☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » גולובנציץ: וואס וויל קעסטענבוים?

גולובנציץ: וואס וויל קעסטענבוים?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4546

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:06 pm

· #143393
גולובנציץ: וואס וויל קעסטענבוים?
עס טומלט זיך אין די שטאט בריוו ארויף און בריוון אראפ, פאשקעווילן אין מיליאנען, מחאות און קול קורא'ס אין אלע זייטן:
א טייל פון מחאות זענען געצילט דירעקט קעגן ר' אברהם סלונים אז ער איז שייגעץ און א עוכר ישראל, א גנב און א מחטט שכבי רח"ל. כאטש וואס אויבן-אויף בויעט מען נאר ביי די דגל לאט, און נישט ביי גבעת ירושלים ווי סלונים בויט.

אינמיטן דעם גרויסן בארג ליצנות'ן און שטותים שטארט ארויס די קארעספאדענץ פון לעיזר קעסטנבוים צו ר' אברהם סלונים און צום בית דין, כאילו ר' אברהם סלונים קען נישט אפשרייבן א בריוואלע צום בית דין הגדול, נאר עס מוז דורכגיין דעם אפיס פון הויכגעשפריצטן קעסטענבוים.

לאמיר נישט פארגעסן, אז ר' לייזר קעסטענבוים האט אפיציעל שלום געמאכט צווישן שמידל מיט ר' אברהם סלונים פארגאגענעם ווינטער ביי די גרויסע מלכות'דיגע נסיעה - און דא הערט מען ווידער אז עס פלאקערט אויף כח. און שמידל'ס מענטשן שרייען איצט איז אברהם סלונים איז א שייגעץ טמא און ער גראבט.

לאמיר אפיר נעמען די בריוואלעך פון לייזר קעסטנבוים, און זאל דער ציבור זאגן וואס דאס באדייט:


בריוו #1
ערשטער בריוו פון קעסטענבוים צום בית דין:
דאטירט ו' אלול:

קעסטנבוים זאגט עדות אז אין די שטחים פון "גבעת ירושלים" (סלאנים) בויעט מען גארנישט.
דער בריוו וואס איז נכתב ונחתם בטבעת קעסטענבוים ירום הודו האט נישט אויפגעטאן קיין כי הוא זה. די פאשקעווילן ווארפער האבן זיך נישט גערעכנט מיט דעם און ווייטער געשאסן פאשקעווילן אז מ'דארף הרג'ן ר' אברהם סלונים אויף טויט, ווייל ער האט א דין רודף.

דער גאב"ד ר' יצחק טובי' ווייס און זיינע שיק אינגלאך האבן זיך אויך נישט צעקראצט פון קעסטענבוימ'ס אפישעל לעטטער און האבן אים איגנארירט, וואס דאס איז נאך אפשר א גרעסערע חוצפה ווי דאס אויפגראבן אלע מתים פון גולובנציץ רח"ל.

בריוו #2
ר' אברהם סלונים שרייבט צוריק צו קעסטענבוים
איבער א פרשה פון מאכן ראודס אויף דעם שטח.

מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו זעהן וואס דא שטייט אינעם בריוו, און וואס קעסטענבוים ארבעט דא כיטערע:

בריוו #3
קעסטענבוימ'ס שיקט די מאטעריאל קארעספאדענץ צום בית דין.

בריוו #4
בריוו פונעם לאיער אהרון אהרוני אז מ'גייט מאכן די ראודס געהעריג, ווייל דאס האט נישט מיט די קונים פון די דירות.


ווער קען ביטע מסביר זיין וואס הרב לייזער קעסטענבוים גענוי וויל דא זאל ביטע מיטטיילן:
Slonim to Kestenbaum.jpg Kestenbaum 2.jpg Attorny Lettter.jpg 📎 Kestenbaum 1.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:49 pm

· #143438
ווי מ'האט דעמאלטס געזאגט איז ער איינע פון די אינוועסטערס

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:36 pm

· #143448
די געשפרעך דא צווישען שעפטל וחבירו קענט איר מיטהאלטען לייוו ביי אלטער משה
דערווייל פרובירט נאך מהרז''ל מ'סאטמאר צו ראטעווען די סיטואציע, און די חברה דמשק אליעזר , סלונים, ועד הכשרות, וכו' אינטערווינען אויף אלע פראנטען אז ס'זאל זיין מלאכתם נעשית ע''י אחרים און ארויסקומען ריין פון די מאחרייקע
זממם בל תפק!

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:37 pm

· #143449
נישטא ווער ס'זאל לאכן...

ס'איז צום ערווארטן פרישע טוויטס מיט ברעיקינגס איבערן לעצטע ווארט אין א"ק...

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:01 pm

· #143490
עס הייסט אז אדמו"ר מהרז"ל גייט פארן אויף נאך א מסע המלכות קיין ארץ ישראל, און "פיקסן" דעם שלום!

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:07 pm

· #151326
אינעם איד דעם ערב סוכות ע''ד פרובירען זיי נאך צו ראטעווען דעם הסכם, שלום, הסדר, פון הרב מדמשק ס'זעהט אבער אויס ווי א פארלוירענע מעשה די אנשי גבעת האלטען ניש ביים קאפערירען
און די בריוולעך צום משב''ק וכדומה האט לכ' ניש קיין שום תוקף ווילאנג די גאלאבענציק פעמילי האלט ניש ביים חתמ'ן אויף קיין שום התחייבות
טא אלע פלענער ארום הסכמים וכדומה, דערווייל איז עס בלויז געמאלען וואסער

א שוויצער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 7:59 pm

· #151388
קוקט אויס אז אין דער גאר נאנטער צוקנופט וועלן זיך די אנהענגער למהרז''ל ווידער טיילען ווי עס האט פאסירט אומגעפער צוואנציג יאר צוריק צו דער ברך משה און רבינו שליט''א ווען פילע אנגעווייטאגטע און פרימע האבען זיך אפגעטיילט פון סאטמאר
מהרז''ל קוקט אויס וועט אריבערגיין אזעלכע סארט אפעראציעס בקרוב ווען דער פרימער ציבור איז אנטוישט אין דער ווירטשאפט

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:41 pm

· #151413
א שוויצער
קוקט אויס אז אין דער גאר נאנטער צוקנופט וועלן זיך די אנהענגער למהרז''ל ווידער טיילען ווי עס האט פאסירט אומגעפער צוואנציג יאר צוריק צו דער ברך משה און רבינו שליט''א ווען פילע אנגעווייטאגטע און פרימע האבען זיך אפגעטיילט פון סאטמאר
מהרז''ל קוקט אויס וועט אריבערגיין אזעלכע סארט אפעראציעס בקרוב ווען דער פרימער ציבור איז אנטוישט אין דער ווירטשאפט


ס'קוקט ניש אויס

ס'האלט שוין ליידער טיף אינמיטען אזא סארט ריס

נאטרוליסט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:45 pm

· #151798
ווי איז ר' מנשה פילאפף יעצט?
ווי זענען די "ערליכע" אידן וועמען עס טוט וויי אז מ'גראבט רח"ל אויס א אור-אלטן בית החיים אין בית שמש?


גיוואלד!