☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » שלמה מימון

שלמה מימון

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4547

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:58 pm

· #143452
שלמה מימון
בס"ד

שלמה מימון (געבוירן 1753 – 22 נובמבר 1800 ) איז געווען א אידישער פליזאף, געהערט צו די השכלה באוועגו­נג­­­­, און איז אויך גאר באקאנט געווען צווישן די אלגעמיינע גויאישע פיליזאפן אין יענע צייט, בעיקר אדאנק זיינע דערגרייכונגען אין פיליזאפיע אינעם תחום פון עפיסטאמאלידזשי.

שלמה בן יהושע (ער האט שפעטער געטוישט זיין נאמען מכח שעצע צום רמב"ם) איז געבוירן געווארן ערגעץ צווישן 1751 און 1754( ס'איז נישט קלאר) אין דער שטאט סאקאוויבארג נעבן מיר, (היינט בעלארוס) און האט באקומען א טראדיציאנאלע ערליכע חינוך. אלס קינד האט ער זיך ארויסגעוויזן פאר א עילו אין לימוד התורה, און צוערשט האט ער געלערנט תורה ביי זיין טאטן, און שפעטער ביי די תלמידי חכמים אין מיר.

זיינע עלטערן האבן זיך געמיטשעט מיט פרנסה, און אים דעריבער א חתן געמאכט צו צוויי באזונדערע מיידלעך מיט'ן ציהל צוקענען מסדר זיין ביידע נדנ'ס... און ביי 11 יאר האבן אים שוין זיינע עלטערן פארהייראט מיט איינע פון די מיידלעך,(פון שטאט נעסיוויזש) וועמען ער האט הערשט נאר געזען ביי די חופה. און ביי די 14 יאר האט ער שוין א קינד געהאט, און איז געווארן א מלמד. זיין שלום בית, און באציהאונגען מיט זיין שווער און שוויגער זענען געווען שלעכטע, און די לעצטע האבן נישט איינגעהאלטן די קעסט וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען כלפי דעם פארל.

נאכדעם וואס עס האט זיך צו אים דערקייקלט צו דער האנט דער מורה נבוכים פון רמב"ם האט ער אנגעהויבן עוסק זיין אין חקירה/פיליזאפיע אין די נעכט, טראץ די אומצופרידנקייט פון זיין משפחה. שפעטער האט ער אנגעפאנגען זיך פארטיפן אין די לעהרעס פון שפינוזה און עמאנועל קאנט. און אזוי האט ער זיך אליין דערלערנט די דייטשע שפראך, דורכן לייענען ביכער, און גיין די גאנצע וועג ביז סלוצק אוואו ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט א רב וואס האט געלערנט אין דויטש, און אים פארבארגט ביכער אין פיזיקס, זעה קראפט, און מעדעצין. נאכ'ן ווערן אנשטלאסן פארצוזעצן ווייטער שטודירן, האט ער איבערגעלאזט זיין פאמיליע ביי די עלטער פון 22 יאר.

באקומענדיג א אינטערעסע אין קבלה האט מימון געוויילט א באדייטנדע צייט אין הויז פון מגיד מ'מעזריטש פון די גודלי עולם החסידות, אבער זייענדיק אנטוישט פון אים איז ער אוועק פון דארט. מימון אין זיינע כתבים לאכט אפ פון די מגיד'ס חסידים פאר זייער ענטוזיאזם אין זייער רעבין, און באשולדיגט דעם מגיד אין מאנופולירן זיינע נאכפאלגער. דאך שרייבט ער זענען זיינע געדאנקען און אידעאלן איבער מאראל און רעליגיע מער שכל'דיגער ווי דאס וואס מ'האט אים געלערנט אין חדר.

מכח זיין גרויס אהבה צו תורת הרמב"ם האט ער זיך אנגעהויבן רופן מיטן צינאמען "מימון".

מימון איז אריבער וואוינען קיין פויזן ביי הרב צבי הירש דער רב הקהילה וועמען מען האט גערופן "איש האלוהים". הרב הירש האט ערלעדיגט פאר אים א פאסטן אלס מלמד, אבער טראץ די שוץ וועלכע ער האט געפונען אין פויזן, האבן מימון'ס דעות נישט געשמעקט פאר זיינע קהילה לייט, בפרט די חסידים צווישן זיי, און ער איז דערווייטערט געווארן פון די אידישע קהילה אלס "כופר".

אין יאר 1779 זייענדיק 25 יאר אלט איז מימון פארטריבן געווארן קיין בערלין, דארט האט אים דער אבי ההשכלה משה מנדלסון מקרב געווען, און רעקאמענדירט די רייכע קהילה אידן זיי זאלן זארגן פאר זיינע געברויכן. דריי יאר האט מימון געלערנט אין בערלין אפטייקעריי, אבער ער איז נישט אנגעקומען עס צונוצן פאר א פראקטישע פראפעסיע. זיין לעבן שטייגער וואס איז באצייכנט געווארן א "הפקר'דיגע" איז געווען צופיהל פאר מענדלסאן און ער האט בעפארצוגט אים אוועק צושיקן צו זיינע פריינט קיין אמסטערדאם. ווי אויך האט מימון נישט פולשטענדיג אריינגעפאסט אין די דייטשער געזעלשאפט צוליב זיין ארימקייט און שוואכערע באהאוונטקייט אינעם שפראך.

אבער אויך פון אמסטערדאם איז מימון פארטריבן געווארן צוליב זיינע כפירה'שע דעות וואס ער האט געלאזט הערן ברבים, און האט אפילו גורם געווען מענטשן זאלן אים באווארפן מיט שטיינער. זוימענדיג זיך אין אמסטערדאם איז ער אריינגעפאלן אין מרה שחורה און פרובירט זיך נעמען דאס לעבן, אבער ער האט חרטה געהאט.

לויט ווי ער שרייבט אין זיין אייגענע אויטאביאגראפיע "חיי שלמה" האט ער נאך וואס ער איז אריבער קיין האמבורג זיך געוואנדן צו א גלח זאל אים אפשמד'ן. אבער ווען דער כומר האט אים געפרעגט אויב ער וויל אויף אן אמת זיך טויפן, האט ער מודה געווען אז לדעתו איז אידישקייט מער שכל'דיג ווי נוצרות, אבער נוצרות העלפט בעסער פאר פאר מאראלישע פראקטיק. דער גלח האט זיך אנטזאגט פון אים שמד'ן, און ער איז פארבליבן א איד.

שוין א תקופה פארדעם האט מימון אנגעהויבן טוהן אין חקירה און פיליזאפיע, און אפילו געשריבן מאמרים און ביכער אויף ברוך שפינוזה. ספעציעל איז ער באקאנט געווארן, נאכדעם וואס ער האט געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען "ארטיקל אויף טראנסעדענטעלישע פילאסאפיע" איבער דעם דייטשן פיליזאף עמאנועל קאנט וואס האט אים שטארק אינספירירט. דער חיבור האט מימון אליין איבערגעגעבן פאר קאנט, וואס האט אים אנהויב אפגעשטופט, אבער נאכוואס ער האט איינגעשטימט צו מעיין זיין אינעם ספר, האט ער אנטדעקט דעם עמקות דערין. קאנט אליין אבער האט אפגעווארפן מיימון'ס דינגערייען אויף זיינע תורות, אבער האט אויסגעלויבט זיין חריפות, און געזאגט אויף אים "פון צווישן אלע וואס קריגן אויף מיר, איז נישטא קיינער וואס לערנט מיר אזוי גוט אפ ווי אים".



מימון האט אויך פובליצירט א פירוש אויף די מורה נבוכים אין 1790. ווי אויך האט ער געשריבן פאעטן, פארשטעלונגען און ערציילונגען.

אין יאר 1790 האט אים אריינגענומען צו זיך אין גיט, דער דייטשער אדלמאן, הער קאלקרויט – אינעם שטאט נידער-זיגעסדארף וואס איז שלעזיע אין דייטשלאנד, דארט האט ער געוואוינט ביז זיין טויט אינעם 22 נאוועמבער 1800, 48 יאר אלט, ווען ער איז געשטארבן פון אנזעהעוודיגע אלקאהאליזם. זיין קערפער איז געברענגט געווארן קיין גלגאו.

און מען פארציילט אז די קינדער פון די אידישע קהילה זענען נאכגעלאפן נאך זיין ארון און באווארפן מיט שטיינער. מיימון איז באגראבן געווארן חוץ לגדר, אזוי ווי מען האט זיך געפירט יענע תקופה צו טאן מיט מענטשן וואס האבן זיך פראקלאמירט אלץ כופרים.


המשך יבוא איבער זיינע שיטות.

מאטי » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:14 pm

· #143456
דאכט זיך מיר ס'דא אן אידישער בוך פון זיין גאנצער לעבן ביאגראפי.

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:52 pm

· #143560
כ'האב געליינט אמאל זיין באשרייבונג ווי ער באשרייבט זיינע וואגעלנישן און ביטערן לעבן. איך מיין עפעס האט איהם זיכער געפעלט אין קאפ. ער קומט אנטקעגן ווי די עיליום וואס זענען גוט משוגע דיסקאנעקטעט פון ריאלעטעט. ווי ער שרייבט אליין האט מען איהם פון איבעראל פארטריבן די מאמינים און משכילים צוגלייך. ער שרייבט אזוי קאלטבלוטיק איבער די אומגליקליכע פרוי און קינדער וואס ער האט איבערגעלאזט אין פוילן. ער האט נישט געוואלט געבן קיין גט סתם צו פייניגן. קיין ליבע האט ער נישט געפונען און געווען א שמוציקער ארחי פרחי אסאך מאל. בקיצור א צודרייטער מיט א ריזן קאפ. אפשר היינט וואלט א דיאגנאזע מיט פילן איהם געשטעלט אין פלאץ.

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:59 pm

· #143568
וויאזוי רעדסטו?.
עס איז שטוינענד צוזען ווי די אידן האבן מקריב געווען זייער לעבן פאר זייערע אידעאלן און ציהלן.
און גערודפט געווארן איבעראל, זיך ארומגעוואגלט, געלעבט אין ארימקייט, און געקעמפט פארוואס זיי האבן געהאלטן פאר ריכטיג. און דו געסט זיי אזא מאך אוועק מיט די האנט.
ער וואלט לייכט געקענט בלייבן זיצן באהאלטן, און שאפן סטאטוס צווישן די היימישע מיט זייערע טאלאנטן.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:07 pm

· #143577
טאמבל סאס
וויאזוי רעדסטו?.
עס איז שטוינענד צוזען ווי די אידן האבן מקריב געווען זייער לעבן פאר זייערע אידעאלן און ציהלן.
און גערודפט געווארן איבעראל, זיך ארומגעוואגלט, געלעבט אין ארימקייט, און געקעמפט פארוואס זיי האבן געהאלטן פאר ריכטיג. און דו געסט זיי אזא מאך אוועק מיט די האנט.
ער וואלט לייכט געקענט בלייבן זיצן באהאלטן, און שאפן סטאטוס צווישן די היימישע מיט זייערע טאלאנטן.

וואס האט דאס מיט אידן?
יעדע גלויבען, אידאלוגיע, האב געהאט משוגעים וואס זענען געגאנגען עד הסוף.
איך האב נישט געקענט דעם מימון, אבער מהיכי תיתי אז ער איז נישט געווען קיין משוגענער? ווייל ער האט געקענט פילוסופיה?

יידל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:32 pm

· #143594
ער איז זיכער געווען א משוגענער עילוי. זיין אויטאביאגראפיע איז אן אוצר פאר איינער וואס וויל באקומען א שטיקל בליק אויף די אידנטום אין פוילן און גאליציע אין יענע צייטן. ער באשרייבט אויך א באזוך בבית מדרשו של המגיד מ'מעזריטש.

יידל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:34 pm

· #143599
דא איז א לינק צו חיי שלמה מימון איבערגעזעצט אויף ענגליש. גאר שטארק רעקאמאנדירט: <a class="postlink" href="http://books.google.com/books?id=UEYHAQAAIAAJ&dq=solomon%20maimon&pg=PP1#v=onepage&q&f=false">http://books.google.com/books?id=UEYHAQ ... &q&f=false</a>

הוגה » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:51 am

· #143684
עס אינטערעסאנט צו באמערקן ווי די דעמאלטס'דיגע OTD'ס, פונקט ווי היינט, האבן זיך אסאך באנומען מיט שרייבעריי. וואס איז טאקע די קשר?

אולי וואלט איינער געקענט באשטיין איבער צו שרייבן לכה"פ וואס ער פארציילט איבער זיין צייט ביים מגיד?

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:53 am

· #143685
יידל
ער איז זיכער געווען א משוגענער עילוי. זיין אויטאביאגראפיע איז אן ער באשרייבט אויך א באזוך בבית מדרשו של המגיד מ'מעזריטש.

דארט שרייבט אז מהאט אנגהאקט די ביינער פאר דעם אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען מיט א מזל טוב ער האט געבוירען א מיידל.

שליח » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:52 am

· #143695
דא קענט איר עס ליינען אנליין אדער דאונלאודען אין פארשידענע פארמאטן. גאנץ אינטערעסאנט ווי ער לייגט אראפ חסידות מיט זיין פארקרומטן בליק.
ס'איז קלאר אז היינט וואלט אים באצייכנט מיט עפעס א three letter name, און זיין מסירת נפש פאר זיינע אידעאלן מאכט אים נישט נארמאל. פארקערט, א משוגענער קען גרינגער מוסר זיין זיין אומסטאבילע נפש.

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:15 am

· #143697
משוגע ארויף משוגע אראפ, איז ער געווען א פילאסאף וואס פארמעסט זיך מיט גדולי הפילאסאפער של זמנו, און וואס איז נאך רעלעווענט היינט פאר ווער עס אינטרעסירט זיך אין די נעו-קאנטיאנער פילאסאפיע. און אין א געוויסער זין אויך אין די קאנטעקסט פון יידישע פילאסאפיע. די טראגעדיע פון זיין פרעזענליכע לעבן איז א טראגעדיע פון אזא מין עילוי ווי עם אין אזא סארט סאסייעטי ווי ער איז אריינגעפאלען. עס איז נישט קיין גרויסע חכמה צוצוטיילען אותיות פאר יעדער איינער וואס האט אמאל געלעבט, באופן פון מזלזל זיין און דן זיין דער מענטש אזוי. אז מ'זאל אנהייבען טיילען אותיות פאר פריערדיגע דורות, און אפילו פאר היינטיגע אנגענומענע פאר גרויסע מענטשען וואס ליידען אויף פארשידענע ראשי תיבות, אין אנו מספיקים.

שליח » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:09 am

· #143709
פאר זיין פילאזאפיע איז טאקע נישט נוגע זיין גייסטישע צושטאנד, וואס ער איז גערעכט איז ער גערעכט און וואס נישט נישט, סיי וויאזוי. אבער ווען מ'מאלט אים אראפ איז עס גארנישט ווייניגער אינטערעסאנט ווי אז ער איז געבוירן אין סאקאוויבארג. קיינער פרובירט נישט צו ווייזן קיין חכמות.
און ס'קען זיין נוגע אויך, ווען מ'ליינט זיין בליק אויף פארשידענע זאכן איז כדי צו געדענקען אז דאס האט געשריבן איינער וואס איז געווען נישט אינגאנצן מיט אלעמען, און מ'דארף נעמען זיינע ווערטער מיט א כורא דמלחא.
(און הגם טאקע אין אנו מספיקים צוצוטיילן אותיות פאר אלע גרויסע מענטשן, זענען אבער דא דרגות אין דעם, איינס ערגער ווי די צווייטע).

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:00 am

· #143716
עס איז נישט נוגע, ער שרייבט זאכען לויט זיין בליק אזויווי יעדער בשר ודם וואס שרייבט זיינע זכרונות וכו' לויט זיין בליק, און כמעט יעדער תקופה קען מען זעהן ווי פארשידענע מענטשען קענען שרייבען וועגן די זעלבע זאך ולא קרב זה אל זה נישט ווייל איינער זאגט ליגנט סתם יעדער קוק אן א זאך אנדערש. ער איז לכאורה זיכער נישט געווען משוגע אויף אן אופן אז ער זאל האבען גע'דמיונ'ט זאכען וואס זענען נישט געווען. (הגם יש טוענים ער זאגט ליגנט אדער איז מגזים בכוונה לויט זיינע אינטערעסן, האט דאס נישט צוטוהן מיט זיין משוגע). מיט א מעסטל זאלץ דארף מען נעמען יעדער זאך וואס יעדער איינער שרייבט יעדער האט אינטערעסן. (למשל עס איז זיכער אז תיאורים פון חסידים אויף די מגיד וכדו' ליידען אויף זייערע בייעסעס פונקט ווי מימון'ס תיאור ליידט אויף זיינע).

סתם אלץ אינטרעסאנטקייט פון זיינע תולדות חיים איז עס אוודאי אינטרעסאנט, נאר עס זעהט אויס אז מען האט דאס דא געמאכט דער עיקר שמועס כאילו אויף דעם איז תלוי דער מענטש, ולא הוא.

יאיר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:34 am

· #143735
נולד מאוחר
יידל
ער איז זיכער געווען א משוגענער עילוי. זיין אויטאביאגראפיע איז אן ער באשרייבט אויך א באזוך בבית מדרשו של המגיד מ'מעזריטש.

דארט שרייבט אז מהאט אנגהאקט די ביינער פאר דעם אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען מיט א מזל טוב ער האט געבוירען א מיידל.

אן אינטערעסאנטער מאמר פון דוד אסף איבער דעם אנעקדאט.
לעיקוואד
משוגע ארויף משוגע אראפ, איז ער געווען א פילאסאף וואס פארמעסט זיך מיט גדולי הפילאסאפער של זמנו, און וואס איז נאך רעלעווענט היינט פאר ווער עס אינטרעסירט זיך אין די נעו-קאנטיאנער פילאסאפיע. און אין א געוויסער זין אויך אין די קאנטעקסט פון יידישע פילאסאפיע. די טראגעדיע פון זיין פרעזענליכע לעבן איז א טראגעדיע פון אזא מין עילוי ווי עם אין אזא סארט סאסייעטי ווי ער איז אריינגעפאלען. עס איז נישט קיין גרויסע חכמה צוצוטיילען אותיות פאר יעדער איינער וואס האט אמאל געלעבט, באופן פון מזלזל זיין און דן זיין דער מענטש אזוי. אז מ'זאל אנהייבען טיילען אותיות פאר פריערדיגע דורות, און אפילו פאר היינטיגע אנגענומענע פאר גרויסע מענטשען וואס ליידען אויף פארשידענע ראשי תיבות, אין אנו מספיקים.

שווער צו זאגן אזוי. מימון האט געהאט לכאורה ערנסטע דיסארדערס, און עס זענען געווען גענוג עילוים וואס זענען "אריינגעפאלן" ביי אונזער סאסייעטי און ביי קיינעם האט מען דאס נישט געזען. אויסער דעם, זיינע משוגעת'ן זענען נישט בלויז געווען פערזענליכע פראבלעמען, א שטייגער ווי ניטשע וועלכער האט געליטן אויף די נערוון, נאר ער האט אויך געפייניגט אנדערע מענטשן צוליב די משוגעת'ן, און בכלל זיין גאנצע התנהגות איז אין גרויס חלק דאס צו פארדאנקען. אויב וויל מען שטאלצירן מיט משכילים זענען דא בעסערע קאנדידאטן. נישט בלויז פון א אידישן שטאנדפונקט, נאר אויך פון א הומאניסטישער.

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:03 am

· #143737
(איך האב נישט געמיינט 'אונזער' סאסייעטי. ווי אויך זיך איך נישט צו 'שטאלצירען' מיט קיינער. משוגעת מיט פייניגען איז צוויי זאכען, די טענה אז ער האט זיך נישט געפירט מענטשליך האט גארנישט מיט משוגעת איינגעלייגט, פארקערט, אויב איז ער געווען משוגע קען מען דאך נישט האבען קיין עטישע טענות אויף עם).

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 10:26 am

· #147679
איך וויל פארשטיין דאס וואס דער מימון האט געזאגט פארן גלח אז נוצרות איז בעסער פארן ״מאראלישען פראקטיק״ וואס מיינען די ווערטער?

ממרום שלח אש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:55 pm

· #149007
א דאנק אהובנו @טאמבל סאס פאר די באלערענדע ארטיקל, איך האב שוין געהערט די נאמען דא און דארט, אבער גארנישט מער, איך ווארט אויף די צוגעזאגטע ארטיקל איבער זיינע שיטות, דאס איז דאך דער עיקר, נישט אזוי?

א דאנק @יאיר פאר די לינק צום מאמר פון דוד אסף, אינטערעסאנט, אבער צופיל מאריך און נישט גענוג שטארק, כדרכו.

א דאנק @שליח'ס לינק צו די גוטענבערג אי בוק (@יידל א דאנק אויך פאר דיין לינק, עס איז גוט פאר א בליק, אבער עס ליינט זיך נישט בעטעמט בהעלם אחת, ווייל עס איז געסקענטע דפים). האב איך עס שוין דאונלאדעד צו מיין פאון, און איך האלט שוין אינמיטן ליינען זיין ביאגראפיע.

סתם א נקודה, נאכן ליינען די ערשטע פאר בלעטער פון זיין אוטאביאגראפיע.

אסף און אנדערע באטאנען שוין לגבי דעם מגיד, אז עס קען זיין ער איז נישט באגלייבט אויף יעדן ווארט, און געוויסע פרטים קוקן אויס איבערגעטריבן, וואלט איך געוואלט צולייגן אז ווי עס ווייזט אויס האט ער נישט מקפיד געווען אויף פרטים בכלל, אין ג'ענעראל, און איבערגעטריבן ווי עס עס האט זיך נאר געלאזט.

ער לייגט אראפ ווי זיין זיידע האט נישט געהאלטן ביים פארעכטן דעם בריק וואס איז געלאפן אין זיין גיט, יעדעס מאל וואס א שררה איז דורכגעפארן און אריינגעפאלן אין זומפ, פלעגט מען געבן ביטערע שלעק פאר די גאנצע משפחה, ביז מען האט געשטעלט א שומר וואס ווען ער פלעגט זען אז א פריץ איז אריינגעפאלן, איז ער שנעל געקומען ווארענען אז מען זאל אנטלויפן. אז מען איז אנטלאפן האבן דערווייל די פויערן זיך אריינגעכאט און גערויבט ביר און קארן און פאריאגט די עופות.

לדבריו האט די מצב אנגעהאלטן פאר דורות ("גענעראציעס" אין מקור), זיין זיידע האט געכאפט, זיין טאטע האט געכאפט אלץ קינד, ער האט געכאפט וכו. עס וואלט געווען ביליגער לייכטער און גרינגער צו פאררעכטן און פטור אן עסק, אבער והוא באחד ומי ישובנו.

ואני עומד ומשתאה, וויאזוי האלט א בריק אן אויף אזא מצב פאר אזוי לאנג, נאכדעם וואס איין קארעטע פאלט אריין אין זומף, בלייבט איבער א ערענסטע לאך, אדער פארעכט מען, און עס איז מסודר, אויב פאררעכט מען נישט, פארט מען דארט נישט דורך און עס ווייטער מסודר. און סוכ"ס, איז דאך קיינער נישט אזוי משוגע.

עס קוקט אויס ווי ער איז אזוי להוט ארויסצוברענגען לגנאי אז די קארגשאפט האט איבערגעוואויגן קאמען סענס, אז ער בלאזט עס ארויס פון יעדע פראפארציע.

טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:02 pm

· #149053
קאמענטירער
איך וויל פארשטיין דאס וואס דער מימון האט געזאגט פארן גלח אז נוצרות איז בעסער פארן ״מאראלישען פראקטיק״ וואס מיינען די ווערטער?

אין גראבע שפראך: די קריסטן זענען מער עטיש ווי די אידן. (עכ"פ די קריסטליכע טעאלאגיע איז מער מאראליש)

ממרום שלח אש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:15 pm

· #149466
נאך עטליכע עובדה'לעך וועלכע פוינטן צו מיין פריערדיגע אבזערוואציע.

ער לייגט אראפ ווי זיין באבע פלעגט זיך אלץ ארומדרייען מיט פילע טאשן געלט אן קיין חשבון וויפיל סגעפינט זיך דארט, זי פלעגט גלייכן צו שלאפן אונטערן אויווען. די משרתת פלעגט זיך צושארן, אויסליידיגן האלב און די אומ'מסודר'דיגע באבע האט קיינמאל נישט געכאפט אז עס פעלט איר געלט.

די קאמער וואו מען האט געהאלטן די ברוינפן און אנדערע פראדוקטן האט נישט געהאט קיין שלאס נאר א פשוטע ריגל פונדערויסן, מען האט גע'גנב'ט אין גרויסן, אבער דער זיידע וועלכער האט נישט געגליכן קיין טשעינזש, האט נישט געהאלטן ביים לייגן קיין שלאס און אזוי איז עס געבליבן.

כאטש איך וויל נישט דערמאנען די פריק דבורה פעלדמאן אין די זעלבע אשכול ווי מימון, דערמאנט ער מיר פון איר סטיל, נעמליך, וועלנדיג אראפלייגן פאר די פרעמדע וועלט ווי אזוי זיי האבן געפילט אין אונזער מהלך החיים, און זארגענדיג זיך אז די ליינער וועלן נישט כאפן פון לייכטע נואנסן, טרייבט מען איבער אין די גדולות אריין. הגם מען באקומט די געפיל ווי אזוי דער באטרעפענדער האט געשפירט אין די געזעלשאפט, איז עס אבער נישט טראסטבאר אויף מער פון דעם.

וועל מיר מסים זיין מיט איין זיסע מעשה'לע, וואס ער האט געפונען פאר וויכטיג נישט אויסצולאזן.

זיין מאמע איז געוען קליין אין געוואוקס, אבער געפירט די קרעטשמע, פלעגן די געסט איר רופן "קאזע", האט דער קליינער שלמה'לע איר אנגעהויבן צו רופן "מאמע קאזע", די מאמע איז בייז געווארן און ער האט עס מער נישט געזאגט. א געוויסער לץ "הער פיליצקי" האט אים פארשפראכן א צוקער יעדעס מאל וואס ער וועט זאגן הויך "מאמע קאזע", האט דער חכם געזאגט אזוי,

"הער פיליצקי וויל איך זאל זאגן מאמע קאזע, אבער איך וועל נישט זאגן מאמע קאזע ווייל גאט שטראפט ווער עס זאגט מאמע קאזע" אזוי האט ער באקומען דריי שטיקלעך צוקער.

קרעמער1 » פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

· #179072
מאטי
דאכט זיך מיר ס'דא אן אידישער בוך פון זיין גאנצער לעבן ביאגראפי.

מיינסט מסתמא "אליין אין וואלד"
<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%99%D7%9F_%D7%90%D7%99%D7%9F_%D7%95%D7%95%D7%90%D7%9C%D7%93">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%9C%D7%93</a>

אי איתמר » זונטאג יאנואר 26, 2014 4:48 pm

· #179321
נולד מאוחר
יידל
ער איז זיכער געווען א משוגענער עילוי. זיין אויטאביאגראפיע איז אן ער באשרייבט אויך א באזוך בבית מדרשו של המגיד מ'מעזריטש.

דארט שרייבט אז מהאט אנגהאקט די ביינער פאר דעם אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען מיט א מזל טוב ער האט געבוירען א מיידל.

פלא יועץ;
ראיתי מנהג רע באילו מקומות, שאיש כי יולד לו בת, מרבים העם לעשות שחוק ולצנות. זה אומר, הקר גדול, וזה אומר הסרחון גדול, וכהנה דברים של לצנות. עד שמי שנולדה לו בת אינו מוצא מקום להחבא מגדל הרדיפה שרודפין אחריו בדברי שחוק ולצנות. ורע עלי המעשה, קורא אני עליהם לעג לרש חרף עשהו (משלי יז ה). כי הן הם מפלאות תמים דעים, שהוא הנותן הבנים למי שירצה והבנות למי שירצה, נמצא שהמלעיג על לדת הבנות אך נגד ה' דברו, מלבד אסור הלצנות כי רב הוא. ויותר מזה יש שטות גדול בקצת בורים, שאם ילדה אשתו זכר אוהבה ומכבדה כבוד גדול, ואם נקבה תלד מרחקה ואינו נכנס אצלה, ורבה העזובה והעצבה. ומה נואלו האנשים האלה מה לו עם אשתו, האם היא הלכה לשוק ובחרה לקנות לו בת ולא בן. ועוד, בהדי כבשי דרחמנא למה לה, הלוא אפשר דבנתן עדיפין לה מבני, באשר יהיה טוב מזלן ומנת חלקן, כאשר בעינינו ראינו כמה ששמחו בבת בין הבנים והיה מזלה ברוך מבנים, ואוי לו למי שבניו בנות (קידושין פב ב) ויותר גרוע מבנות כאשר הן רבים עתה עם הארץ ובני עליה הנם מועטים ורבים מכאובים לאבי הבנים על התורה ועל העבודה, מה שאין כן לאבי הבנות שאין עליו צרת הבת כי אם ללמדה מלאכת נשים ומדות טובות

פישלע העררינג » זונטאג יאנואר 26, 2014 4:55 pm

· #179322
אי איתמר

פלא יועץ;
ראיתי מנהג רע באילו מקומות, שאיש כי יולד לו בת, מרבים העם לעשות שחוק ולצנות. זה אומר, הקר גדול, וזה אומר הסרחון גדול, וכהנה דברים של לצנות. עד שמי שנולדה לו בת אינו מוצא מקום להחבא מגדל הרדיפה שרודפין אחריו בדברי שחוק ולצנות. ורע עלי המעשה, קורא אני עליהם לעג לרש חרף עשהו (משלי יז ה). כי הן הם מפלאות תמים דעים, שהוא הנותן הבנים למי שירצה והבנות למי שירצה, נמצא שהמלעיג על לדת הבנות אך נגד ה' דברו, מלבד אסור הלצנות כי רב הוא. ויותר מזה יש שטות גדול בקצת בורים, שאם ילדה אשתו זכר אוהבה ומכבדה כבוד גדול, ואם נקבה תלד מרחקה ואינו נכנס אצלה, ורבה העזובה והעצבה. ומה נואלו האנשים האלה מה לו עם אשתו, האם היא הלכה לשוק ובחרה לקנות לו בת ולא בן. ועוד, בהדי כבשי דרחמנא למה לה, הלוא אפשר דבנתן עדיפין לה מבני, באשר יהיה טוב מזלן ומנת חלקן, כאשר בעינינו ראינו כמה ששמחו בבת בין הבנים והיה מזלה ברוך מבנים, ואוי לו למי שבניו בנות (קידושין פב ב) ויותר גרוע מבנות כאשר הן רבים עתה עם הארץ ובני עליה הנם מועטים ורבים מכאובים לאבי הבנים על התורה ועל העבודה, מה שאין כן לאבי הבנות שאין עליו צרת הבת כי אם ללמדה מלאכת נשים ומדות טובות

וואו!!!! א ריזיגע יישר כח! איך האב געמאכט א קידוש דעם שבת פרשת משפטים, מיין בת תחילה! איך נעם דאס אלץ סימן טוב.

ברסלבער » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:08 pm

· #179324
מזל טוב ר' פישעלע. זאל דיר דער אייבערשטער געבן אסאך נחת פון די און פון אלע.

איך האב געהערט אמאל אן אינטערעסאנטן טעם פארוואס מען שעמט זיך מיט א מיידל, ווייל איש מזריע תחלה יולדת נקבה, און דערפאר שעמט זיך דער טאטע אז עס ווערט נתגלה אז ער איז מער וכו'.

אי איתמר » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:12 pm

· #179327
פלא יועץ ערך בת,
וואסערע סארט ליצנות איז דאס געווען ? אזש מען דארף גאר שרייבן אזאלעכע שווערע דברי חיזוק למי שיש לו בת רח''ל...

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:52 pm

· #179376
ברסלבער
מזל טוב ר' פישעלע. זאל דיר דער אייבערשטער געבן אסאך נחת פון די און פון אלע.

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:32 pm

· #244877
טאמבל סאס
המשך יבוא איבער זיינע שיטות.


ביטע פאררעכטן און אויסבעסערן ווער ס'קען.


מימון'ס "קריטיקעל סקעפטיסיזם" איז א לערע וואס באציהט זיך אויף די צוויי פיליזאפן, קאנט צוזאמען מיט דעם דייטשן פיליסוף פיכטה. ס'דערמאנט אביסל דער שיטה פון דעיוויד הום.

קודם א קורצע הקדמה: די דאזיגע סקול פון טראכטונג ווערט אנגערופן אידיאליזם, איינע פון די שטרעמען אין פיליזאפיע, וואס טענה'ט אז רוחניות, שפראך און נפש, פארנעמט א העכער ארט און איז חושיבער איבער חומריות. לפי די געדאנק פון אידעאליזם, פארנעמט מחשבה אדער צו זיין מער פונקטליכער, 'פארשטאנד' א צענטראלער תפקיד אין די וועלט'ס דעזיין און איז קריטיש פאר די וועלט'ס אנגיין – מחשבה און יקום טוען באשאפן אדער דערהאלטן איינער דעם אנדערן, אנדערש ווי דואליזם און אין קאנטראסט צו מאטריאליזם. מכאן ואילך ווערט שוין אידעאליזם צעטיילט, לדוגמא לפי ווי אזוי עמאנועל קאנט האט איר אפגעלערנט אדער העיגעל. לויט קאנט איז פארשטאנד עפעס וואס צווינגט אונז אנצוקוקן די מציאות ווי עס איז, מיט די אייגענשאפטן פון זמן ומקום, קאוז און עפעקט, און לויט העיגעל איז די מציאות און מענטשליכע היסטאריע עפעס וואס האט ווייניג וואס א שייכות צוטוהן מיט ראציאנאליזם, גענוי ווי די נאטורליכע וויסענשאפטן.

(אן אפלטונישע אידעאליסטישע געדאנקענגאנג, זאגט אויך אז צו יעדער גשמיות'דיגע חומר עקזעסטירט אויך רוחניות'דיגע אייגענשאפטן וואס זענען נישט אנגעוואנדן אין א חמריות'דיגע מציאות.)

אידעאליזם ווערט צעטיילט אין צויי תקופות, סובדזשעקטיוו אידעאליזם, פרי קאנט ערא, וועמענ'ס הויפט סופארטער איז געווען מעינלי - דזשארדזש בערקלי און טראנסעדענטל אידעאליזם וועמענ'ס הייסע אנהענגער זענען בעיקר געווען העיגעל, פיכטה און שעלינג.

עס איז וואויל באקאנט דער עפיסטימילאדזשיקעל פראבלעם מיט קאנטשענסנעס, אנגערופן סאבדזשעקט-אבדזשעקט פראבלעם און איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן ביי אונז אין שטיבל. דאס, אז וואס אימער אב(דזש)יעקט מיר זאלן נאר נישט רעדן פון, ווי אזוי קענען מיר, די סאבדזשעקט, וויסן אויף זיכער אויב זי (די אביעקט) עקזעסטירט "כשהוא לעצמו" – אינדרויסן פון אונזער באוואוסטזיין – אויב דער גאנצער "איך" מתחילה אן עקזעסטירט בלויז אין אונזער באוואוסטזיין. עס מוז זיין האט קאנט באשטימט אז מ'קען קיינמאל טאקע נישט וויסן אויב עפעס מחוץ אונזער באוואוסטזיין איז עקזעסטירט באמת. נאר אלע פון אונז טייטשן איבער אונזערע איבערלעבענישן דורך א פילטער אין אונזער מח. אלע מענטשן פארמאגן די זעלבע פילטער און מיר ווערן געבוירן מיט די קאנצעפטן פון מקום וזמן אריינגעבויעט אין אונזערע ברעינס. די פראפערטיס פון דעם פילטער, האט קאנט אנגערופן, אבדזשעקטיוו. עס איז די ברעין וואס פארמירט אונזערע עקספיריענסעס און זיי טוען באמת בכלל נישט אפשפיגלען די מציאות אינדרויסן פון אונזער קאנטשעס, די וועלט ווי עס איז באמת.

מימון האט זיך געקריגט אויף קאנט, ספעציעל בשייכות מיט'ן סאבדזשעקט אבדזשעקט פראבלעם. ער האט געטענה'ט אז דער גאנצער געדאנק איז נישט שווער וויבאלד אזא מושג ווי אינדרויסן פון אונזער קאנטשעס – עקזעסטירט בכלל נישט, ווי געלערנט בבית מדרשם פון די חסידים, און ווי דער לשון הרמב"ם אז אזא מושג געהערט נאר צו גאט, וואס נאר ער איז בבחינת "מציאות בבלתי מציאות נמצא", ד.ה. אז ס'נישט מעגליך א מציאות וואס זאל זיך אפשפיהלן אהן א קאנטשעס.

מימון האט קריטיקירט קאנט דאס ער קען זיך נישט אפשאקלען פון דעם מעטאפיזישן דוגמאטישער געדאנק אז זאכן עקזעסטירן אהנעם זיין תלוי בכלל אין דעם מענטשנ'ס באוואוסטזיין.

דער אמת האט ער געטענה'ט איז נישט קיין רעזולטאט פון דעם וואס עפעס אינדרויסן פון דעם קאנטשעסנעס שטימט מיט די שכל נאר ס'איז א רעזאלץ פון א אינערליכע טעסט און איבערצייגונג פון קאנטשעסנעס זעלבסט. די קאנטראסט צווישן די צורה שכלית און מאטריעליסטישע חומר (עפעס וואס קיצוניות'דיגע אידאליזם איז בכלל נישט מודה עקזעסטירט, ווייל לפי זיי, איז נישטא גארנישט מחוץ פונעם קאנטשעסנעס), האט מימון געהאלטן עקזעסטירט ווייל דאס איז דער מהות פון אונזער באגרעניצטע קאנטשעסנעס. יעדע מחשבה באשטייט פון א צורה וחומר און דער חיבור צווישן זיי ביידע איז דאס וואס איז מחייב דער מציאות.

מימון גייט אנטקעגן די וואס זאגן אז דער חומר ווערט פרעסיווד און פרעזענטירט צום הכרה דורך אן אביעקט ווען ס'איז א "זאך פאר זיך" אינדרויסן פון אונזער באוואוסטזיין. ער איז עס מסביר אין זיין חיבור מיט'ן באקאנטן משל פונעם מגיד וואס טוט ערקלערן די רילעישן צווישן ליכט און ליכטיגקייט. די זעלבע ווי עס קוקט אויס פאר עמיצער וואס קוקט אין א שפיגל כאילו עפעס געפינט זיך אונטער דעם אבער ער ווייסט אז אינ'אמת'ן טוט די ליכטיגקייט רעפלעקטירן זיך אין דעם שפיגל און ארויסגעיבן דעם בילד, די זעלבע קוקט אויס אויס אז די חומר וואס מיר זעען איז עפעס א חפץ פאר זיך אבער למעשה שטאמט אלץ פון דער "איך" זעלבסט. ד.ה. עס קוקט אזוי אויס מחמת וואס אונזער באוואוסטזיין זאגט אזוי. דער אביעקט איז פשוט דער שטענדיגער דעטערמינעישן פון דעם "איך" אין לויף פון יעדע רגע אין לעבן. אינדרויסן פונעם "איך" פאסירט גארנישט, די זעלבע ווי אונזער באשטימונג אויף א געוויסע חפץ אז ס'איז שווארץ פאסירט אויך נישט אין די ווירקליכקייט, אינדרויסן פון אונזער הכרה.

אנדערש ווי ריאליזם וואס זעהט א וועלט אויסקוק פון סאבדזשעקטיוו און "כשהוא לעצמו" ווי צוויי גורמים וואס זענען נישט אנגעהאנגען איינער אין דאס אנדערן טוט מימון'ס דיאליזם זאגן אז יעדע ערשיינונג דארף מען ערקלערן קודם מיט'ן פאקט אז מיר קענען בעצם נישט מקשר זיין צווישן אונזער אימענענטישער-אינערליכער וועלט וואס באזירט זיך אויף באוווסטזיין, מיט די טראנסעדענטישער וועלט – אינדרויסן פון אונזער קאנטשעסנעס – וואס מיר ווייסן קיין זאך איבער איר, און מיר דארפן אפילו נישט אננעמען איר עקזיסטענץ.

מימון האלט אויך אז געוועלטיגן אויפ'ן שכל איז דער מאראלישער אידעאל וואס ווערט נתגשם אין דעם קלוגן מענטש (אין זיינע ווערטער: "'דער חכם און דער איש המדות האבן שוין אויף דעם וועלט הנאה פון דעם אונשטארבליכקייט און איינציגקייט מיט גאט"). אין דעם לעצטן קען מען זיין די אווערלאפען צווישן זיינע דעות און דעם רמב"ם'ס אין דעם לעצטן'ס ספר מורה נבוכים און אפילו לויטן חסידישען צוגאנג, אז נאר דוקא אויף דער וועלט האבן מיר די מעגליכקייט ווי דער זהר שרייבט, "לאשתאבא בגופא דמלכא" מה שאין כן אין העכערע וועלטן וואס דארטן האט מען בלויז הנאה פון די אור און זיוו של אלוקים און נישט פון זיין עצם און מהות. (נאר אין חסידות איז דער וועג צו דערגרייכן דאס דורכ'ן מקיים זיין די תורה און מצות דוקא, בעת ווען ביי דעם גריכישן פיליזאף איז עס נאר דורכ'ן פאראייניגן דער "שכל הפועל" אין דער "שכל הנבדל"..וואטעווער דאס מיינט). מימון טענה'ט אויך אז דורכ'ן זיך משלים זיין אין ידיעה טוט זיך דער מענטש דערנענטערן צו גאט'ס קאנטשעסנעס און דאס איז דער וועג צו אונשטארבליכקייט. נישט דער מענטש איז אונשטערבליך נאר זיין קאנטשעסנעס וואס איז א נצחית.

לגבי גערעכטיגקייט האט מימון געהאלטן אז משפט און צדק זאל נאר געטוהן ווערן ווען אלע דא וועלן פה אחד אזוי מחליט זיין אויף דער גאנצער מענטשהייט. ד.ה. אויב וויל איין שופט פאַרדאָנען זיין משפחה קרוב, און נישט אנדערע מענטשן, איז דער פארדאן נישט בצדק. כלומר, דער דין מוז נגזר ווערן לפי אלע, ביי יעדן פאל. דער גאנצער מענטשהייט דארפן דינען אלס שופטים. פארשטענדליך אז דאס איז נאר טעארעטיש, נישט פראקטיש, אבער דער געדאנק פון א דזשורי למשל טוט אויף א ענליכע אופן רעפלעקטירן מימון'ס דעה אין דעם נושא.

מימון'ס רעיונות האבן משפיע געווען, צווישן אנדערע, אויף די באקאנטע דייטשע דענקער, פיכטה, שעלינג און העיגל און אויף דער אנטוויקלונג פון גרמנישער פיליזאפיע בכלל.

מימון'ס באציהונג צו רעליגיעס

מימון האט חוקר געווען רעליגיעס אין אלגעמיין, דורכן קאנצערטרירן זיך קודם אויף די נאטורליכע אנטוויקלונג פון דער אידישער רעליגיע, צעטיילענדיג עס אין דריי.

נאטורליכע רעליגיע: "רעליגיע וואס ליגט איינגעבעטעט אינעם טבע פון דעם מענטש" ("הדת הטבועה בנפש האלוהית שבאדם"), וואס איז א רעזולטאט פון דער מענטשנ'ס וואונדער איבער די זאכן וואס פאסירן ארום אים אויף וועלכע ער האט נישט קיין קלארע הסבר.

פאזעטיווע רעליגיע: דאס איז ווען נאטוררעליגיע ווערט אינסטוטוציענאליזירט. ד.מ. דער מענטשנהייט טוט --מיט די פארמיטלונג פון מענטשן און געוויסע אוועקגעשטעלטע סטרוקטורן צו מחייב זיין א געוויסע מעסידזש -- דעם נאטוררעליגיע פארוואנדלען אין אן ארגאנאזירטע קאנטראלירטע רעליגיע, וואס באזירט זיך אויף א התגלות אדער א נבואה. דער מטרה פון א פאזיטיווע רעליגיע, וואס קומט מתוך פארשטאנד און לאגיק, איז וואס פירט דעם מענטשליכן צום אמת. (דת "תורת ישראל")

פאליטישע רעליגיע: דאס איז ווען דער פאזעטיווער דת ווערט נתהפך צו א סיסטעם פון גאווערנמענט און געזעצן, וואס איר מטרה איז צו באקומען בעסערע מאכט פונעם ציבור-דער המון, אין פארעם פון קאנטראלירן וועלכע רעליגיע מענטשן זאלן גלייבן אין, און פארדעקן געוויסע ענינים מחמת פאליטישע סיבות. אין קעגנזאץ צו פאזעטיווע רעליגיע איז דא נישט די ציהל אנצוקומען צו עטיק אדער דער אמת, נאר צו געוועלטיגן אין די המון לצורך צו קענען פירן די געזעלשאפט. (האנס, די נוצרישע און איסלאמישע רעליגיעס וכו').

זיין באציהונג צו דער אידישער דת

מימון איז באיינפלוסט געווארן באדייטענדליך פון דער אידישער געדאנקענגאנג, און בעיקר פונעם רמב"ם'ס שיטות, כאטש וואס ער האט ביטער קריטיקירט דער אידישער רעליגעיזער אויטאריטעט.

ער האט געטענהט אז אין די תקופת האבות איז אידישקייט געווען א נאטוררעליגיע. ווען דער דת איז געווארן לעגאליזירט בעת מעמש הר סיני איז זיי פארוואנדלט געווארן אין א פאזעטיווע רעליגיע און איז מיט דעם אנדערש געווען פון אלע ארומיגע געצנדינערישע דתות, וואס זענען געווען פאליטישע רעליגיעס. דער אידישער דת האט אויך אינזין דער טובה פון געזעלשאפט און דער רעיות אז גאט איז דער וואס איז שולט אויף דער וועלט. נישטא דערין קיין מיסטעריעס על דרך פון פאליטישע מאנופולאציע נאר מיסטעריעס וואס מ'קען פשוט נישט ראציאנאליזרן מיט'ן מענטשליכן שכל.

בימי בית שני אבער, מיט דער גרינדונג פון דער רבנית היהדות און תורה שבעל פה איז דער אידישער רעליגיע שטאטלעכווייז איבערגעגאנגען צו א פאליטישע רעליגיע, דער שינו איז גאר ערגער געווארן מיט אונזער'ן זיך אפהאקן פון מאדערנעם לעבן נאכ'ן חורבן הבית. דער מטרה פונעם רעליגיע איז נתהפך געווארן אך ורק אפצוהיטן דער אידישער פאלק און דערפאר איז זי פארזאפט געווארן מיט הלכות און דינים וואס פארדרייען דעם ציהל ווי מ'זאגט. דער אידישער רעליגיע האט אויפגעהערט צו זיין עפעס וואס דארף ריכטן דעם דעת צום אמת און מער נישט געדינט ווי א געצייג צו מתקן זיין דעם מציאות.

מימון און קבלה

מימון האט געלערנט אין זיין יוגנט קבלה און געזאגט אלס וואס ס'פארמאגט איז הסברים אויפ'ן נאטור, געשריבן מיט אלגורישע משלים. לדבריו, איז קבלה ענליך צו שפינוזה'ס שיטה פון פנתאיזם. לפי קבלה איז דער וועלט נאצל פונעם באשעפער'ס עצמיות דורכדעם וואס גאט האט זיך מצמצם געווען אין דעם חומר הארצי וואס איז געווען בעפארן בריאה. די צען ספירות איז מימון מסביר אויפ'ן דרך הפיליזופית און ער טענה'ט אז נאך אלעם זענען זיי א דיסגייס צו די עשר מדות ההיגיון פון אריסטו.

אויף דער פיליזאפיע פון שפינוזה האט ער געזאגט אז שפינוזה'ס שיטה איז דער היפך פון כפירה וויבאלד ער איז כופר במציאות העולם און נישט במציאות האל.

אין 1791 האט מימון געשריבן אין עברית א פירוש אויף די ערשטע חלק פון ספר מורה נבוכים להרמב"ם און עס א נאמען געגעבן "גבעת המורה". אין זיין ספר איז ער אויך מבאר די מושגים פון פריה מאדערנע פיליזאפיע. צוליב זיין גרויסע אהבה צו תורת הרמב"ם האט ער זיך גערופן אויף זיין נאמען, "מימון".

חיי שלמה מימון
אין יאר 1793 האט ער געשריבן זיין אויטאביאגראפיע "חיי שלמה" איבער זיינע זכרונות, וואס האט שטארק עושה רושם געווען (אויך אויף דער דייטשער משורר און דענקער יוהאן וואלפגאנג פון גאטעה). צווישן אנדערע האט עס שטארק ליכט געווארפן לגבי די תולדות חסידות און יהדות פוילן. אינעם ספר קריטיקירט ער שטארק די בני דורו, די אידן און די נוצרים אייניג. ער מאלט אראפ די פוילישע אדללייט, די בלוט בלבולים קעגן די אידן, די חדרים סיסטעם און לעבן פון דעם מלמד, די שידוכים צוגאנג, זיין לעבן מיט זיין פרוי ווען ביידע זענען אינגע קינדער, די דרכי תשובה און סיגופים פון די חסידים א"נ. ער באשרייבט זיין באזוך ביים מגיד ממזריטש און גיבט אוועק א גאנצע פרק צו אויסלויבן משה מנדלסון. בנוסף איז ער מבאר אויף זיין שטייגער די דרכי הקבלה וסודותיה און דער פיליזאפיע פון דעם רמב"ם, לפי ווי ס'איז לדעתו משמע פון דעם ספר מורה נבוכים.

(מקור - וויקיפידיע)

PK_maimon.png

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:19 pm

· #323937
Re: שלמה מימון
קאמענטירער
איך וויל פארשטיין דאס וואס דער מימון האט געזאגט פארן גלח אז נוצרות איז בעסער פארן ״מאראלישען פראקטיק״ וואס מיינען די ווערטער?

דער מעשה ווי ער באשרייבט זיין ווילן דזשוינען די גרמנישע פראטאסטאנטישע רעליגיע סאמירט עס גוט. דער גלח פרעגט מימון אויב ער פיהלט אז די נשמה ציהט אים צו קריסטונהום אהן רעפערענצן צו אויסערליכע/זייטיגע נגיעות (ווי למשל סטטוס: עדיוקעישן, פראפעסיע, גאווערנמענט אדער יוניווערסיטי פאזיציע צו מעריטאל געינס - ווי ס'דעמאלטס געווען איינגעפירט ביי פיהלע פון די בורזשוואויס אין פרוסיה און אוסטריה ) און מימון ענטפערט: אויב זאל איך דיר ענטפערן בחיוב וועל איך זיין א ליגענער. דער גלח האט אים דארויף מדחה געווען: דו ביסט צו פיהל א פיליזאף א קריסט צו ווערן. די ריזאן ביי דיר האט ידו על העליונה. דו האלטסט די קריסטליכע מיסטעריעס פאר פושיטע מעשהלעך און אירע יסודות'דיגע מאראלן געזעצן פאר נאטורליך לאגיק . דער גלח אפפערנטלי האט אים געזאגט ער זאל אוועקגיין און דאווענען צו גאט זאל אים ענלייטען. מימון זאגט אז ער האט מודה געווען צום גלח דאס קריסטונהום איז נישט פאר אים : כ'וועל שטענדיג נוצן ניי באקומענע ליכט צו באלייכטן מיינע פאקעלטיס פאר ריזען. כ'גלייב נישט אז כזאל אמאל אננעמען נייע אמת'ן וואס שטימען נישט מיט די אמת'ן וואס זענען שוין באקאנט צו מיר פון פריער. (As read in The Pitty of it All Amos Alon)


כ'טראכט: מ'קען טענה'ן אז קאנווערטען אויב מ'האלט נישט דערביי איז אומאראליש. מ'קען אבער טענה'ן אויב זענען ביידנס ריטואלן נישט מער ווי סתם דאס, איז הא גופא זיין אפגעזונדערט - קארופטירטע מענטשליך-אויפגעבויעטע חומות. ומה לי הכא מה לי התם. ועוד אויב איז דער פראטאסטאנט גארנישט ערנסטער מיט זיינע ריטואלן ווי איך מיט מיינע און מיין קאנפארמירן איז נאר צו באפרידיגן זיין קרייטיריע צו עקסערזייזן דאמינאציע, קאנטראל און אויטאריטעט; א אופן דורך וואס די סובדזשעקטס קענען דאמענסטרירן מעמעבערשאפט צו די גרופע דאן איז דייקא דאס עקשהנען זיך א פארעם פון גאווה נישט צו קענען זיך אראפנידערן צו אויספירן די פשוטע פארמאליטעטן וואס די נאך אלעמען נצרך'דיגע אויטאריטי פארלאנגט - אלץ נאר וויבאלד אזוי בין איך געבוירן?


מימון אליינס איז אדורך פארשידענע סטיעזשעס אין זיין לעבן. געגלייבט האט ער אין קיינע פון איסטוטושענעל רעליגיעס און מענטשן געמאכטע רולס אסאציאירט דערמיט. ווידעראום די מאראלישע יסודות האט ער געהאלטן זענען נאטורליך, פון זיך אליינס פארשטענדליך. אבערוואס, די געזעצן וואס מ'ברויך איינפירן כדי אז די המון עם זאל נישט גיין העיווייער זענען מער אפדעיטעד און דערפאר מאראלישער ווי דער אידישער אאוטדעיטעד פאליטיקעל רעליגיע סיסטעם.

מימון איז געווען א ראדיקאלער משכיל אין פארגלייך צו מערסטנס אנדערע משכילים פון זיינער צייט. אדער האט ער זיך גענערט אז אלע זענען אזוי אידיעלאגיש געטריבן ווי אים און וועלן ווערן אינספירירט פון זיינע דראסטישע מעשים און אים טראגן אויף א גאלדענע שטוהל אדער האט ער סיריעסלי נישט געהאט א סענס וויאזוי צו לעבן אין קאנפליקט. אזוי צו אזוי האט דאס געמיינט אז זיין אטיטוד צו השכלה דורכאויס זיין לעבן האט זיך געטוישט פון אובער-פערווענט אין די בראשית יארן צו אנגעגעסנקייט שפעטער און אינדיפערענץ אין די ענדע פון זיין לעבן. ער האט נישט געטראגן די ראמאנטישע צוגעבינדענקייט און נאסטאלגיע צו טראדיציע, וואס די אנדערער פריע משכילים האבן געפיהלט. אויך האט ער נישט געשפירט ער מוז געהערן צו א גרופע, מחיה זיין א טרענד, זיך איידענטיפייען מיט א נייע אידישע ענלייטענד עליטע סתם לשם סורווייועל. ווען ער האט געהאלטן מ'דארף קעמפן איז ער געגאנגען מיטן פוהלן פרומקייט פון באקעמפן איגנאראנץ און פראומאוטן חכמת הפיליזאפיע.

מער איבער זיין עקספיריענס ביי מענדעלזאהן און פארקער מיט אייכל און אהרן האלה וואלפזון שפעטער.





Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קאצקער » מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 9:36 pm

· #533358
[quote="טאמבל סאס"]וויאזוי רעדסטו?.
עס איז שטוינענד צוזען ווי די אידן האבן מקריב געווען זייער לעבן פאר זייערע אידעאלן און ציהלן.
און גערודפט געווארן איבעראל, זיך ארומגעוואגלט, געלעבט אין ארימקייט, און געקעמפט פארוואס זיי האבן געהאלטן פאר ריכטיג. און דו געסט זיי אזא מאך אוועק מיט די האנט.
ער וואלט לייכט געקענט בלייבן זיצן באהאלטן, און שאפן סטאטוס צווישן די היימישע מיט זייערע טאלאנטן.[זיין ביאגראפיע אין פיל מיט שקרים לענ"ד/quote]

תרמב » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:35 pm

· #533790
טאמבל סאס

מער איבער זיין עקספיריענס ביי מענדעלזאהן און פארקער מיט אייכל און אהרן האלה וואלפזון שפעטער.
מ'ווארט מיר נאך אויף די פארזעצונג פון 2016...

איך זע אז דעמאלטס האט מען דיר נישט געלייקט געהעריג און נישט געהעריג קאמענטיר אפשר פארדעם האסטו אויפגעהערט שרייבן

קענסט נאך אלס תשובה טוהן, ס'איז מיר גאר אינטערסאנט, הגם זיינע מהלכים אין פיליזאפיע האב איך נישט פארשטאנען געהעריג, איך דארף צולייגן מער קאפ...

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:32 pm

· #535072
תרמב
טאמבל סאס

מער איבער זיין עקספיריענס ביי מענדעלזאהן און פארקער מיט אייכל און אהרן האלה וואלפזון שפעטער.
מ'ווארט מיר נאך אויף די פארזעצונג פון 2016...

איך זע אז דעמאלטס האט מען דיר נישט געלייקט געהעריג און נישט געהעריג קאמענטיר אפשר פארדעם האסטו אויפגעהערט שרייבן

קענסט נאך אלס תשובה טוהן, ס'איז מיר גאר אינטערסאנט, הגם זיינע מהלכים אין פיליזאפיע האב איך נישט פארשטאנען געהעריג, איך דארף צולייגן מער קאפ...
אויף YIDISH BOOKS איז דא זיין ביאגראפיע אין יידיש עיי"ש