ברוקלין דיסטריקט אטורני טשארלס היינס
די אמת'ע פאקטן איבער אונזער "אוהב ישראל" ברוקלין דיסטריקט אטורני טשארלס היינס: בקיצור נמרץ וואס מען האט שוין איבערגערעדט מערערע מאל. היינס איז א דורכפאל פון א די-עי. ער ליידט פון בייפאלער, און ליידן לייד מיר אונז דאס מערסטע. אז מען קוקט זיין רעקארד זעט מען ווי ער סקרוט חרדים איינמאל נאכ'ן צווייטן און פאר די עלעקשאנס קומט ער זיך איבערבעטן און ווארפט א ביינדל. נאכ'ן ווארפן די ביינדל שרייט די מידיע אז ער איז צו פּרא-אידן, מוז ער דאך ווייזן אז ער איז נישט, ווערט ער ווילד און לויפט צו די מידיע שרייען אז די אידן זענען ערגער ווי די מאפיא. ווען דאס איז נישט גענוג ארעסטירט ער פיר בחורים פאר'ן כאפּן פיקטשערס כדי צו קענען לייגן אויף זייער בלעקבערי גרופ און דערקלערט אז דאס איז געווען א מעידזשאר עפארט פון די חרדי'שע קאמיוניטי צו אינטימידעיטן מאדאם קרויס. ווען דאס איז אויך נישט גענוג פירט ער דורך משונה'דיגע רעידס אינמיטן די נאכט. דעטעקטיווס אנגעטאן אין ציווילע קליידער קריכן אריין דורך פארטשעס און פענצטער און שלעפּן ארויס אידן ווי זיי וואלטן געווען טעראריסטן, און דאס פאר א פארברעכן וואס ער אליין איז מודה אז ס'דראעט זיי דערפאר ווייניגער ווי א יאר תפיסה (עווענטשועלי באקומען זיי ניטאמאל א וואך תפיסה). דאס זעלבע ארעסטירט ער א איד פאר איין רעקארדינג כאטש קיין געלט איז נישט אויסגעטוישט געווארן, און וויל אים אוועקלייגן פאר יארן אין תפיסה, הי' לא תהי'. ווערט דאך א שטארקער הימל-געשריי אז היינס איז אַן אנטיסעמיט, קומט ער צו לויפן אויף אלע פיר און בעט זיך איבער. ער וועט נאר געבן אפאר חדשים תפיסה. יעצט וואס גייט געשען מארגן? די גאנצע מידיע גייט שרייבן אז ער לעקט זיך צו די אידן, והא ראי' ער איז אפילו געגאנגען וויזיטן דעם סאטמארער רבי'ן וואס ער האט זיך געשוואוירן אז ער גייט אים נישט וויזיטן. גייט ער דאך אריינגיין אין א פרישן פרעשור צו ווייזן אז ער איז נישט קיין אידן פריינד, און ער וועט ווארטן אויף די קומענדיגע געלעגנהייט צו כאפּן אפאר אידעלעך און ווארפן די בוק פאר זיי, און זאגן אז מיר זענען ערגער פון די קריפס און בלאדס און אנדערע שווארצע גענגס. און דאן גייט ער ווערן אַן אנטיסעמיט און דאן גייט ער זיך איבערבעטן און דאן גייט ער זיין צו א שטארקער אידן-פריינד און דאן גייט ער ווידעראמאל מאכן א ווילדן מאוו און נאכאמאל ווערן אַן אנטיסעמיט. דאס איז ווי היינס טוט ביזנעס דער עולם פרעגט וואס וואלט געווען אויב קען טאמפּסאן וואלט געווען די-עי. אויב קוקט מען אויפ'ן מהלך פון אנדערע די-עיס אין ניו יארק קען מען אננעמען אז ער וואלט ווארשיינליך ארעסטירט אידן פון צייט צו צייט. אבער ער וואלט עס געטאן אויף א סטאבילן אופן. דאס מיינט ער וואלט נישט קיין טאג געווען דיין בעסטער פריינד און לכבוד דעם געווען אונטער דרוק א טאג דערויף דיך צו פאנטשן אזוי מיאוס. טאמפּסאן וואלט גאנץ זיכער יא ארויסגעגעבן די נעמען פון טשיילד מאלעסטערס (און היינס וועלכער האט קודם געטאן א טובה און נישט ארויסגעגעבן די נעמען כדי אז די מענטשן זאלן קענען שידוכים טאן, האט זיך שוין אויך געבראכן און ארויסגעגעבן די נעמען נאכ'ן קומען אונטער פרעשור. ער פארנעמט זייער ווייניג פרעשור). עס זענען דא נאך די-עיס אין ניו יארק און ניו דזשוירזי אין חרדי'שע געגנטער און קיינער פון זיי ארעסטירט נישט אידן "צוליב פרעשור" אין אנדערע ווערטער: טאמפּסאן וואלט ארעסטירט וועבערמאן און אים מסתמא געגעבן 10 יאר תפיסה צוליב די שוואכע באווייזן וואס זענען געווען קעגן אים. ער וואלט נישט ארעסטירט פיר בחורים, און נישט ארעסטירט פיר יונגעלייט. יאסעלע מיט בומי און לעמאן דזשוס און די אנדערע וואלטן זיכער קיינמאל נישט געגאנגען זיצן ווייל זיי האבן באמת גארנישט געטאן, ווי יעדער וואס האט ברעינס ווייסט. די דריי בערגער ברידער וואלטן מעגליך יא און מעגליך נישט באקומען א סאמאנס זיך צו קומען אונטערגעבן אין א פּאליס סטאנציע, ווי מען וואלט זיי אנגעקלאגט אויף א קליינעם מיסדימינאר פאר'ן אראפרייסן א צעטל אן רשות, פאר וועלכן מען באקומט א פיין אבער נישט קיין שום תפיסה. אברומי רובין וואלט אפשר יא ארעסטירט געווארן, אבער דער ארעסט וואלט דורכגעפירט געווארן אינמיטן טאג, און וויבאלד ער האט קיינמאל נישט דורכגעפירט קיין שום פארברעכן וואלט דער די-עי אים תיכף געאאפערט א נארמאלע פלי. דאס איז דער גראדער וועג פון טאן ביזנעס. די גוטע נייעס פאר היינס איז אז מיר חסידים האבן א שוואכן זכרון. למשל יעדער פארגעסט אז אין 00' האט ארי' לייב גלאנץ און בעריש פרייליך און אנדערע לידינג חסידים געגעבן סטעיטמענטס פאר די מידיע און דערקלערט אז די חסידים גייען קיינמאל נישט וואוטן פאר היינס ווייל ער איז אַן אנטיסעמיט. "אויב ער קען עס טאן צו זיין בעסטן חבר בעריש פרייליך, דאן קען אים קיינער נישט טראסטן מער" האבן זיי דערקלערט מיט פאטאס.