☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דארף מען טאקע פאלגן רבנים (מן התורה)???

דארף מען טאקע פאלגן רבנים (מן התורה)???

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4551

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:02 pm

· #143572
דארף מען טאקע פאלגן רבנים (מן התורה)???
די מקור פון דעם איז און פרשת שופטים ״ובאת.. אשר יבחר ד׳ ... ואל השופט אשר יהי׳ בימים ההם ... לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל״ אין די גמ׳ אין סנהדרין (דף י''ד עמוד ב׳) זאגט אז אשר יבחר מיינט אין די לשכת הגזית אין די ביהמ״ק. די ירושלמי און הוריות פרק א׳ הלכה א׳ ״יכול אם יאמרו לך על ימין שהיא שמאל ועל שמאל שהוא ימין תשמע להם? ת״ל ללכת ימין ושמאל״ שיאמרו לך על ימין שהוא ימין ועל שמאל שהוא שמאל. ר׳ יהודא הלוי אין כוזרי מאמר ג׳ זאגט אז וויבאלד מ׳זעהט אז מ׳זאגט א ברכה אשר קדשנו נאר אויף מצוות וואס די רבנן האבן געמאכט אין ביהמ״ק איז א ראי׳ אז די חיוב גייט נאר אהן ווען די רבנן זיצט אין ביהמ״ק. און אזוי פסק׳נט אויך די רמב״ם און משנה תורה הלכות ממרים הלכה א׳ ״בי״ד הגדול שבירושלים הם עיקרי תורה שבע״פ ... ועליהם הבטיחה תורה שנאמר ... אשר יורך... און אין זיין הקדמה צו משנה תורה שרייבט ער קלאר אז ווען ס׳נישט דא קיינער אין לשכת הגזית (נאכן חורבן) איז נישטא קיין שום חיוב צו פאלגן די גאונים. און די רמב''ן זאגט אין ספר המצוות שורש ראשון אז ס׳גייט נאר אהן בשעת די סנהדרין הגדול זיצט און ביהמ״ק. אין דרשות הר״ן דרוש י״ב ברענגט ער אז הגם לא תסור גייט נאר אהן בזמן הסנהדרין און מיט סמיכה, וואלט געווען א מנהג טוב זיך צו פארלאזן אויף רוב רבנים מיט א אסמכתא פון אחרי רבים להטות. די רשב''א האלט נישט פונעם מנהג טוב און זאגט (מובא בבית יוסף, טור חושן משפט יג) אז עס גייט נאר אהן מיט א בי''ד און נישט יעדער גדול פאר זיך אדער אסאך גדולים צוזאמען אהן קיין בי''ד.


איך וויל נאר צוענדיגן מיט א ווארט פון ר׳ חיים וואלאזון׳ער אין רוח חיים אויפן משנה אין אבות, הוי מתאבק בעפר רגליהם וזל״ק ״אסור לתלמיד לקבל דברי רבו אם יש לו קושיות עליהם״



(אוודאי איז דא וואס האלטן אנדערש ווי למשל די ראב''ד מיטן חינוך אבער לויט רוב ראשונים גייט עס נישט אהן היינט)

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:11 pm

· #143581
big joe
ר׳ יהודא הלוי אין כוזרי מאמר ג׳ זאגט אז וויבאלד מ׳זעהט אז מ׳זאגט א ברכה אשר קדשנו נאר אויף מצוות וואס די רבנן האבן געמאכט אין ביהמ״ק איז א ראי׳ אז די חיוב גייט נאר אהן ווען די רבנן זיצט אין ביהמ״ק.

אלע דרבנן'ס האט מען געמאכט אין ביהמ"ק?
זיי מסביר פאר די קלערנע פון דיר. ייש"כ

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:31 pm

· #143593
אז וויבאלד מ'מאכט נישט א ברכה אשר קדשנו במצותיו פאר ארויס ווארפן א קאמפיוטער אפילו אלע רבנים הייסן, איז געדרינגען פון דעם אז די מצוה גייט נישט אהן היינט.
אויב יא וואלט געווען א חיוב צו מאכען א ברכה

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:35 pm

· #143600
שוין, כ'וועל מוזען איבערפרעגן.
זענען אלע ברכות נתקן געווארן בזמן שבית המקדש היה קיים ?

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:36 pm

· #143602
יא

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:38 pm

· #143605
חוץ ברכות פון רבי'ס דאס איז א נייע משוגעת
א אסמכתא פאר דעם איז יא דא, אל תהיה ברכת הדיוט..." ומי לנו יותר הדיוט ווי אינזערע רבי'ס

big joe » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:18 pm

· #143761
ממילא איז פשוט, אז נישט די זעלבע תורה הייסט אויך גיין בחירות אוך אויך האלט אז עס איז ע''ז

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:21 pm

· #143784
עס רעדט זיך נישט ממש פון ככל אשר יורוך, דאך איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט וואס איך האב געטראפען ליינענדיג דער ספר פון הרב שג"ר זצ"ל, 'לוחות ושברי לוחות'. אז איך טרעף דאס.


מאטי » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:50 pm

· #143801
דארף מען פאלגן די רבנים? הםםם.... איך גיי שוין פרעגן מיין רב...

למדן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:54 pm

· #143854
וואס איז מיר בכלל מחייב די פסק פון סיי וועם אלס פוסק הדור אז דו האסט זיין אונטערשריפט ביזטו געקאווערט?
שאלות פרעג אין אין עני בית הוראה, הלכות שבת וכדו' קוק איך אריין אין שו"ע תשובה ספרים אדער פרעג איך א ת"ח אדער א דיין.
די נארישקייט אז איין ת"ח ווי גרויס ער זאל נישט זיין זאל מחייב זיין כל העולם כולו קומט לכאורה פון די ליטוואקן מיט זייערע גדולים די שאלה איז נאר פון וואו זיי האבן עס גענומען