☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ווער שטייט אינטער די פאשקעווילן ווארפעריי ?

ווער שטייט אינטער די פאשקעווילן ווארפעריי ?

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4557

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:11 pm

· #143816
ווער שטייט אינטער די פאשקעווילן ווארפעריי ?
ווי ווייט איך האב פרובירט נאכציפארשן וויסט נישט קיין איין עסקן וועמענס האנט ליגט דערין.
אויב איינער וויסט מער פרטים ביטע ארויפקומען.

מיסטער מענטש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:14 pm

· #143820
איינער סטרולאוויטש

פון לאס אנשעלעס

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:17 pm

· #143823
מיסטער מענטש
איינער סטרולאוויטש

פון לאס אנשעלעס

דעס האב איך געוויסט אז אין לאס אנשעלעס ווארפט דער סטרולאוויטש די פאשקעווילן, איך פרוביר נאך נאכציגיין ווער עס טוט עס דאהי

מיסטער מענטש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:20 pm

· #143825
סטרולאוויטש האט א קאזין

איינער מערמלשטיין פון עירמאנט

ער שיקט עס צו ווילי מיט א ברודער

יענע ברודער וואוינט אין בעיסוואטער

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:23 pm

· #143827
מיסטער מענטש
סטרולאוויטש האט א קאזין

איינער מערמלשטיין פון עירמאנט

ער שיקט עס צו ווילי מיט א ברודער

יענע ברודער וואוינט אין בעיסוואטער

ביטע גייט ארויס קויפן א דעניש מיט א סאדע אין לאז נארמאלע מענטשן ראגירן.
יישר כח

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:32 pm

· #143833
שמייכל גיט
ווי ווייט איך האב פרובירט נאכציפארשן וויסט נישט קיין איין עסקן וועמענס האנט ליגט דערין.
אויב איינער וויסט מער פרטים ביטע ארויפקומען.



ווער האט געווארפן פאשקעווילן ווען ר' אהרן האט זיך געטראפן מיט בעלז ?

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:40 pm

· #143837
זלמן זאפיר
שמייכל גיט
ווי ווייט איך האב פרובירט נאכציפארשן וויסט נישט קיין איין עסקן וועמענס האנט ליגט דערין.
אויב איינער וויסט מער פרטים ביטע ארויפקומען.



ווער האט געווארפן פאשקעווילן ווען ר' אהרן האט זיך געטראפן מיט בעלז ?

לכאורה די טענעבויםס

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:42 pm

· #143839
שמייכל גיט
מיסטער מענטש
סטרולאוויטש האט א קאזין

איינער מערמלשטיין פון עירמאנט

ער שיקט עס צו ווילי מיט א ברודער

יענע ברודער וואוינט אין בעיסוואטער

ביטע גייט ארויס קויפן א דעניש מיט א סאדע אין לאז נארמאלע מענטשן ראגירן.
יישר כח


עס איז נישט דא וואס צי רעדן, אלע נערמאלע מענטשן ווייסען ווער עס האט געווארפן די פאשקעווילען.

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:27 pm

· #143878
איין זאך איז זיכער אתרא קדישא נישט 🙂 נישטא ווער ס'זאל לאכען

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:52 pm

· #143901
מען זאגט אז ער איז עס
די בילד איז ווי ער איז ביים פרינטינק קאמפני
image.jpg

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:18 pm

· #143916
סאשי פיש
מען זאגט אז ער איז עס
די בילד איז ווי ער איז ביים פרינטינק קאמפני



וואס ווילסטו פין א טיילווייזן בארירטן יוד ווען אונטער די פאשקעווילן שטייען די רשעים פין אתרא קדישא

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:25 pm

· #143918
קאנסילמאן דוד גרינפעלד איז כעסיג
<a class="postlink" href="https://twitter.com/NYCGreenfield/statuses/370279842140651520">https://twitter.com/NYCGreenfield/statu ... 2140651520</a>

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:55 pm

· #143927
ר' אלימלך שטערן דרייט זיך יעצט ארום אין ער פרובירט ווי ווייט מעגליך נאכציגיין ווער עס שטייט אונטער די פאשקווילן ווארפעריי

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:27 pm

· #143946
שעפטל
קאנסילמאן דוד גרינפעלד איז כעסיג
If u have a problem with someone u can yell, scream or even tweet about it. Please don't print & drop on our streets
! <a class="postlink" href="http://campl.us/pVEY">http://campl.us/pVEY</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/NYCGreenfield/statuses/370279842140651520">https://twitter.com/NYCGreenfield/statu ... 2140651520</a>


ער וויל משנה זיין די מסורה?? מען האט זיך אלע יארען אזוי געפירט.. ואסור לשנות..

מיסטער מענטש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:43 pm

· #143951
שמייכל גיט
ר' אלימלך שטערן דרייט זיך יעצט ארום אין ער פרובירט ווי ווייט מעגליך נאכציגיין ווער עס שטייט אונטער די פאשקווילן ווארפעריי

אויך אין ארץ ישראל

האט ר' יצחק ווייס געעפנט א אויספארשונג

ער זוכט ארום ווער עס דרוקט די פאשקעווילן

עני העלפ קען קאנטאקטן יענקעלע כהן

איש צדיק תמים » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:38 pm

· #143977
מיסטער אומענטש זייט מוחל און גייט פון דא.
דא איז דא תקנות.
.

אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:38 am

· #144071
כגלייך זייער צו זען די גלייכקייט פון דעם בחור איש צדיק תמים,
ער נעמט זיך די מיה און שיקט ארויס מענטשן פון דא כאילו ער איז בתוככי איי וועלט
האלא! האלט א רגע
האסט עני פראבלעם מיט א שרייבער דא, דאן פארלעש דעם סקרין, תקנות ווייסן די אחראים אויך,
ער שיקט, נאר פרייליך, שיקט, סטוט זיך א געשיקאכטס
בחורים ביהעיווטס
מיר וועל ןאויס ווארטן דעם שטורעם אין בית שמש און אתם ילכו לאנחות ואתנו ישארו למנוחות

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:45 pm

· #146080
הגאון ר' ישעי' ווייס שליט"א האט נעכטען נאכגעזאגט ביי די עצרת בשם רבינו שליט"א אז די שמיציגע וועג וואס וווערט געפירט דורך יחידים אקעגן פריוואטע מענטשען האט גארנישט מיט אונז זיי באלאנגען נישט צי אונזער הייליגע קהילה נישט דעס האט אונז רביה"ק זי"ע אויסגעלערנט לא דרכיהם דרכינו אונזער מהלך איז מוחה זיין אויף חיטוטי שכבי אין זיך אננעמען אויף כבוד הבי"ד צדק. די אלע מענטשען העלפן נישט ארויס די מערכה זיי מאכן אונז נאר שאדן

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:50 pm

· #146085
אהא

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:55 pm

· #146089
שעפטל
אהא

!

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:05 pm

· #146098
שמייכל גיט
הגאון ר' ישעי' ווייס שליט"א האט נעכטען נאכגעזאגט ביי די עצרת בשם רבינו שליט"א אז די שמיציגע וועג וואס וווערט געפירט דורך יחידים אקעגן פריוואטע מענטשען האט גארנישט מיט אונז זיי באלאנגען נישט צי אונזער הייליגע קהילה נישט דעס האט אונז רביה"ק זי"ע אויסגעלערנט לא דרכיהם דרכינו אונזער מהלך איז מוחה זיין אויף חיטוטי שכבי אין זיך אננעמען אויף כבוד הבי"ד צדק. די אלע מענטשען העלפן נישט ארויס די מערכה זיי מאכן אונז נאר שאדן



וואס זאגט זיין ווייב ?

היימישער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:46 pm

· #146177
זאפיר וואס איז דיין פראבלעם ????? איך האב הנאה אז עס שטעלט איך אויף איינער און איז מוחה

dovi » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:05 am

· #146327
כ'האב גראדע אויכעט הנאה ווייל מ'זהעט אז זאפיר'ל וכת דיליה זענען סתם אוממענטשן מיט נידריגע שפראך כדרכם פון די סארט בחורים...

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:37 am

· #146335
שמייכל גיט
הגאון ר' ישעי' ווייס שליט"א האט נעכטען נאכגעזאגט ביי די עצרת בשם רבינו שליט"א אז די שמיציגע וועג וואס וווערט געפירט דורך יחידים אקעגן פריוואטע מענטשען האט גארנישט מיט אונז זיי באלאנגען נישט צי אונזער הייליגע קהילה נישט דעס האט אונז רביה"ק זי"ע אויסגעלערנט לא דרכיהם דרכינו אונזער מהלך איז מוחה זיין אויף חיטוטי שכבי אין זיך אננעמען אויף כבוד הבי"ד צדק. די אלע מענטשען העלפן נישט ארויס די מערכה זיי מאכן אונז נאר שאדן


ער האט עס טאקע נאכגעזאגט בשם רבינו? טאקע זייער שיין 😮

אבער פארוואס האט רבינו שליט"א נישט אליין געקענט זאגן,,, פאר די ווארפערס זאלן נישט ווארפן?

איך גלייב אז צוויי וואכן נאך ר' מיילעך שטערן'ס אויספארשונג ווייסט מען בערך ווער די ווארפער'ס זענען

און בכלל פארוואס האט רבינו שליט"א בכלל געהאט א הוא אמינא אז די וואס ווארפן באלאנגען צו זיין קהלה אז ער דארף זיך אפשאקלען דערפון?

יעדער פארשטייט אליין אז רבינו'ס מענשטן האכן עס זיכער נישט געווארפן פארוואס דען יא?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 12:34 am

· #146945
שמייכל גיט
ווי ווייט איך האב פרובירט נאכציפארשן וויסט נישט קיין איין עסקן וועמענס האנט ליגט דערין.
אויב איינער וויסט מער פרטים ביטע ארויפקומען.

אינטרעסאנט. הגה"צ ר' דויד שמידל שליט"א קען טרעפן קברים וואס עקזיסטירן נישט און אויכעט מאכן פון גוים ערליכע אידן, צדיקים. אבער די פאשקווילן ווארפערס און פראדוצירער וואס דרייען זיך מעל האדמה "וועיסט ער נישט" ווער ס'טוט עס.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 12:38 am

· #146946
סאשי פיש
מען זאגט אז ער איז עס
די בילד איז ווי ער איז ביים פרינטינק קאמפני

סאשי: ס'איז נישט מסתבר. אזעלכע גרויסע סייז פאשקווילן. ס'זעהט אויס ענדערש ווי א "בלופרינט" פון א הויז.

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:15 pm

· #149897
מען נעמט שטרענגע שריט
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/141317/2013/09/13/brooklyn-ny-exclusive-nyc-sanitation-department-vows-punitive-measures-against-those-who-dump-pashkivilim/">http://www.vosizneias.com/141317/2013/0 ... shkivilim/</a>

גנדי » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:24 am

· #150507
someone throwing out papers from a car in boro park
12 second in the movie

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=M8r0rY42dqc&feature=share&list=UU4Z4-yLUKPpuS53sv92q3Nw">http://www.youtube.com/watch?v=M8r0rY42 ... 53sv92q3Nw</a>

זלמן זאפיר » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:51 am

· #157920
פאריגע וואך האט אתרא קדישא געווארפן פאשקעווילן קעגן שישא פין דשונסקיא
אין היינט האט מען געווארפן פאשקעווילן קעגן דעם תולדות אהרן רבי

אדוני המלך ווייסט איינער וואס די פלאן פין אתרא קדישא איז ? איז דאס געבליבן דער איינציגסטער מיטל ביי זיי ?

זעהן זיי נישט דער באן איז שוין לאנג אוועק געפארן ווער קוקט אויף זיי

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:57 pm

· #157978
זלמן זאפיר
פאריגע וואך האט אתרא קדישא געווארפן פאשקעווילן קעגן שישא פין דשונסקיא
אין היינט האט מען געווארפן פאשקעווילן קעגן דעם תולדות אהרן רבי

אדוני המלך ווייסט איינער וואס די פלאן פין אתרא קדישא איז ? איז דאס געבליבן דער איינציגסטער מיטל ביי זיי ?

זעהן זיי נישט דער באן איז שוין לאנג אוועק געפארן ווער קוקט אויף זיי

און דער נוסח פון פאשקוויל איז געשריבן אויף זייער א בייזוויליגן אופן. די העדליין איז, אז זיי שטעלן אן א תמימות'דיגן פנים און בעיטן אז דער תו"א זאל משפיע זיין אויף זיינע חסידים צו אונטערשרייבן אן התחייבות פון "אפהיטן די קברים פון גאונים וצדיקים" (די גאונים וצדיקים זענען אפשר געוועין געצנדינערס מימות אברהם אבינו.( אבער אינמיטן דעם "בריוו" קומט ארויס זייער אמת'דיגן פרצוף. זיי זאגן אריין פאר'ן רבי'ן אז ער איז א שייגעץ.... וועלכער איז עוקר קברים און מאכטצעך תמ'יש.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:43 pm

· #158362
איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, עס איז נישט מיינע דאגות, און איך וועל נישט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יענעמ'ס עבירות.
אבער די גרויל פון די אנגעווארפענע פאשקעווילן אין אלע היימישע געגענטער, וואס חוץ דער חילול השם פאר די גויים און די געלט שאדן וואס אנדערע ליידן, איז עס פשוט אוממענטשליך און אומ-אננעמבאר, די ווארפערס וועלן באצאלן א טייערע פרייז, מי יודע וויפיל אפגעפארענע OTD'ס וועלן זיך פאררופן אויף זייערע שריט, אנצואווייזן ווי עקלדיג אידישקייט איז.

מי יגלה עיניהם, און אויסלערנען די אוממענטשן אז א צווייטער מעג האבן א דעה אנדערש ווי דיר, און אפילו אויב לפי שיטתך טוט יענער עפעס אקעגן אידישקייט, לאז אים לעבן, ס'איז נישט דיין אויפגאבע, דארפסט נישט זיין די אפוטרופוס פון השי"ת, העכסטנס גיי נישט צו יענעמ'ס טיש, און זאג פאר דיינע קינדער אז דו האלטסט נישט פון זיין וועג אין אידישקייט (נאך אלעם איז עס אידישקייט, דער תו"א רבי איז א פרוש און א עובד ה' מיום הוולדו), און מיט דעם ביסטו יוצא.

נישט נאר דאס, נאר די אלע פאטשקעווילן ווארפער שיסן זיך אליינס אין די פוס. אנשטאט עולם-גולם זאלן פארשטיין זייער צד און די "חומר הדברים", ווערט מען ענדערש אנגעפילט מיט האס און שנאה אנטקעגן זיי זעלבסט. אין די לאנג טורם וועלן זיי נאר שאדן האבן. טיפשים!

גורו לכם מיום הדין.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:51 pm

· #158405
דעס אז ס'איז אן פארברעך ועון בל יכופר איבער אלע דיינע אנגעבענדע חורבנות זענט איר הינדערט פראצענט גערעכט און איך וואלט אייך געלייקט

אבער שמעקעדיג טייערער ביטע ''מיינד יור און ביזנעס'' וואס ארט אייך אז אידען בפרט אנגעווייטאגטע מתוך הקהילה המשתייך לאותו צדיק ועובד ד' טוט זייער וויי די שנויים אין די קהילה וואס ער האט בסך הכל גע'ירש'נט (אויב ס'שייך בכלל דערויף דין ירושה) פון אנדערע גדולים וטובים וואס האבען מייסד געווען די קהילה אויף אנדערע דרכים, זענען אידען זייער אנגעווייטאגט אויפען מצב און א ס'טוט וויי שרייט מען, ניין?
נו! און אז עטליכע טוען איבער די גבול און געבן אויס ווייטאג אויף אזא מיאוס'ן אופן מעג מען נאך אלס פארשטיין און מיטפילען יענעם'ס צער,

אדרבה אויב זענט איר מוחה אויפען געוואלדיגען פשע פון מאכען זינדיגען יודישע קינדער אדאנק זייערע ווילדע געפירעכץ צו וואס ווייסטו ניש פון נאך מחאות?
וואס דערויף באגניגסטו דעך מיטען:

שמעקעדיג

איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, עס איז נישט מיינע דאגות, און איך וועל נישט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יענעמ'ס עבירות.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:01 pm

· #158407
נאר,,פרייליך

שמעקעדיג

איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, עס איז נישט מיינע דאגות, און איך וועל נישט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יענעמ'ס עבירות.


ועוד הרב שמעקעדיג געווענליך דעי יודען וואס זינגען דעם פזמון ס'נישט מיין דין וחשבון יענעמ'ס חטאים לעט דע פיפל ליוו, דעי האבען געוויסע חטאים וואס זיי העלן יענעם דערקוטשען די יארען

ביטע אנצייגען וועלכע חטאים מ'איז יא בארעכטיגט יענעם צו פארזארגען און וועלכע ניש

ביטע צוצייכענען מ''מ בהלכה למקורות

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:09 pm

· #158422
נאר,,פרייליך
ביטע אנצייגען וועלכע חטאים מ'איז יא בארעכטיגט יענעם צו פארזארגען און וועלכע נישט

לויט מיין פשוט'ע שכל, איז זאכן וואס טוען וויי אנדערע מענטשן (וגם אותי בתוכם) בגוף ובממון, און עס מאכט א חילול ה', דארט איז עס מיינע דאגות און איך בין מוחה דערויף.
די אנדערע זאכן וואס שטערט אפשר נאר די מתים אדער דעם באשעפער, פעלט נישט אויס, אדער מעגסטו סך-הכל מוחה זיין ביי דיר אינדערהיים, און נישט איבערדרייען די וועלט.

ס'איז ידוע ביי די מחלוקת פון ה"ר יעקב עמדין מיט ה"ר יונתן אייבשיץ זצ"ל, אז ביידע זענען געגאנגען אין ג"ע ווייל זיי האבן באמת געמיינט לשם שמים, אבער אלע פשוט'ע אידן וואס האבן זיך אריינגעמישט האבן טייער באצאלט דערויף. איי זיי האבן געוואלט "צוהעלפן" דעם באשעפער? דער אייבערשטער דארף נישט דיינע טובות. ס'איז קיינעם נישט דאגות צו א רבי פירט זיינע חסידים אנדערש ווי זיין פארגייער, אויב ער זעהט איין אזוי לפי הצורך. איך גיי נישט זאגן אז ער איז גערעכט, מעגליך אז ר' דוד טוט א גרויסע עוולה, אבער איך בין נישט אין הימל, און איך בין נישט אחראי פאר יענעמ'ס עוולות וואס טוט מיר נישט אפעקטירן. און נאר דער גאט אין הימל וואס איז א יודע מחשבות קען משפט'ן צי ער האט געמיינט זיינע מעשים לטובה און לש"ש.

איך גיב דיר מיין עהרן ווארט, אז די אלע וואס טוען דעם שאנדפולן אקט פון אנווארפן פאשקעווילן - וואס דאס איז גאר א נידריגע זאך און אלע גדולים און ערליכע אידן זענען מסכים צו מיינע ווערטער, חוץ די פאר קליינע ראצערס, בלינדע אפרוחים שלא נפתחו עיניהם וואס לעבן אין זייער פיצי באבל, און זיי זעהען קלאר (אדער נישט?) ווי די אלע דרויסענדיגע מענטשן בעטן זיי זיך, הרף ממנו, לאזט אונז אפ, אונז זענען נישט אינטערעסירט אין דיינע "אויפקלערונגס" פאשקעווילן, די "דירעקטע בריוו צו תו"א רבי'ן" קומט קיינמאל נישט אן צו איהם, (און ס'איז לאו דוקא די דאזיגע פאשקעוויל, איך רעד בכלליות, ווי מען האט פארשעמט דעם ראב"ד און אלע אנדערע), גיב איך דיר מיין ווארט, אז די אלע גייען טייער באצאלן און ביטער חרטה האבן, זיי זענען פון די נידריגסטע וואס די מענטשהייט פארמאגט, און האבן מדות משחתות, זיי טוען עס נישט צוליב יראת שמים.

זה דרכם כסל למו מאז ועד עתה, די נידריגע מענטשן האבן אייביג דאס געטון, געווארפן פאשקעווילן, אן א חתימה, אבער פארשטייט זיך "בשם הרבנים הגאונים שליט"א"..דאס אליינס אז מען מוז עס טון במחתרת באישון לילה שמעקט שוין נישט גוט, עס איז קעגן די תורה, אקעגן דעם געזעץ, און אנטקעגן מענטשליכקייט. עס האט נישט קיין שום הסבר. און חוץ מזה טוט עס 'קיינעם' נישט טוישן! די שונאים פרייען זיך מיטן פאשקעוויל און עס גיסט אויל אויפן פייער, און די חסידים פון דעם רבי'ן עסן זיך סתם דאס געזונט אז מען פארשמוצט זייער רבי'ן אויף אזא וועג בשעת קיינער האט ניטעמאל אויסגעהערט זיין צד און פרובירט אדורכגעשמועסן דעם ענין, און די פרעמדע אינטרעסירט זיי דעם ענין אין די לינקע פיאה, זיי זענען נאר ביזי אויפקלינען (מיט א חרון אף) זייער פראפערטי שנעל איידער די סאניטאציע באאמטע קומען טיילן טיקעטס, בשעת'ן שעלטן די ווארפער מיט קללות נמרצות.


זאג דו מיר אויב דאס איז נארמאל און בארעכטיגט "ווייל עס טוט וויי שרייעט מען".

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:39 pm

· #158432
ס'הינדערט פראצענט נישט בארעכטיגט ליין איבער נאכאמאל מיינע תגובות
איך האב נישט גערעדט לגבי גערעכטיגקייט פון אויסגעבן ווייטאג אויף אזא מיאוסע און שאנדפולע אופן

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:11 pm

· #158443
נאר,,פרייליך

איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, עס איז נישט מיינע דאגות, און איך וועל נישט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יענעמ'ס עבירות.

ביטע אנצייגען וועלכע חטאים מ'איז יא בארעכטיגט יענעם צו פארזארגען און וועלכע נישט


חטאים וואס זענען קעגן די הלכה
נישט חטאים וואס זענען קעגן דיינע פריוואטע אינטערעסן
( והא ראי' אז די חטאים וואס איז נישט קעגן דיינע פריוואטע אינטערעסן גייט דיך עס נישט אן)

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 6:24 pm

· #158458
זלמן געווענליך גייט די זאכען אזוי:
איך מעג אויף דיר מוחה זיין ווייל ''איך'' האלט אז מען דארף זיין סאליד, רואיג, לאז געמאכט, און אז די שטערסט מיר די רואיגקייט פון לאז געמאכט, נעם איך אינטער די שארפסטע מיטלען פון מחאה.

ווידעראום די ביסט פארבאטען בתכלית זיך אנצורופען א ווארט ווען איינער טוט עוולת, ווארום ''איך'' האלט אז מען דארף יענעם לאזען טוט וואס ער וויל.

קומט אויס א סך הכל אז יעדער האלט פון מחאות די שאלה איז נאר ווי ''איך'' האלטס אז ס'איז אין פלאץ האט עס רעכט, ווי די האלסט אז ס'קומט צו מוחה זיין איז עס פארבאטען

בקיצור: הא לן והא להו

מאנדלבאום » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:54 am

· #158525
געזעהן די וואך בחוצות ב"פ די פאשקעווילן אויף תו"א (לכבוד די שמחה פון אן אייניקל?... אוודאי! כך היא דרכה של תורה של מי שאין לו תורה)
דער פאשקעוויל האט ב.ד.וו. אויס געזעהן א תמימות'דיג התעוררות צעטל, אנדערש ווי די (געווענליכע) גרויליגע שמוציגע פאשקעווילן.

מיין געדאנק וואס איז דורך געלאפן ביי מיר? בא לקלל ונמצא מברך,

וואס די עוולה? נעמט נישט קיין מיינונג קעגן וועם? וועגן דעם איז וואס?...

נאר,,פרייליך » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 11:13 am

· #158587
כ'זעה הרב שמעקעדיג האט געפועלט ביי די ווארפער עטוואס
היינט האבען זיי בלויז געשריבען צו די חסידי תו''א א בקשה צו גיין אויפען דרך פון די אלטע תו''א חסידים און נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די קלי דעת

דר'עיקר קוקט אויס ווי זיי וילען מציל זיין אז ביים אסיפה נגד הגאב''ד איבער גבעת ירושלים זאלען זיי ניש נעמען א חלק ונחלה ווי די ועד וויל דארט ערקלערן דעם שטיצע פאר'ן רב המתיר, צו ממשיך זיין מיט'ן צוקנאקען איין מערה נאכען צווייטען ה''י


ב.ד.וו. האט דער מתיר זיך אויך ארויסגעשטעלט היצ ביי די בחירות לטובת די בוחרי עץ און א טעלעפאון רעקארדינג האט אנגעקלינגען צו יעדן בשם דעם רב המתיר אז מ'זאל מצביע זיין עץ

די שפלות און נידריגקייט פון זיינע מקורבים וב''ב איז אין לשער צו ניצען אן רב העדה און בוגד זיין אין אן החלטה פון יארען לאנג בפרט היצט ווען די פראבלעם איז גרעסער געווארען מיט'ן דארפען מצהיר זיין אמונים לשלטון הכופר, אזא אקט איז אומגלויבליך
און סאונד ווי די שפלות וואס ווערט אפגעטון דורך די ב''ב ביי הגר''ח קאניעווסקי

אז מ'טרויעט זיך צו אריינגראבען בביה''ח ד'באר שבע ובית החיים ד'גולובענציק ווערט די תמיי' אביסעל לייכטער

מאנדלבאום » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 11:54 am

· #158595
לויט פארלעסליכע קוועלער, האט טאקע די אלע פאשקעווילן אויפגעטוהן, און די תו"א חברה זענען באיינפלוסט געווארן...

זלמן זאפיר » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:07 pm

· #158598
נאר,,פרייליך
דר'עיקר קוקט אויס ווי זיי וילען מציל זיין אז ביים אסיפה נגד הגאב''ד איבער גבעת ירושלים זאלען זיי ניש נעמען א חלק ונחלה ווי די ועד וויל דארט ערקלערן דעם שטיצע פאר'ן רב המתיר, צו ממשיך זיין מיט'ן צוקנאקען איין מערה נאכען צווייטען ה''י


דער גאב"ד ר' יצחק טובי' איז נישט בעל בית אויף זיין ראב"ד אויף זיינע צענדליגער מו"צ'ים איז די עדה
ער איז נישט בעל בית אין די וועד הכשרות פין די עדה

ווי אזוי האלט ער איינער פין סאטמאר תולדות אהרן דשונסקיא תולדות אברהם יצחק זאל קוקן אויף זיין ריכטנוג ?

זאל ער מאכן ארדענונג קודם ביי זיך אין שטיבל אז זיינע אייגענע דיינים זאלן אים אויסהערן און דערנאך וועט מען זעהן צי די אנדערע מענטשן ווילן הערן זיין מיינונג

נאר,,פרייליך » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:13 pm

· #158602
זינט בי''ד איז נתייסד געווארען ביז שנת תשס''ג איז אזא מושג ווי איינער איז מעצעמו מולך אלס ראב''ד ניש געוועזען ס''ג האט ער זיך ערקלערט ראב''ד העדה

ער האט ניש בכוח צו מחייב זיין צו גיין וועלן פאר עץ בזמן די עדה האט געהאלטען ס'אסור בתכלית אז ער זיכט נייע דרכים קען ער גיין אין איטליכע בתי דינים אדער ועדה'ס ווי ס'איז אקצעפטירט

ליינט אביסעל ויקפידי' איבער'ן מתיר

השקפתועריכה

כשאר אנשי העדה החרדית, הרב שטרנבוך מתנגד בחריפות לציונות. לאחר שהוציא הרב מנחם מנדל כשר את הספר קול התור מרבי הלל משקלוב בצירוף פרשנות שלפיה הגר"א תמך בכיבוש הארץ וראה בהקמת מדינה אתחלתא דגאולה, יצא הרב שטרנבוך במאמר ארוך לדחות זאת בתוקף‏[2].

"הוא אינו שולל את חשיבותה של העלייה לארץ ישראל," אך מדגיש שיש להקפיד בה שבעתיים על שמירת מצוות התורה, וממליץ לברר קודם לכן שיש אפשרות להסתדר בה מבחינה כלכלית ורוחנית. הוא מוסיף בשם אביו, שעדיף להתגורר בחו"ל ולחלום על ארץ ישראל, מאשר להתגורר בארץ ישראל ולחלום על חו"ל‏[3].

מאנדלבאום » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:17 pm

· #158604
ויקיפדי'? א מקור מוסמך ונאמן ידוע...
(ער האט אליינס געזאגט...)

זלמן זאפיר » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:23 pm

· #158608
זיינע מקורות זענען וויקיפידע מיט בחורים

נאר,,פרייליך » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:45 pm

· #158612
מאנדלבאום
ויקיפדי'? א מקור מוסמך ונאמן ידוע...
(ער האט אליינס געזאגט...)



ווילסט הערן וואס ער אלייס זאגט??

עי' בספריו אודות ששת הימים

קלינג אהן הגרמ'ז זארגער דיין בסאטמאר אר''י וואס דער מתיר זאגט צו די אלע מלחמות וואס די גדולי ישראל האבען געפירט אלע יארען איבער היטען אויף קברי קדמונינו

הער די רעקארדירונג וואס האט אנגעקלינגען בשמו אז מ'ברויך גיין וועלן אין די בחירות

ער זעלבסט האט אפגעהאלטען בית דין פון שרייבן היצט א בריוו לאיסור בחירות, בי''ד איז געווען געצווינגען צו ברענגען אן אלטער נוסח אויף וואס דער מתיר האט גע'חתמ'ט נאך בעפאר די חפירות בבאר שבע ובי''ש

ועוד ועוד וואס ס'שווער יעצט ער''ש מאריך צו זיין ועוד חזון

ויקפידי' האב'ך געברענגט פאר זאפיר'ל וואס קוקט שטארק וואס דער ''וועלט'' זאגט ער טענה'ט אז מ'ברויך קיקען וואס דער היינטיגער ''קליגער וועלט'' זאגט האב'ך לכבודו מעתיק געווען פון דארטן

גלייב מיר ער זעלבסט וואלט זיך שוין לאנג ניש אנגעהאנגען אינעם מתיר ווען ניש עפ''י חסידות שטימט היצ דער חשבון צו גיין מיט אים קאפ אין וואנט

מאנדלבאום » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:23 pm

· #158619
איר קענט זאגן וואס איר ווילט און וואס אייך גלוסט זיך נאר,
און איר קענט אויך ברענגען וועם איר ווילט פאר א מקור,
איך בין געוועהן נאאיוו און געמיינט אז איר גלייבט אין די מקורות וואס איר זעלבס ברעגנט.

* * *

אייער מיינונג ווייטאגט מיר נישט אינגאנצן, איר קענט זיך דרייען מיט 'הוכחות' און 'דעות' וויפיל איר ווילט,
איך פאלג נאך אייערע וויכוחים און געהאנדלעכצער מיט די מיטגלידער דא אין פארום, און איך זעה אייער מהלך אין הערן וואס יענער זאגט, און אין מברר זיך דברים לאשורם,
איך זעה נישט קיין תועלת זיך נעמען צו אייך כמו שכתוב...