☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קאטאָלאָגן

קאטאָלאָגן

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4555

שלום בערגער » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:33 am

· #143680
קאטאָלאָגן
צוזאָגן
און מאָנאָלאָגן
גיסן זיך
צונױף
אין קאטאלאָגן
פון דורכפאלן

איך געדענק
די מוזיק
פון
פארגאנגענע
עתיד־מאָטיװן

רגע איז
קונץ
פון פארגײ

לעבן איז
פארלאָפענע
פאָליפאָניע
פון
פארשטײ