איר וועט וועלן זאגן אז מ'מאכט דאס מיט שכל פונעם פרויען מין, וואס דאן איז דאך זעכער אז רבנים וואלטן ארויס געקומען בכל תוקף דערקעגן. (וכידוע המעשה אצל הר"מ מצימעס עיין שם ותמצא תחת).

און אויב ס'איז איבער קריסטליכע שכל, איז דאס דאך גארנישט בעסער פון די שאנדפולע בלוט בלבולים, ואם כן מה הועילו חכמים?
(ממש א באמבע קשיא, שוין גארנישט קיין מיטאס אשכנזישע אידן זענען קלוג).

(אקעי, שטפא. שרייב שוין אונטער דארטן, כ'בין משוגע נייגעריג צו וויסן ווער איר זענט).

א שטענדיגע ליינער וועלכע וואלט גערן ווייטער געשריבן, נאר יאגט זיך צו כאפן שחרית בעפאר חצות. עה, איך בין דער צענטער, זייט מיר מוחל. ועוד חזון למועד.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:43 am

· #144866
בשעת איך לאך אז עס גייט א רויך, כאפ איך נאך נישט דעם שפיץ נקודה פונעם ארטיקל.
אפשר זאל מען דאס א נאמען געבן: זאכן וואס מאכן מיר אויספלאצן?

איך אויך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:06 am

· #144868
שפיץ צו נישט איז עס געשריבן זיסליך.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:20 am

· #144870
בימים שאומרים בו למנצח
בתיבת נדגול אני מסתבך

תמיד חשבתי שאני יחיד בדבר
עכשיו, לשמחתי, מצאתי לי חבר

תחת אבו"י, מלשון צרה ואנחה
בא יוא"ב וקאווע שטיבל שמחה

טעפל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:57 am

· #144877
אוי ר' @יואב, מיין קאפ דרייט זיך, מיין אקסעל ווארט זיך, און מיין חלק אחוריים (צלע י"ב) ציפט ווי עס דארף צו זיין..
כשמעקעדיג ועוד לקרא קיין שפיץ האב נישט געטראפען אבל הרבה צחוק והנאה יש כאן, ואין כאן לא שמתא ולא ארור, ולא "רעגן" אבל יש כאן הנאה לרוב, תמשיך בדרך המלך ר' יואב און רעג אונז נישט אויף!!

אביגדור » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:14 am

· #144882
והיה כי תקרינה וגו'

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:18 pm

· #144949
דעמן יואב, דו ביזט גארנישט הונטערשטעליג מיט די קללות, וואלסט דיך געקענט פארמעסטן מיט די סאמע בעסטע קללות וואס די "רעגן" אשכול פארמאגט, מיט אזעלכע דרייען מיט די נאז ווער דארף קללות?

אבער אז צדיק זה בא לבית מלוני ואפטר בלי נפיחה? גיימער מוסיף זיין אביסל גיהוק ופיהוק משלי.

קומט מיר אמאל אויס צו גיין אויפן סובוועי, לצורך פרנסה שטייטצעך, אנדערש זענען די הוילע פוסקעלעך פון די געמיינע עם הדומה לחמור (וואו טרעפט מען אזעלכע שיינע חמורים?) גארנישט אונטערשטעליג פון די פאפ-אפס אויפן בראוזער ווינדע. קומט אמאל ארויף א חסידישע משפחה, דער שמונה בגדים'טער טאטע וואס די שיין געקרייזעלטע פיאות ווייזט אן אז ער איז פון די 'בעסערע', זיין טלית קטן האט נישט אויסגעמאלן דערויף די גאנצע מאפע פון פישפיקלאדיין והגלילות, זיין ווייב מאכט זיכער אז ווען די קאווע גלעזעל אין כולל מאכט א חיבור ניצוק וקטפרס מיט די וואלענע סחורה דערפון אז די קומענדיגע טאג לייגט זי עם א אויסגעוואשענע און געביגעלטע ארבע כנפות לעבן די הויזן וואס זי מאכט זיכער אז ער טוישט לפחות צוויי מאל א יאר. "זי מאכט פון עם א מענטש" טראכט זי צו זיך, אזוי אז זי דארף זיך נישט שעמען פון קריינטשי וועמענס מאן גייט אלעמאל מיט שיינעדיגע שוך און א אויסגעביגעלטע געשטרייפטע העמעד אשר לא שיערום אבותינו, גראד ארויס פון קלינערס.
אקיצור, קומט די גאנצע געזינדל ארויף אויפן טרעין, די אויבענדערמאנטע מאן, און די איידעלע בא'חנ'טע ווייב, און די לעכטיגע מעטשינג קינדער. אבער וואס מאכט דיר שוין דרייען מיטן נאז זאג שוין? ווארט צו, איך קום שוין אן דערצו, געדולד! קומען זיי ארויף אויפן טשרעין (ער איז פון די בעסערע, האסט פארגעסן?) קינד און קייט, הוא בדאבעל קערידזש, והיא בשרשרת פון דריי פינציקע וואס דראפעווען זיך אויף איין האנט, די צווייטע איז דאך פארנומען מיטן האלטן דעם טעלעפאון. און שוין, געמיינט האב איך אז פון דא און ווייטער גייט אלעס גיין כשורה, אבער וואוונדער איבער וואונדער, מ'זעצט אלע קליינע אוועק לעבן ס'ווייב, און דער אינגעמאן, מיט די קלינע סוט, און די שיין געמאכטע פיאות, גייט זיך זיצן ביים אנדערען עק פונעם קאר. וועסטו וועלן מיינען אז ס'געווען א פולע טרעין, און ס'נישט געווען קיין ליידיג פלאץ, זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, ס'געווען גענוג פלאץ צו זיצן לעבען די ווייב, און אפילו טאמער איז זי אין ספעציעלע "אומשטענדען", וואלט ער געקענט זיצן אין די שכינות'דיגע באנק, אדער אפילו קעגן איבער. איז וואס איז דאס אנטלויפן און לאזן די ווייב זיצן מיט פינף קינדער, וואס דריי פון זיי ווילן ארויסקוקן פונעם זעלבן פענסטער? גייט ער צום קארנערדיגע זיץ, נעמט ארויס די פת בסלו משניות, און נעמט זיך לערנען כאילו ער זיצט ביים טאטן אין קאנטרי אונטערן בוים. וואלט ער ווען געווען א צושטרויבעלטע יונגעמאן וואס איז אריינגעפאלן דא מיט א ריח שאינה מצויה, החרשתי, טא יעדע מינוט וואס ער איז פארנומען מיט הבלי עולם הזה ווי למשל זיך אפגעבן מיט די קינדער איז דאך געבאטעלט צייט, אבער דא רעדט מען שוין פון א מענטש, איינער וואס געטרויעט זיך צו זאגן עסקיוז מי און טענק יו, אז ס'פעלט זיך אמאל אויס כדי נישט צו מאכן א חילול השם.

אלזא, ס'קומט שוין מיין סטאפ, העלמער איבערלאזן די משפחה אויפן טרעין, געבן א דריי מיטן נאז, און געגאנגען ווייטער. אבי מ'האמער אנגעפילט די צייט אויפן טרעין מיט דברים העומדים ברומו של יואב.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:33 pm

· #144958
אנטיסעמיט. [לצורך הענין קענסטו דיר ווען פארשטעלן זיי זענען א משפחה פון נעבעכדיגע סירישע פליטים וכל ההעיט כעשן יכלה מעצמו].

יואב » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:17 pm

· #145123
געפילטע די הימלען וויינען. פארוואס באגניגסטו זיך נאר מיט תגובות. וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט מען ווייזן אויף סאליד ארטיקלן מיט 70-80 לייקס דערויף, מ'וועט זאגן דאס וואלט ווען געברויכט זיין דיינע. אביסל'ע רצון נאר. געפילטע כ'האב אזאנס געלאכט. פליז שרייב ארטיקלן.

לגופו של ענין. כ'מיין כ'האב נאכנישט באגעגנט אזאנע אינגעלייט אויפן סאבוועי. ווען, און וואו איך פאר זעה איך זעלטן א איד בכלל.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:49 pm

· #145180
איך ווייס נישט וואסערע מין באנען ס'דא דארט אין עיר דוד, אבער אינעם שנעלצוג וואס גייט פון קליינווארדיין קיין סעמיהיי זעהט מען כסדר פון דעם סארט.

מאראנצןזאפט » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:35 pm

· #145473
י'ואב ו'וען ו'ויל ו'וועט ב'אווייזן ו'ואונדער א'יינס א'ין א ו'ועלט ו'ואס ו'ועט א'לעמען ב'אצויבערן א'ון ב'אוואונדערן.

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:56 pm

· #145477
אלע קאמפניס ווען מען קאלט זיי און מען רעד צום מאשין זאגען
Please listen carefully because our options have changed
עס קען אזוי אנגיין פאר יארען און אפגערעט אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, נאר מיך רעגט עס ״נישט״ אויף?!!.....

יואב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:46 am

· #148806
סאשי פיש
אלע קאמפניס ווען מען קאלט זיי און מען רעד צום מאשין זאגען
Please listen carefully because our options have changed
עס קען אזוי אנגיין פאר יארען און אפגערעט אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, נאר מיך רעגט עס ״נישט״ אויף?!!.....


אויך לאזן זיי ווארטן א שמיטה מיט א חומש צו די קראצעדיגע מוזיק וועלעכעס שפילט מיט אפלערנבארע סבלנות, און האבן די חוצפה איבערצורייסן יעדע צוויי מינוט מיט אזא גרילצעדיגן אנטשולדיגונג. "איים סארי, באט אלל רעפרעזענטאטיווס אר קורענטלי ביזי עסיסטינג אדער קאסטעמערס. (כאילו דאס איז עפעס א זעלטענע מקרה וואס האט זיך פערצופאל יעצט געמאכט. ממש מיין שלימעזאלעס אז כ'האב אויסגעקליבן צו רופן נישט קיין אנדערע מינוט ווי דער סאמע איצטיגער). פליז סטעי אן דע ליין, ענד וואן אף אר רעפרעזענטאטיווס וויל געט טא יו שארטלי. (אחכה לו אויף דעם שארטלי).

דאן איז נאך פארהאן די מוסיף חטא על פשע חוצפה'ניקעס פון: "ווי עפרישיעד יור פעישענס, פליז סטעי אן דע ליין, ענד ווי וויל עסיסט יו שארטלי".
איבריג צו זאגן אז דער שארטלי איז לענגער ווי ס'גאנצע ראש השנה דאווענען, און כ'וואלט שוין אנשטאט די איבערגעהאקטע מוזיק געקענט אויסהערן די גאנצע קול מבשר מוזיק אפטיילונג לכל הפחות 4 מאל. אבער "ווי עפרישיעד יור פעישענס"? מיין פיס! זאגסט מיר דו ביזט ביזי, כ'קען נאך הערן (?). אויב ווילט איר אבער שעצן מיין צאפעלדיגע געדולד, דאן האנדלט אייך ביטע איין פרישע אגענטן. (וואס אגב אז איך שטיי אויפן ליין ווי א נאר מיינט נאך נישט אז כ'האב געדולד. סך הכל מוז איך דרינגד רעדן צו דער קלאץ דארט וואס קען קוים שיילן א באנענע, און איך האלט נישט ביים צוריק רופן און ווארטן יעצט ווי א שוטה שנלדה ביום טוב נאך 2 שעה).

שוין, אריין אין "די זאכן וועלעכע רעגן מיר אויף" אשכול.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:06 am

· #148807
און דאס גרעסטע ליצנות איז: יור קאל איז ווערי אימפארטענט טו אס!.. דערמאנט מיר פון מיין מלמד אין חדר וואס דער פאטש האט אים וויי געטאן מער ווי פאר מיר...

אליצפן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 7:02 am

· #149974
סאשי פיש
אלע קאמפניס ווען מען קאלט זיי און מען רעד צום מאשין זאגען
Please listen carefully because our options have changed
עס קען אזוי אנגיין פאר יארען און אפגערעט אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, נאר מיך רעגט עס ״נישט״ אויף?!!.....

די בעסטע איז נאך ווען מ'רופט א פרישער סטארט אפ קאמפאני פון עפעס א חרדישער יונגערמאן וואס איז קוים א וואך אלט, און מ'הערט די זעלבע פשעטיל,
Please listen carefully as our options have changed.
די איינציגסטער הסבר וואס כ'האב געקענט האבן איז אז היות ביי אונז חרדישער היימישער יודן קען מען דאך נישט דעם טריפה'נעם שגץ שפראך, פארשטייט מען דאך נישט פונטקליך וואס דאס מיינט, נאר איין זאך ווייסט דער יואלי אז ווען ער רופט עפעס א גרויסע קאמפאני הערט ער עפעס מאדנע ווערטער וועגן אפשינס וואס האלטן זיך און איין טוישן, מיינט ער אז טאמער זאגט ער דאס ווערט אוטאמאטיש גרויס. ודו''ק כי עמוק הוא.

יואב » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 10:30 am

· #155765
אנדערש ווי דער רעבישער שוואנץ משה יענקל, גייט ר' מאטל נישט קיין שווארצע זאקן מיט קורצע הויזן. הגם מאטל וואלט זיך אינסטינקטיוו נישט געביקט צום בעל, ווערט דאס אבער צו געשריבן צו זיין אזוי אויך שלעכטן מזל. גייט ער אבער נישט אינדערוואכן קליינע שווארצע זאקן, נאר ווי אראפגענאשט פון שבת טראגט ער קליינע "ווייסע" זאקן. אז איר וועט אים פרעגן וואסי פשט, וועט ער אייך זיכערערהייט ענטפערן: "ס'שוויצט נישט, ס'געזונטער".

נישטא ווער ס'זאל לאכן. שוויצן? דו חזיר בן תנשמת! האסט נישט געזעהן א שויער פאר באלד אן איבער יאר אפילו פון דערווייטענס, סארכעסט ווי א קורטוב של דבש געמישט אין קטורת בלשון סגי נהור, שוויצט ווי די השפעות פון די ניין טעג זאלן דיר באגלייטן מיט כי בשמחה געזאנג, גייסטו נאך אינעם קויל-שווארצן מקווה זיך אפצושווענקן אויף יענעמס חשבון, קומסט ארויס שוין נאך א פלגא עלי פלגא עלי קאמפראמיס און ס'טראפט פון דיר אין בעסטן פאל חלבנה וואס איז מעלה עשן כל שהוא. טוה א טובה פארן מענטשהייט, זייפט אייך אפילו מיט כשר'ע פרי-גענוצטע זייף, און גייט גרינע געלעכערטע זאקן וועלעכע שמעקן פון שמות בעגס.

סיבה נומער צוויי איז "ס'געזונט". וואוו! איר האט גאטס? ביזט קוים א נישטיגע יובל יאר אלט, אטעמסט ווי א שור הבר, שלעפסט דיך ארויף שטיגן ווי הירשל מיט די ציגן, זיצט און פאשעסט בין הכנה להכנה ווי לוט'ס שאף, פרעסט ווי די רויבער ביי ר' יעקב פיש פון איין לחיים צום צווייטן, רירסטעך ווי אן עלטער זיידע טשערעפּאכע, איבונגען אויב איר ווייסט אפילו וואס דאס מיינט האט איר נאך נישט געמאכט זינט דאס ערשטן שיכט Plaque ס'האט ארויפשפאצירט אויף אייערע גערילא שימל ציינער הארט נאכן ווארפן אייער אויף גאלדא מייערס אוטו, איבערמארגן גייט איר שוין בעטן "א האנט" פון פארבייגייערס ווייל אייער פארפוילט אגיל ואשמח געשטעל צוזאמען מיט אייער צענדליגע ספרים סטאר בעגס ס'שטייען ווי נוי סוכה צו אייער אויסגעשלאגענע טרוקענע הענט גייען אייך נאטירלעך דערווערגן, און איר גייט ווייסע זאקן "ווייל ס'געזונט". שוין, אז איר ווילט אבאכט גיבן אויפן געזונט, ווער זאל אייך אפהאלטן. אדרבה! און אז אינעם זעלבן צייט וועט אייער צופליקטע פאנגעס רגלים נישט שוויצן, ממש היטן אויפן געזונט און נאך פארדינען! הצלחה מרובה, בברכת זייט מיר געזונט.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:28 pm

· #155814
יואב... שיין! אבער עקלדיג........

יין שרף » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 8:19 pm

· #155880
יואב

סארכעסט ווי א קורטוב של דבש געמישט אין קטורת בלשון סגי נהור

גארנישט אזוי בלשון סגי נהור...
ס'איז דאך אין אדם יכול לעמוד מפני ריחו...

יואב » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 8:30 pm

· #155881
יין שרף
יואב

סארכעסט ווי א קורטוב של דבש געמישט אין קטורת בלשון סגי נהור

גארנישט אזוי בלשון סגי נהור...
ס'איז דאך אין אדם יכול לעמוד מפני ריחו...

ס'איז וואר אז אין אדם יכול לעמוד מפני ריחה. דאס איז דער מציאות. אבער ס'אויסדריק ביי קטורת איז צוליב די גאר "גוטע" ריח פונעם דבש.

סאשי פיש » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 10:03 pm

· #155892
עכט וואלט איך עס געדארפט שרייבען אין די אשכול פון זאכען וואס רעגען מיך אויף נאר פאר איין סיבה באלאנגט עס נישט דארט,
וואס?
אקעי לאמיך קומען צום ווארט!

SMART-POST

איינער ווייסט וואס איך מיין?

איך גיי עס מסביר זיין מיט א משל, עס איז אמאל געווען א קעניג וואאס האט געהאט אן איינציגע בן יחיד.........

תכלית,
אמאל ווען מען פלעגט קויפען אנליין ביי רוב גרויסע קאמפניס ווי AMAZON-NEWEGG פלעגען זיי געבען פרייע שיפינג,
ביז איין טאג,
וואס די טאג וועל איך קיינמאל נישט פארגעסען,
איז איינער אויפגעקומען מיט אן בייפאל ווי אזוי צו שפארען געלט,
די בייפאל איז אזוי, זיי שיקען די פעקל מיט UPS ביז לאמיר זאגען בראקלען און דארט געבען זיי עס איבער פאר די אומפאלומפערטע (@יואב איך דארף נאך ווערטער!!) USPS,
עס געדויערט דאפעלט אדער לענגער ווי לאנג די פעקעל קומט אן,
און נאכדערצו קען מען נישט טרעקען די פעקעל ווייל די טרעקינק נאמבער איז א צירוף-שילוף פון UPS מיט USPS נאמבערס,

איך קען עס נישט לייגען ביי זאכען וואס רעגען מיך אויף ווייל ווי נישט ווי צאל איך נישט פאר שיפינג.

סאשי פיש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 7:47 pm

· #184663
יואב
סאשי פיש
אלע קאמפניס ווען מען קאלט זיי און מען רעד צום מאשין זאגען
Please listen carefully because our options have changed
עס קען אזוי אנגיין פאר יארען און אפגערעט אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, נאר מיך רעגט עס ״נישט״ אויף?!!.....


אויך לאזן זיי ווארטן א שמיטה מיט א חומש צו די קראצעדיגע מוזיק וועלעכעס שפילט מיט אפלערנבארע סבלנות, און האבן די חוצפה איבערצורייסן יעדע צוויי מינוט מיט אזא גרילצעדיגן אנטשולדיגונג. "איים סארי, באט אלל רעפרעזענטאטיווס אר קורענטלי ביזי עסיסטינג אדער קאסטעמערס. (כאילו דאס איז עפעס א זעלטענע מקרה וואס האט זיך פערצופאל יעצט געמאכט. ממש מיין שלימעזאלעס אז כ'האב אויסגעקליבן צו רופן נישט קיין אנדערע מינוט ווי דער סאמע איצטיגער). פליז סטעי אן דע ליין, ענד וואן אף אר רעפרעזענטאטיווס וויל געט טא יו שארטלי. (אחכה לו אויף דעם שארטלי).

דאן איז נאך פארהאן די מוסיף חטא על פשע חוצפה'ניקעס פון: "ווי עפרישיעד יור פעישענס, פליז סטעי אן דע ליין, ענד ווי וויל עסיסט יו שארטלי".
איבריג צו זאגן אז דער שארטלי איז לענגער ווי ס'גאנצע ראש השנה דאווענען, און כ'וואלט שוין אנשטאט די איבערגעהאקטע מוזיק געקענט אויסהערן די גאנצע קול מבשר מוזיק אפטיילונג לכל הפחות 4 מאל. אבער "ווי עפרישיעד יור פעישענס"? מיין פיס! זאגסט מיר דו ביזט ביזי, כ'קען נאך הערן (?). אויב ווילט איר אבער שעצן מיין צאפעלדיגע געדולד, דאן האנדלט אייך ביטע איין פרישע אגענטן. (וואס אגב אז איך שטיי אויפן ליין ווי א נאר מיינט נאך נישט אז כ'האב געדולד. סך הכל מוז איך דרינגד רעדן צו דער קלאץ דארט וואס קען קוים שיילן א באנענע, און איך האלט נישט ביים צוריק רופן און ווארטן יעצט ווי א שוטה שנלדה ביום טוב נאך 2 שעה).

שוין, אריין אין "די זאכן וועלעכע רעגן מיר אויף" אשכול.


שמעקעדיג
און דאס גרעסטע ליצנות איז: יור קאל איז ווערי אימפארטענט טו אס!.. דערמאנט מיר פון מיין מלמד אין חדר וואס דער פאטש האט אים וויי געטאן מער ווי פאר מיר...

די קאמיקאר עלעין רעד איבער די נושא, אייזן גוט! (נשים)

@יואב @שמעקעדיג

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:09 am

· #184767
איהר אודיענס באשטייט פון ריין ווייבער? סעקסיסטן.

יואב » מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:11 am

· #184784
ונבנתה העיר
איהר אודיענס באשטייט פון ריין ווייבער? סעקסיסטן.

גראדע בין איך אין אלגעמיין קיין גרויסער חסיד פון דער קאמידיאנקע. אויך מיר א לץ'קע בעלמי דליצנותא. פארט וואלט איך באגערט אז זי זאל האבן אן אינטערוויא אויף קול מבשר אין בעפארברייטונג צו די ימי משתה ושמחה.

סאשי פיש » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:33 am

· #184839
איך בין אויך נישט קיין גרויסע חסיד אירע,
איך בין שוין א גרעסערע חסיד חסיד פון אונזערע קאמיקיר דא אין שטיבעל ווי @יואב - @פרישער ז״ל,
אבער פארפאלען די קליפ איז געוואלדיג!

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:35 am

· #184840
אויך אזוי געטראכט, פארפאלען

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:37 am

· #184841
ונבנתה העיר
איהר אודיענס באשטייט פון ריין ווייבער? סעקסיסטן.

נו וואס דען? זי איז געי (לעסב)

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 19, 2014 3:27 pm

· #184908
נו? חברה מביאה חברה?

שעפטאל » זונטאג יוני 18, 2023 12:21 am

· #528703
.