אסטראליע מאן געשאסן אין אקלעהאמע פאר שוואוילטאג
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4549
די מישט צונזאם א סאך זאכען:
די תורה, ווארענט אז מזאל נישט מחפה זיין אויף רציחה
יא
נישט נאר מיין זיידע האט אזוי געהאלטן, אנדערע ערליכע אידען האבען אויך אזוי געהאלטן
"האט די תורה געגעבען א רעכט פאר עני יוד/גוי צו אנקערען א שיף און אפריקע,און פשוט און פראסט אראפ'גנב'ן פון די גאסען ווער אלס עס קומט זיי אינטער די האנט,און זיי פארוואנדלען אלס קנעכט?"
עס האט נישט אויסגעפעלט ווייל זיי זענען סייווי געווען קנעכט, און יא די תורה האט געגעבען רעכט צו נעמען א שווארצע פאר א קנעכט אויב האט ער נאכנישט קיין בעל הבית
"און בכלל וואס איז פשט פון ארויסברענגען "ברבים",איינעמס קאלטבלוטיגע רציחה'שע אינסטינטקס,וואס די פוינט אויף וואס ער פייט אזוי מיט ציין און נעגל?"
איך האב שוין אפארמאל געשריבן, איך טו דאס נישט בארעכטיגן
"און יא,טאמער רופט זיך נישט קיינער אן צו פארדאמען,ווען איין פערד רעדט ווי א פערד/מאסען רוצח,
איז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו"
עס איז דא א וועג וויאזוי דאס צו זאגען אן ארויס ווייזען אזא ליבשפאט
סיי קאווע שטיבל און סיי איך פערזענליך בין שוין אדורעך ערגערע אטאקעס ,ב"ה גארנישט געשעהנט נישט און מען גייט ווייטער אן טוהן וואס מען דארף. וע"ז גאוותינו אז מען ווערט נישט צושוידערט יעדע מאל די היץ גייט ארויף אפאר גראד.
מאיר_וואלףגאלדעבד עבדים יהי לאחיו איז נישט קיין צווי ס'נישט פון די תרי"ג מצות, ס'שטייט אויך "והיית משוגע", אויך שטייט "ועבדתם אלוהים אחרים",
ווער האט דיר געזאגט אז עס איז נישט קיין צווי, עס איז נישט פון די תרי"ג מצות, ווייל עס איז נישט עפעס וואס א איד דארף צו טאן, אבער עס איז א קללה פון נח, און די פסוק זאגט דאס דריי מאל, אין אזוי איז געווען ביז לעצטענס,
בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו"
בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו"
בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו"
דו לעבסט אין א טעות, קודם כל זענען אלע שווארצע אייניקלעך פון חם אזוי ווי אלע רויטע זענען איינקלעך פון דוד המלך, וואס האט איינס מיטן צווייטן? און צווייטענס, די מושג אז שווארץ איז סינאנים מיט עבדות איז רעלאטיוו ניי, די גאנצע האנדל מיט שווארצע שקלאפן איז אפאר הונדערט יאר אלט, פארדעם זענען געווען עבדים פון אלע ראסעס, יעדע לאנד וואס מ'האט איינגענומען זענען אוטאמאטיש געווארן עבדים, אזוי אויך די אידן זענען געווארן עבדים פאר די רוימער נאכן חורבן בית שני, וואו גלאדיאטארן עבדים האבן זיך געהארגעט איינער מיטן צווייטן און מיט חיות טורפות פאר די שוואוילטאג פון די רוימער.
סאו אויב ביסטו אזוי פרא עבדות, וויסן זאלסטו אז דיין זיידע איז אויך געווען א עבד ביי אנדערע, וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים, איז פיר דיך אויף מענטשליך, און דיסקרימיניר נישט קעגן אנדערע בלויז פאר זייער ראסע, ווייל דאס האט געקאסט זעכציג מיליאן! נפשות, כולל זעקס מיליאן אידן, קנאפע צוויי דורות צוריק.
קודם פארוואס רעדסטו אין די נאמען פון די תורה:
"וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים"
דברים ה' ט"ו, "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויצאך ה' אלקיך משם ביד חזקה ובזרע נטויה על כן צוך ה' אלקיך לעשות את יוםהשבת.", רש"י "על מנת כן פדאך שתהי' לו עבד ותשמור מצותיו"
דברים ט"ו ט"ו, "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה' אלוקיך על כן אנוכי מצוך את הדבר הזה היום", רש"י, "והענקתי ושניתי לך מבזת מצרים ובזת הים, אף אתה הענק ושנה לו"
דברים ט"ז י"ב, ביי חג השבעות "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ושמרת ועשית את החוקים האלה." רש"י, על מנת כן פדיתיך שתשמור ותעשה את החוקים האלה"
דברים כ"ד י"ז י"ח, "לא תטה משפט גר יתום ולא תחבול בגד אלמנה" "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה' אלוקיך משם, על כן אנכי מצוך לעשות את הדבר הזה", רש"י, "ע"מ כן פדיתיך לשמור חוקותי, אפילו יש חסרון כיס בדבר"
דברים כ"ד כ"א כ"ב, כי תבצר כרמלא תעולל אחריך לגר ליתום ולאלמנה יהיה" "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים, על כן אנכי מצוך לעשות את הדבר הזה"
וועלכע פון די זאגען "פיר דיך אויף מענטשליך, און דיסקרימיניר נישט קעגן אנדערע בלויז פאר זייער ראסע"
די תורה זאגט דברים כ' ט"ז, "רק מערי העמים האלה אשר ה אלהיך נתן לך נחלה" "לא תחי' כל נשמה"
דברים כ"ה י"ט, "תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח"
דברים ו' י"ח י"ט "ועשית הישר והטוב בעיני ה' למען ייטב לך" "להדף את כל איביך מפניך כאשר דבר ה'"
אפשר זעהסטו פון דא אז די תורה לאזט נישט דיסקרימינירן
וואס איז דיין פוינט? וואס ווילסטו ארויסברענגען?
אז דער שווארצער איז באמת-מן התורה- דיינס אן אייגענטום, נאר לינקאלען האט עם ארויסגעכאפט פון דיינע הענט?
@מאיר וואלף, אט אזוי, שטעל דיך אויף איין זאץ וואס כ'האב געברענגט למליצה בעלמא, און האסט אפגעפרעגט מיין גאנצע תורה.
אבער אז דו ברענגסט שוין, וואס דען מיינט לא תטה משפט גר יתום ולא תחבול בגד אלמנה וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים, אויב נישט אז זאלסט געדענקען אז דו ביסט אמאל געווען אונטערדריקט, ממילא אונטערדרוק נישט קיין אנדערע?
אבער לאמיר נישט סטאק ווערן אויף איין פסוק וואס כ'האב געברענגט, און ענטפער אויף די אנדערע פוינטס וואס איך האב געמאכט.
קודם פארדריי נישט די תורה:
"אויב נישט אז זאלסט געדענקען אז דו ביסט אמאל געווען אונטערדריקט, ממילא אונטערדרוק נישט קיין אנדערע?"
"קיין אנדערע" ענדיגצו
כ'מיין ס'וואלט געוועזן א שטארקע געווינס פאר אידיש צייט, אויב קאווע שטיבל זאל האבן גרייט איין אנטי-ראסיסטיש תגובה'לע געשריבן בטוב טעם ודעת, אזוי אז מ'זאל דאס קענען קאפי פעיסטן יעדעס מאל (בערך איין מאל א וואך) א פרישער חסידישער אומוויסענד ראסיסט קומט אפיר מיט וואנזיניגע רעטאריק, און נאך אונטערן שלייער פון די אומשולדיגע תורה.
איך דענק שוין אפילו נישט וויפיל מאל מ'האט שוין דעבאטירט דעם שאנדפולן ענין, ניקס פון אלע סארטן האבן שוין געפריווט צו פארשטיין געבן די חברה פון א מענטשליכע, לאגישע, שכל'דיגע, תורה'דיגע, אידישע פערספעקטיוו בטוב טעם ודעת, ועדיין הוא מרקד בינינו. ס'ממש אשאד.
ס'ברויך אבער אנגעמערקט ווערן אז אט די קאפי-פעיסט תגובה ווען שטיין צום באניץ בלויז פאר די וועלעכע האבן נאך קיינמאל נישט זוכה געוועזן מסביר צו זיין. די יעניגע וועלעכע האבן שוין פראבירט ווייסן שוין אז ס'איז אשאד זיך צו טענה'ן מתחילה.
מאיר_וואלףקודם פארדריי נישט די תורה:
"אויב נישט אז זאלסט געדענקען אז דו ביסט אמאל געווען אונטערדריקט, ממילא אונטערדרוק נישט קיין אנדערע?"
"קיין אנדערע" ענדיגצו
אקעי, אפגעפרעגט, צוריק צו וואס כ'האב געזאגט.
געפילטע פישדו לעבסט אין א טעות, קודם כל זענען אלע שווארצע אייניקלעך פון חם אזוי ווי אלע רויטע זענען איינקלעך פון דוד המלך, וואס האט איינס מיטן צווייטן? און צווייטענס, די מושג אז שווארץ איז סינאנים מיט עבדות איז רעלאטיוו ניי, די גאנצע האנדל מיט שווארצע שקלאפן איז אפאר הונדערט יאר אלט, פארדעם זענען געווען עבדים פון אלע ראסעס, יעדע לאנד וואס מ'האט איינגענומען זענען אוטאמאטיש געווארן עבדים, אזוי אויך די אידן זענען געווארן עבדים פאר די רוימער נאכן חורבן בית שני, וואו גלאדיאטארן עבדים האבן זיך געהארגעט איינער מיטן צווייטן און מיט חיות טורפות פאר די שוואוילטאג פון די רוימער.
סאו אויב ביסטו אזוי פרא עבדות, וויסן זאלסטו אז דיין זיידע איז אויך געווען א עבד ביי אנדערע, איז פיר דיך אויף מענטשליך, און דיסקרימיניר נישט קעגן אנדערע בלויז פאר זייער ראסע, ווייל דאס האט געקאסט זעכציג מיליאן! נפשות, כולל זעקס מיליאן אידן, קנאפע צוויי דורות צוריק.
בעסער?
-----
יואב האקט, נאך איין טשענס אפשר?
פארוואס זאגסטו אז איך טו דיסקרימינירן, ווען די תורה זאגט דאס דריי מאל:
בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו"
בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו"
בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", רש"י "אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען"
אויף די וואס זענען יא אייניקלעך פון חם
מאיר_וואלףבראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", פארוואס זאגסטו אז איך טו דיסקרימינירן, ווען די תורה זאגט דאס דריי מאל:
בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו"
בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו"
בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", רש"י "אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען"
אויף די וואס זענען יא אייניקלעך פון חם
איך מיין איך וועל מוזן אננעמען יואב'ס עצה און זיך נישט איינטענה'ן מיט דיר, ווען דו ביסט גרייט צו דיסקאסירן ווי א נארמאלע מענטש און ענפערן אויף וואס מ'פרעגט דיר, שיק מיר א ביפ.
ווען דו וועסט באזירען דיינע רייד אויף די תורה, וועל איך דיר אי"ה שיקען א ביפ
לאמיר נאר איין מאל פרובירן:
אויב אויף א קללה פון נח וואס ווערט אראפגעברענגט אין די תורה שטעלט איר זיך אזוי שטארק, ס'ווערט ממש א ציווי, וואס איז מיט הקב"ה'ס קללות?
השי"ת האט פארשאלטן דעם מאן, בזיעת אפיך תאכל לחם. מאכט איר טאקע זיכער מקיים צו זיין די קללה מיט אלע הידורים, און חלילה נישט זיין ווי די יעניגע וואס מאכן זיך גרינגער דורך די פארשידענע אופנים אשר לא שערום אבותינו?
השי"ת האט פארשאלטן דעם פרוי צו האבן צער לידה, ווארענט איר טאקע דעם דאקטער ער זאל חלילה נישט געבן קיין בארואיגונגס מיטלען, וואס זענען מפקיע די מצוה בידים?
זיי (אויב רעדט מען בכלל פון די זעלבע ראסע, וואס איז בכלל נישט זיכער) זענען פארשאלטן געווארן, און די קללה האט טאקע געארבעט לענגאויס רוב פון די היסטאריע, פונקט ווי די אנדערע אויבנדערמאנטע קללות. אבער ס'איז א קללה אויף זיי, נישט קיין ציווי אויף אייך. אלעס האט א פונקטליכע חשבון, און ס'איז נישט אונזער עסק.
אויב ווילט איר פירן חשבונו של עולם, און טענה'ן אז די קללות ביי יענעם דארפן מקויים ווערן, מאכט קודם דער חשבון ביי זיך און פירט אויס די קללות אויף אייך אהן די קולות פון די קלים, דערנאך קומט צוריק (אויב וועט איר נאך האבן צייט).
מאיר_וואלףאויך איז עקעלדיגק צו זעהן ווי א איד האט אזא געפיל צו א גוי, צי עס איז א ווייסע צי עס איז א שווארע
איינער וואס פארשטייט נישט צו קיין נגינה זעען אים אלע ניגונים אויס די זעלבע. ווייזט אויס אז ביי איינעם וואס לאגיק און געפיל זענען נאך קיינמאל נישט באנוצט געווארן זעען די צוויי אויס די זעלבע.
ווער עס טרעפט א ברעקעלע געפיל אין מיין פריערדיגע הודעה באקומט פון מיר א לייק.
כ'בין בכלל נישט אריין אין די נושא צו מיר דארפן האבן געפיל צו זיי, און צו לויט די תורה דארפן זיי זיין פארקנעכטעט, און ראסיזם בכלל. כ'וואלט די זעלבע זאך געשריבן איבער שלענג. אויב וואלט איינער ארומגעגאנגען הרג'ענען אלע שלענג, ווען זיי זענען נישט קיין סכנה פאר די מענטשהייט, בלויז מקיים צו זיין די קללה פון הוא ישופך ראש, וואלט איך אים אויך געפרעגט צו זיינע קללות זענען שוין געדעקט.
און זייט מיר נישט חושד אז איך האב א געפיל צו שלענג, כ'וואלט צובראכן דעם נחש הנחושת ווען חזקיהו וואלט מיר נישט אויסגעכאפט.
כ'זעה שוין, די חברים זענען קלוגער פון מיר, טאקע א שאד צו טענה'ן.
אנשלדיג פאר זיך נישט מסבר זיי
איך האב דאס ציטירט, צי ווייזען אז דאס איז געווען מיין ערשטע תגובה אויף די נושא, במיילא בין איך בכלל נישט מחולק מיט דיר
אויך האב איך געשריבן:
אינטערסאנט, מיין זיידע ע"ה, געווען גאר אן איידעלע איד, פלעגט צו זאגען אז די צוויי אמערקאנע פראזידענטען וואס מען האט געשאסען צום טויט, איז געווען צו ליב וואס זיי האבען באפרייט די שווארצע פון זיין קנעכט, און עובר געווען אויף די קללה פון נח "עבד עבדים יהי' לאחיו"
moti107גאלדיאירmoti107לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?
מיסטער גאלד דיר האט אויך גאט נישט געזאגט פרעזענליך אז טאמער א ישראל וויל צוגיין צו כהן אדער דוכנן אז זאלסט דיסקרימאניטירן בעיסט אויף זיין דזענעטיגס און נישט לאזן ,אבער די גלייבסט אז דאס וויל גאט און אזוי איז רעכט צו טוהן.
יאירלס קשיא איז געווען אויף א ספאנישער פויער וואס גלייבט מיט אן אמת אז דאס וויל גאט וואס קען מען האבן טענות אויף אים פארן גיסן בליט סנישט מעלה ומוריד צו גאט האט טאקע גזאגט...
עיין לעיל תשובתי ליאיר
<a class="postlink" href="/topic/3091">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... &start=100</a>
מאיר_וואלףאנשלדיג פאר זיך נישט מסבר זיי
אויך האב איך געשריבן:
אינטערסאנט, מיין זיידע ע"ה, געווען גאר אן איידעלע איד, פלעגט צו זאגען אז די צוויי אמערקאנע פראזידענטען וואס מען האט געשאסען צום טויט, איז געווען צו ליב וואס זיי האבען באפרייט די שווארצע פון זיין קנעכט, און עובר געווען אויף די קללה פון נח "עבד עבדים יהי' לאחיו"
איך צווייפל נישט אין דעם אז דיין זיידע איז געווען א חשוב'ער, הייליג'ער, קלוג'ער, וכו' וכו' איד, אקוראט ווי דער בדחן האט קלאר ארויסגעברענגט ביי די לעצטע משפחה חתונה. אבער טראכט, אפשר דאך, אין איין-איינציגען פאל האט ער זיך ארומגעפירט מיט א צוריקגעשטאנענעם, פינסטערן, אמונה-טפילה'דיגן געדאנק...
נו, זיכער זענען מיר היינט אסאך קליגער פון אינזערע זיידעס
איך האב שוין לאנג נישט געשריבן א תגובה, אבער אין דעם פאל האב איך נישט קיין ברירה. איך וועל נישט ענטפערן דיינע תורות, צוליב די בולשיט דערין. דו שרייבסט אז ס'איז אן inherent condition אז די שווארצע זענען אויף א נידריגערע מדרגה סתם צוליב זייער הויט קאליר. יעדע וואך זע איך א שווארצע מאן מיט בארד און פאות מיט זיין חשובע בר מצווה בחור'ל אין שול, ממש עס קען ברענגען טרערן אין די אויגן צו זעהן די צוויי ערליכע גרים דאווענען צום רבונו של עולם און וויסן אז מענטשן ווי דו האבן אזא עקלדיגע מהלך המחשבה אויף זיי. ווילסט טראכטן אזוי, קיפ איט טו יורסעלף. שעים אן יו!
"סתם צוליב זייער הויט קאליר"
ניין צוליב די זינט וואס חם האט געטון
די אמת איז דער תורה פארדאמט נישט קיין עבדות בדרך כלל, דער תורה איז ראסיסטיש.
ווען דער גאנצער וועלט איז ראסיסט, מוז מען פאר סערווייוועל אויך זיין א ראססיסט.
מאיר_וואלףנו, זיכער זענען מיר היינט אסאך קליגער פון אינזערע זיידעס
אפשר נישט?
לאמיר גיין איינס ביי איינס:
לויט די תורה איז האבען קנעכט זייער א אויסגעהאלטענע זאך, (באלד וועלן מיר אויסשמועסן וועמען מען מעג האבען).
מיר געפונען אין די תורה הלכות פון שן ורגל, פון וועלעכע פעלקער מען מעג האבען א קנעכט וכו', אין שו"ע געפונען מיר הלכות פון מה שקנה עבד קנה רבו, חזקה, און צו א קנעכט האט א דין פון קרקע וכו', אויך געפונען מיר אין רש"י און אין רמב"ן פרשת נח, אז אפילו ווען אידען זענען אין גלות וועט מען זיי אויך פארקויפען קנעכט, וז"ל: "אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען", אויך זעהן מיר אין די תורה אז אברהם אבינו האט געהאט קנעכט, בראשית י"ב ט"ז, "לאברם היטיב בעבורה ויהי לו צאן ובקר וחמרים ועבדים ושפחת ואתנת וגמלים", אויך געפונען מיר ער האט געהאט א קנעכט אליעזר עבד אברהם.
מיט וועם איז מען זיך בארעכטיגט צו בייניצען אלץ קנעכט:
מר. פיש זאגט "די מושג אז שווארץ איז סינאנים מיט עבדות איז רעלאטיוו ניי, די גאנצע האנדל מיט שווארצע שקלאפן איז אפאר הונדערט יאר אלט," אבער ער ברענעקט נישט קיין שום באווייז צו זיינע ווערטער, יא, מיר געפונען אין די תורה אז נישט נאר די אייניקלאך פון חם זענען געווען קנעכט, מיר געפונען אז די ברידערס האבען פארקויפט יוסף הצדיק פאר א קנעכט, די אידען זענען געווען קנעכט אין מצרים, אויך געפונען מיר (ויקרא כ"ה מ"ד מ"ה), "ועבדך ואמתך אשר יהיו לך מאת הגויים אשר סביבותיכם מהם תקנו עבד ואמה", "וגם מבני התושבים הגרים עמכם מהם תקנו".
אבער וואספארע זאכען זענען ספציעל געמאכט פאר קנעכטשוואט:
רש"י זאגט בראשית ט' כ"ה, "ארור כנען. אתה גרמת לי שלא אוליד בן רביעי אחר לשמשני, ארור בנך רביעי להיות משמש את זרעם של אלו הגדולים, שהוטל עליהם טורח עבודתי מעתה".
דעת זקנים מבעלי התוספות שם, "אמרו חז"ל עד שהיה נח בתיבה נתן בלבו ואמר מי יתן יהיו לבני עבדים שיהיו הם יושבים ועבדים משמשין לפניהם, ואמר כשאצא מכאן מה שאני מוליד אעשה אותן עבדים להם, הלך כנען וסרסו, אמר נח בנך הרביעי יהי' עבד לאחיו."
רמב"ן שם, "והנכון בעיני כי מתחלה קלל אותו שיהי' עבד עבדים לכל העולם והיה כל מוצאו יעבוד בו"
זעהן מיר דא זייר קלאר אז די אייניקלאך פון חם זענען דיזיינט ספציעל פאר קנעכט, (אפשר מר. פיש קריגט זיך מיט זיי, און במיילא ווערט עס א מחלוקת הפוסקים)
אברהם אבינו'ס קנעכט אליעזר עבד אברהם איז אויך געווען אן אייניקל פון חם, ער איז געווען דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים (רש"י בראשית ט"ו ב', יומא כ"ה:), אברהם אבינו האט אים קעשיקט ברענגען א ווייב פאר יצחק אבינו, אליעזר האט געהאט א טכטער פשטות זייער א געראטענע, זי איז לכאורה אויפגעוואקסען ביי אברהם אבינו אין שטוב, אליעזר האט זייר שטארק געוואלט אברהם אבינו זאל זיך מיט אים משדיך זיין (רש"י בראשית כ"ד ל"ט), אבער אברהם אבינו האט אים געזאגט בני ברוך ואתה ארור ואין ארור מדבק בברוך, וז"ל רש"י שם, "אולי לא תלך האשה. אלי כתיב בת היתה לו לאליעזר והיה מחזר למצוא עילה שיאמר לו אברהם לפנות אליו להשיאו בתו אמר לו אברהם בני ברוך ואתה ארור ואין ארור מדבק בברוך"
אויך געפונען מיר אין די תורה חלוקים צו ווישען א אידישע קנעכט און להבדיל א גויאישע קנעכט:
ויקרא כ"ה ל"ט, "וכי ימוך אחיך עמך ונמכר לך לא תעבד בו עבדת עבד", רש"י "עבודה של גנאי שיהא ניכר בה כעבד שלא יוליך כליו אחריו לבית המרחץ ולא ינעול לו מנעליו"
ויקרא כ"ה מ"ג, "לא תרדה בו בפרך", רש"י מלאכה שלא לצורך כדי לענותו. אל תאמר החם לי את הכוס הזה. והוא אינו צריך עדור תחת הגפן עד שאבוא"
ויקרא כ"ה מ"ד, "ועבדך ואמתך אשר יהיו לך מאת הגויים אשר סביבותיכם מהם תקנו עבד ואמה", רש"י "ועבדך ואמתך אשר יהיו לך. א"ת א"כ במה אשתמש וכו', מאת הגויים. הם יהיו לך לעבדים"
אבן עזרא שם מ"ו "וטעם ובאחיכם בני ישראל. שתעשה הפרש בין אחיך ובין הנכרי."
---
דברים כ' י"ח, "למען אשר לא ילמדו אתכם לעשות ככל תועבתם אשר עשו לאלהיהם וחטאתם", רש"י "הא אם עשו תשובה והתגיירו אתה רשאי לקבלם"
ווער זאגט אז דער שווארצער וועמען דו ווילסט אראפכאפען פון גאס,איז אן אייניקעל פון כנען?און ווער זאגט אז דו ביסט אן אייניקעל פון אברהם אבינו?
דאס מאכט דאס שוין פאר א ספק ספיקא...
ווער זאגט דיר אז איך וויל איינעם אראפכאפען פון גאס
און אויב דו ביסט מסופק צי דו ביסט אן אייניקעל פון אברהם אבינו, ווארוואס ווארפסט דו דאס אויף אנדרע
און אויב איז עס א ספק ספיקא, איז עס דאך מותר
מיר ערווארטען פון ר' יואב נ"י א הסבר ווארוואס ער נעמט נישט אן אינזער רייד
די פסוק זאגט דברים כ"ג ח', "לא תתעב אדומי כי אחיך הוא לא תתעב מצרי כי גר היית בארצו", רש"י זאגט אויף "לא תתעב אדומי" לגמרי, אויף "לא תתעב מצרי" זאגט רש"י מכל וכל, כאטש ער האט אריין געווארפן די ינגלאך אין טייך, מה טעם שהיו לכם אכסניא בשעת הדחק