☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ווי גייט אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר פראווען סוכות תשע"ד?

ווי גייט אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר פראווען סוכות תשע"ד?

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4570

אמת ויציב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:43 pm

· #144255
ווי גייט אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר פראווען סוכות תשע"ד?
איינער ווייסט אפשר אינסייד אינפאו אויב מפלאנט שוין צי האבן די סוכה הגדולה אין ביהמ"ד החדש אויף היי יאר סוכות?

שמייכל גיט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:49 pm

· #144261
אמת ויציב
איינער ווייסט אפשר אינסייד אינפאו אויב מפלאנט שוין צי האבן די סוכה הגדולה אין ביהמ"ד החדש אויף היי יאר סוכות?

די זאליס ארבעטן שטיל ווי א טורטעל אין קומען אן איבעראל עס קאכט זיך זיכער אינטערן טיש אבער אויבן אויף קוקט אלעס אויס שטיל אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט שטיל די גאנצע יאר וואס מען האט געארבעט דערויף

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:58 pm

· #144269
לויט מיין אינפארמאציע פלאנירן זיי צו זיין אין בית המדרש החדש.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:59 pm

· #144270
אפגעקאכט איבערן יאר, אויסגעקוקט גוט, אבער ס'איז פארדארבן געווארן און מ'האט עס צוריק אפגעשפארט.

-

און איך פלאן אויך אסאך זאכן..

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:00 pm

· #144271
לויט מיין אינפארמאציע פלאנען זיי נישט צו זיין דארטן.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:01 pm

· #144272
איך הער אז מהאט אפגעדינגען דעם שטח אויף 15 הופער

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:09 pm

· #144277
זיי ווילען - און האפן עס צו מאכען אין די ביעמס הישן,
אויב עס וועט זיך נישט אויסראבייטען וועט מען עס נאכען דארט ווי מען האט עס געמאכט פאריאר.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:57 pm

· #144305
כבר אמר החכם "אלעס בלייבט ביים אלטן"

גאלד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:48 pm

· #144375
מנהל יר"ה, עשה עמי אות לטובה, מעג אפ דער גאנצער אשכול, כאשר בא כן ילך, עפעס א גרינער האט דא געעפנט א נייער אשכול מיט א טאמעוואטע קשיא, אן קיין תוכן אן קיין מקור, און דער עולם מאלט וואסער אויף הוידל בוידל, שווענצעריי האט אויך א שיעור

קינות גירושין » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:20 pm

· #144400
מנהל ביטע לאז דא דעם אשכול איך האב גראדע יא הנאה צו זעהן וויאזוי סוועבט זיך פאליטיק, אזוי פון אויבן ארויס

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:42 pm

· #144464
זאג, מהרז"ל זארגט זיך וואו איר גייט פארווען סוכות תשע"ד?

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:28 am

· #144475
גאלד
מנהל יר"ה, עשה עמי אות לטובה, מעג אפ דער גאנצער אשכול, כאשר בא כן ילך, עפעס א גרינער האט דא געעפנט א נייער אשכול מיט א טאמעוואטע קשיא, אן קיין תוכן אן קיין מקור, און דער עולם מאלט וואסער אויף הוידל בוידל, שווענצעריי האט אויך א שיעור


גערעכט גערעכט 👍

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:19 pm

· #144672
קאווע טרינקער
זאג, מהרז"ל זארגט זיך וואו איר גייט פארווען סוכות תשע"ד?

גערעכט, קיינער זארגט זיך נישט וואו איך גיי מאכן א סוכה, צי איך האב פלאץ אין מיין פיצי פארטש, וואו די שכנ'ס קינדער וועלן מיר אויפוועקן יעדע פארטאגס מיט זייערע טויס און געוויינערייען, און צי איך האב געלט צו קויפן א לייטערס סוכה אדער כאטש א לעגא סוכה, און געלט פאר סכך. נעווער מיינד נוי סוכה.
פארוואס זארגן מיר פאר אים?

אה, וועגן די פאליטיק זאגסטו? המ, יעצט כאפ איך.

משגיח » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:36 am

· #144891
אויף די ווילסאן שול שטייט א סיין "בורא עולם בקנין, השלם זה "הדמיון""!

זלמן זאפיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:15 pm

· #149024
שמייכל גיט
אמת ויציב
איינער ווייסט אפשר אינסייד אינפאו אויב מפלאנט שוין צי האבן די סוכה הגדולה אין ביהמ"ד החדש אויף היי יאר סוכות?

די זאליס ארבעטן שטיל ווי א טורטעל אין קומען אן איבעראל עס קאכט זיך זיכער אינטערן טיש אבער אויבן אויף קוקט אלעס אויס שטיל אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט שטיל די גאנצע יאר וואס מען האט געארבעט דערויף



נא ווי גייען די זאלי'ס האבן די סוכה היי יארע ?

אמת ויציב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:34 pm

· #149033
זאפער'ל לאמיר דיר עס צי פארשטיין געבן
זלמן זאפיר

נא ווי גייען די זאלי'ס האבן די סוכה היי יארע ?

לויט יענקל פאטאקי איז דאס די סיבה ווייל עטץ זענטץ אלע שטארק ארויסגעקומען פאראייניגט פאר די געוועזענע דיסטריקט לידער לינקלאן רעסטלער ז"ל מיט א ריזיגע מעכטיגע בלאק וואט וואס ציפרייסט אלע פאלאטישאנס אנגעהויבן פין קענט קארנער הופער ביז די סאמע העכסטע פאלאטישענס אין אלבעני און אין וואשינגטאן.
אויב וועט איר זיך יעצט פאראייניגן מיט א שטערקערע כח (אין פעלשטן מער וואטס) וועט דער נייער מעיאאר (כלשונו הק') ענק געבן דעם ערשטן טאג דעס וואס עטץ ווארטס שוין אזוי לאנג ארויסטראסקענען אלע 10,000 קינדערלעך אויפן גאס אין עטץ וועטס איבערנעמען אלע בנינים אזוי ווי די ארמארי???!!!
אין אויב וועט די בלאק וואט (פראוד) זיין נאך שטארקער וועט ער גיין א טריט ווייטער ביז צווינגען די מסרבים לדין זיך צי שטעלן צי דין תורה איין מאל פאר אלעמאל אזוי ווי עס שטייט ואלה המשפטים...

אבי גערעדט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:13 pm

· #149041
דא.
📎 1378787169093.jpg

זלמן זאפיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:26 pm

· #149043
אמת ויציב
זלמן זאפיר

נא ווי גייען די זאלי'ס האבן די סוכה היי יארע ?

לויט יענקל פאטאקי איז דאס די סיבה ווייל עטץ זענטץ אלע שטארק ארויסגעקומען פאראייניגט פאר די געוועזענע דיסטריקט לידער לינקלאן רעסטלער ז"ל מיט א ריזיגע מעכטיגע בלאק וואט וואס ציפרייסט אלע פאלאטישאנס אנגעהויבן פין קענט קארנער הופער ביז די סאמע העכסטע פאלאטישענס אין אלבעני און אין וואשינגטאן.
אויב וועט איר זיך יעצט פאראייניגן מיט א שטערקערע כח (אין פעלשטן מער וואטס) וועט דער נייער מעיאאר (כלשונו הק') ענק געבן דעם ערשטן טאג דעס וואס עטץ ווארטס שוין אזוי לאנג ארויסטראסקענען אלע 10,000 קינדערלעך אויפן גאס אין עטץ וועטס איבערנעמען אלע בנינים אזוי ווי די ארמארי???!!!
אין אויב וועט די בלאק וואט (פראוד) זיין נאך שטארקער וועט ער גיין א טריט ווייטער ביז צווינגען די מסרבים לדין זיך צי שטעלן צי דין תורה איין מאל פאר אלעמאל אזוי ווי עס שטייט ואלה המשפטים...



ענטפער מיין שאלה גוטסקייט

אמת ויציב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:33 pm

· #149046
זלמן זאפיר

ענטפער מיין שאלה גוטסקייט

לויט ווי איך פארשטיי האסטו נישט געמיינט צי פרעגן א אינענסענט שאלה די האסט געמיינט צי ציען א מסקנה ממילא האב איך געצויגן א צוויטע מסקנה.
פארשטייסט שוין זאפיר'ל???

זלמן זאפיר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:34 pm

· #149481
אמת ויציב
זלמן זאפיר

ענטפער מיין שאלה גוטסקייט

לויט ווי איך פארשטיי האסטו נישט געמיינט צי פרעגן א אינענסענט שאלה די האסט געמיינט צי ציען א מסקנה ממילא האב איך געצויגן א צוויטע מסקנה.
פארשטייסט שוין זאפיר'ל???


איך האב גראדע געמיינט זייער ערנסט די שאלה
אבער ווי ס'קוקט אויס קען מיט קיין זאלי נישט רעדן קיין גראד ווארט אלץ מיינט ער אז מען וויל אים טשעפנען

שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:02 pm

· #151287
נא ווי פירט ער טאקע?

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:57 pm

· #151297
די סוכה איז אויף ראדני סט. צווישן לי און בעדפארד

שעפסל פריינד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:00 am

· #152091
אמת ויציב
איינער ווייסט אפשר אינסייד אינפאו אויב מפלאנט שוין צי האבן די סוכה הגדולה אין ביהמ"ד החדש אויף היי יאר סוכות?

מען זוכט נאך א נדבן פאר א pop up סוכה!

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 5, 2014 7:11 pm

· #227555
ר" זלמן לייב גייט היי יאר די 3'טע מאל מופן די סוכה, נאכען ווערן ארויסגעשטויסן פין נייע סאטמאר ביהמ''ד,
נאכדעם וואס די שכינים אויף ראדני - אין שפיץ פין א באוויסטע זאלי קנאקער וועס פארפירן שוין עטליכע יאר,
אין האבען זיך היי יאר געשטעלט אויף די לענג אין די ברייט ער זאל נישט קענען מאכען אויף ראדני אין שטערן די מנוחה פין אלע שכינים (ער שפארט אפ די גאס א וואך אין במשך די יו''ט לאזט ער אפען נאר 1 לעין, אין מען פיקט נישט אויף די גארבעזש פין די גאנצע גאס פין מוצאי ר''ה ביז א וואך נאך סוכות)
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט די סוכה זיין היי יאר אין די ויואל משה הויף.
אין פאר די איד ליינער וועט מען פארקויפן אז ס'איז גרעסער ווי די ביהמ''ד החדש אין 2 מאל אזוי גרויס ווי די ארמארי!

ק/פ

blauvelt » זונטאג אקטאבער 5, 2014 7:21 pm

· #227559
אוי נעבעך אין איך האב געמיינט אז ענק האבן שוין אראפגעשלינגען די חלוקה

signout » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 1:18 pm

· #227708
[ציטאט אראפגענומען]
זיי האבען גענוג, קוק דיך אים זיי נישט בלינד, קוק אין דעם אשכול אליין

קאך_לעפל » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:59 pm

· #227733
לויט ווי איך פארשטיי, גייט ר' זלמן זאל לעבן אויף אייביג, עסן אין די סוכה, און פראווען זיינע זויערהאפטיגע טישן בלילי החג, מיט די באטיילונג פון רבבות יאקאבאוויטשליך למיניהם.

וואס א חילוק אין וועלעכע סוכה? אדער ווי דער סוכה גייט זיין? זאל עס זיין ווי עס זאל זיין, ער איז א קאמפאני, און ער עקזעסטירט! אנשטאט קוקען וואס עס טוהט זיך ביי אים, לאמיר ענדערש לערנען נאך א בלאט גמרא, פון דעם וועט דער רבש''ע, און אויך רבינו שליט''א פול מער הנאה האבן.....

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 3:35 am

· #227884
העי סיז בלויז 2 טעג פון יוכ"פ! פליז וואטש יור פריקין לענגוויטש!