☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #4560

אשכול אן א טיטל #4560

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4560

— » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:21 pm

· #143991

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:26 pm

· #143993
in rodney

2010105_614337774_jpg.jpg

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:32 pm

· #143996
ווער געדענקט ווי ער פלעגט טיילען דאלערס פאר קינדער איך אליין האב באקומען פון עם א שיינע פאר טאלער (אוי גילו) ער פלעגט געבען נאר איין טאלער א טאג פאר א אינגעל
איינער ווייסט פארוואס ער פלעגט טיילען געלט?

יואב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:38 pm

· #143997
ער האט קלאר געהאט מיט די נערווען. סאו ווי זיס, געשמאק, און אונטערהאלטבאר ער איז געוועזן, איז ער נאך אלץ געווען משוגע. ער האט פארמאגט א הארץ פון גאלד, און ער האט געטוהן אסאך חסד.

הקדוש האב איך שוין געזעהן געשריבן אויף אסאך מענטשן וואס איך ווייס אויך נישט פארוואס מ'האט געשריבן הקדוש.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:04 am

· #144006
די לייק איז פאר די לעצטע שורה.

קאני'ס מאמע האט א מיני שבע ברכות קעטערינג אויף העוועס סטריט, נעבן מארסי.

קינות גירושין » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:28 am

· #144060
פארוואס איז אזוי וויכטיג צו פארציילען ווער זיין מאמע איז? דאס איז טיפיקעל ראדני טאלק

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:02 am

· #144062
זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....

@קינות גירושין, קאני אין ראדני, ס'גייט צוזאמען.

מ גפני » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:08 am

· #144063
איינער געדענקט וויאזוי קאני האט אויסגעקוקט די טאג פון ר' יחזקאל שמש'ס לויה ? אפגעגאלט אינגאנצן

קינות גירושין » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:52 am

· #144082
קאווע טרינקער
זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....

@קינות גירושין, קאני אין ראדני, ס'גייט צוזאמען.

די ווילסט רעדן פון קאני, כהער איי געס סמאכט דיך העפי ווען מרעדט פון מענטשען וואס האבן צרות, אבער מדארף נישט רעדן פון זיין משפחה, ווען די האסט א ברודער נישט געזונט וואלסטו הנאה געהאט ווען משמועסט פון דיך אויף ק״ש?
וועק אף ענד סמעל די קאפי!
דא איז א הייליג מקום, דא איז נישט א מקוה וואס מזאפט זיך אן מיט טומאה!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:01 am

· #144113
אין די אלטע זכרונות אשכול האט מען שוין אביסל ארומגעשמועסט פון אים

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1524">viewtopic.php?f=4&t=1524</a><!-- l -->

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:07 am

· #144120
איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז געווען משוגע... איך וואלט געזאגט ער איז געווען א אייוועלטניק סטייל מענטש.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:47 am

· #144145
I'm back
איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז געווען משוגע... איך וואלט געזאגט ער איז געווען א אייוועלטניק סטייל מענטש.

פליז זיי דיך מסביר, אין אייוועלט אליינס איז דא כמה וכמה סטייל'ס..

סלינקי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:53 am

· #144148
@I'm back וואס הייסט?

[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געהערט בנוסח אחר מפה קדשו: איך וועל שטארבן (א פונקטליך טאג און יאר כ'געדענק נישט ווען) ביים שקיעה און מען גייט מיך באגראבן אין פאפא בית החיים מיט'ן קאפ אראפ און חזיר פיסל אין די הייעך, יעדער וועט שטיין און וויינען, קאני איז נישט דא!!! וכו'
קאווע טרינקער
זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....

קע"ה אסאך שמחות אין די משפחה
<a class="postlink" href="/post/62704">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 704#p62704</a>

העלא » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:58 am

· #144535
קאני האט געהעריג חתונה געהאט,

ער האט געכאפט א נערוון ברעיק נאך די חתונה,

ר' שמואל אלקנה ב"ר ארי' ע"ה תנצב"ה

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:31 pm

· #146218
קאווע טרינקער
די לייק איז פאר די לעצטע שורה.

קאני'ס מאמע האט א מיני שבע ברכות קעטערינג אויף העוועס סטריט, נעבן מארסי.

לעבט שוין נישט.

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:49 am

· #146323
נעכטן איז אוועק א מרת ראטנבערג, איז דאס קני'ס מאמע?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:42 am

· #146336
יא.

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:41 am

· #147700
העלא
קאני האט געהעריג חתונה געהאט,

ער האט געכאפט א נערוון ברעיק נאך די חתונה,

ר' שמואל אלקנה ב"ר ארי' ע"ה תנצב"ה

מפלעגט שמועסן אז ער איז געווען פון די בעסטע בחורים און טאהש׳ע ישיבה און ביי זיין חתונה האט מען פארפאסט א ניגון לכבודו און פון אזויפיל לערנען האט ער געכאפט א בראך איינער קען דעס קאנפארמען?

היימישער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:05 pm

· #147854
איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:15 pm

· #147858
דער אוהח"ק זאגט אם היו בני אדם מרגישין במתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:23 pm

· #147859
זיין כוונה איז במלא מובן המילה?

הדד בן בדד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:54 am

· #148188
היימישער
איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך


אוודאי קען מען, איך קען מער פון איין מענטש וועלכער האט זיך צופיל אנגעשטרענגט אין לערנען און באצאלט דערפאר א טייערן פרייז

zurich » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:18 pm

· #155885
היימישער
איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך

נכד האדמ"ר מסקולן יוכיח!

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:31 pm

· #161320
היינט נאכט פאלט אויס די יארצייט פון שמואל אלקנה (קאָני) ב״ר ארי-ה לייב ע״ה ראטענבערג. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ווער עס קען זאל ביטע לערנען משניות לעילו נשמתו. עליו השלום

ציבעלע-קיגל » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:44 pm

· #234331
דער גוטער איד פון וויליאמסבורג
איך האב איהם געקענט און עס איז שווער צו טרעפען אזא גאלדענע הארץ. אזא אמת'דיגער גוטער.
עס קומט מער אויס צו זיין אסאך מאהל אין די געגענט פון די בית החיים ווי ער ליגט. איך גיי אלעמאהל אריין און צינד א לעכטל און זאג אפאר קאפיטלעך תהילים. ספעשיעלי פאר א ביזנעס דיעל.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:54 am

· #234647
אוי האב איך איהם געקענט געשמועסט אסאך מיט איהם הנאה געהאט פין איהם געקענט אביסל נאך מאכן מענטשן..

יא יא אלטע זכרונות

אויליגער » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:40 pm

· #237831
ארויפגעברענגט צום יארצייט

קינד_אן_קייט » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:24 pm

· #237900
איי קאני, קאני,

ווי ליבליך זענען דיינע זכרונות, און אינעם טאג פון דיין יארצייט בין איך אין א פארלעגנהייט צו טרעפן די פאסיגסטע וועג אפצוצייכענען דיין זכרון.

זאל איך גיין פארברענגן ביי ר׳ שלום לאנדא׳ס ווינקל?
עס עקזיסטירט שוין נישט.

זאל איך שפאצירן אינדרויסן אן א מאנטל?
איך פארמאג נישט די סארט פיזישע כוחות וואס דו האסט געהאט.

זאל איך פארררויכערן ציגארעטלעך?
כ׳האב נישט ר׳ קנה וואס זאל מיר שענקען איינס, צוויי (אדער אפילו דריי).

זאל איך אויסטיילן ציגארעטלעך?
מ׳וועט זיך טועה זיין אז כ׳בין גאר א חתן בזוו״ש.

זאל איך זיך איבערגעבן לייב און לעבן פאר מיינע עלטערן?
כ׳בין טרוד מיט מיין אייגענע משפחה.

זאל איך מיר צו נער מאכן בכדי אנדערע זאלן הנאה האבן?
כ׳פארמאג א ווייב און קינדער, כ׳קען מיר נישט ערלויבן אזא לוקסוס.

כ׳לויף דא אויס פון אפציעס, אבער כ׳קען דאך ארויפשטעלן מיין פארלעגנהייט ברבים, האפענטליך וועט דאס ברענגן א שמייכל פאר די וואס האבן דיר געקענט, ויהא זה לעילוי נשמתך.

יב הלוי סאלאווייטשיק » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 4:15 pm

· #308956
כמדומה אז א מאנטל איז ער קיינמאל נישט געגאנגן ס׳האט געקענט זיין ביטערע פרעסטן.. נישט געניג דאס האט ער מקפיד געווען צי גיין קורצע ארמל...
יאך דענק אים פין חתנות אין פראנט פין
Continental hall...
קראכטץ אללע קאני לעבט..!!!
ת. נ. צ. ב. החיים

ליפא » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:00 pm

· #309148
AUD-20151115-WA0096.m4a
📎 AUD-20151115-WA0096.m4a

chusid » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:23 pm

· #309152
אין די היינטיגע וועלט וויאזוי רופט מען אזא מחלה (די גייסטישע חלק ) וואס ער'ט געליטן? וועלעכע דיסארדער? איז דא גוים אזאנע?

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:43 pm

· #309158
איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט היינט, אבער אמאל האט עס געהייסן א דיבוק

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 6:51 pm

· #356176
איך האב נעכטען געהערט א ווארט בשם קאני ז״ל, כ׳גלייב אז סאיז א עלטערע ווארט ווי קאני, ווען רבקה אמנו איז דורך א קירכע האט עשו געשטויסן ווען זי איז אדורך א שול האט יעקב געשטויסן, שטעלסט זיך א פראגע פארוואס איז זי נישט געבליבן אינדערהיים? ווייל אינדערהיים האט יצחק געשטויסן... 😂

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 11:15 pm

· #356204
chusid
אין די היינטיגע וועלט וויאזוי רופט מען אזא מחלה (די גייסטישע חלק ) וואס ער'ט געליטן? וועלעכע דיסארדער? איז דא גוים אזאנע?

חסיד: אבער די מחלה האט אויכעט א פיזיאלאגישע/ניוראלאגישע פאטאגען...ממילא איז דא גוים אויך וועלכע ליידן פון אט דעם דיסארדער...!
פון אמאליגע צייטן איז נישט קיין ראיה. (נישט אז ס'נישט דא אזא זאך ווי א דיבוק..) ווייל אמאליגע צייטן האט מען געזאגט אז עי. די. עיטש די. קינדער זענען שלעכט אדער פויל...!

ליפא » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 6:46 pm

· #389821
📎 rps20171122_184531.jpg

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:25 pm

· #390057
ליפא
📎 rps20171122_184531.jpg


נישט צום גלויבן, נישט נאר האט מיכאל א רויטע בארד, נאר ער גייט אויך מיט נארמאלע בריל'ן

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:49 pm

· #390063
.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:54 pm

· #390065
א-שופר-איז-א-שופר
נישט צום גלויבן, נישט נאר האט מיכאל א רויטע בארד, נאר ער גייט אויך מיט נארמאלע בריל'ן

ואס מיינט נארמאלע ברילן?
אגב דעמאלטס איז דאס געוועהן די סטייל אויב דאס האסטו געמיינט!

כלבאשבוע » זונטאג דעצעמבער 1, 2019 1:37 am

· #439352
יארצייט דעם מאנטיג

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 1, 2019 12:23 pm

· #439377
ערגעץ אויף קאווע שטיבל האביך געזעהן א גוט ווארט בשם קאני, ז"ל...80% פראצענט פון סאטמאר איז אויף פיללן...נאר די פראבלעמען האבן מיר פון די איבעריגע 20% וועלכע זענען נישט...!

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 6, 2019 12:29 am

· #439639
יא ר' בערל, קוקט איבער די ערשטע תגובה פון דעם אשכול.

נאר דעם ווארט 'סאטמאר' האסט מוסיף געווען מדעת עצמך.... (ווי אויך די צווייטע ל' פון די ווארט פילן)

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 6, 2019 11:02 am

· #439648
שמעקעדיג: איך שרייב נאר פון זיכרון. ער זאגט במתק לשונו..."הייוועי זייט"... אדרבה. זאג מיר וועלכע נאך ביהמ"ד איז אויף די הייוועי זייט...?! נאר ס'זעהט אויס אז דו האסט עפעס סענסיטיוויטעטן, וועלכע זענען ענליך צו א גרויסע מדינה אין אייראפע און אזיע. אוואו כרושטשעוו זיכרונו לקללה איז געווען פרעמיער...!

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 9, 2019 1:06 am

· #439720
ר' בערל היקר, לא ירדתי לסוף דעתך העמוקה.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 9, 2019 1:54 pm

· #439729
שמעקעדיג
ר' בערל היקר, לא ירדתי לסוף דעתך העמוקה.

ידידי היקר. איך האב שוין נישט קיין כח צו וויכוחים. איך זאג אפ מיינס און איך גיי ווייטער. ערגעץ אנדערש אויף קאווע שטיבל וואו מ'רעדט פון קאני ראטנבערג (ע"ה) וועם איך האב פערזענליך גוט געקענט און הנאה געהאט פון זיין געשמאק אין לעבן. און ער איז דאך געווען א משמח אלוקים ואנשים. אבער דארט דערמאנט ער יא בשמו דעם נאמען סאטמאר.והשנית. וועלכע נאך ביהמ"ד רופן די חשוב'ע מתפללים אן מיט'ן נאמען..."הייוועי זייט"...?! אבער די אלע זאכן זענען ויכוחים של הבל. נאר טאמער בערל בעל עגלה זאגט עפעס פאזיטיוו אדער לענין הערט מען נישט פון אונזער חשוב'ן, אומ-אפיציעללן יושב ראש. (סדרן?) אבער ווען ער זאגט עפעס אויף וואס מ'קען זיך אנטשעפען. דארט זעמיר אינדערהיים...!

עדיאל » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 9:39 pm

· #484986
דער (פינטעל) איד
היינט נאכט פאלט אויס די יארצייט פון שמואל אלקנה (קאָני) ב״ר ארי-ה לייב ע״ה ראטענבערג. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ווער עס קען זאל ביטע לערנען משניות לעילו נשמתו. עליו השלום