☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ראש לימבו גייט אראפ דעם דייל פון 770 צי 710 אנגעהויבן 2014

ראש לימבו גייט אראפ דעם דייל פון 770 צי 710 אנגעהויבן 2014

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4544
בלאט: 1 2

ישמעאל הכהן » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:31 pm

· #143240
ראש לימבו גייט אראפ דעם דייל פון 770 צי 710 אנגעהויבן 2014
אין דע ראדיא וואלט טוט זיך א טומל מיט די נייעס אז ראש לימבא {און זיין קלענערע פאפעט שאן הענירי] וועט נאך 20 יאר וואס ער איז אויף wabc 770 מופן צום הויפט קאמפעטישאן 710 wor דאס קומט נאך לאנגע קריגערייען צווישן ביידע קאמפעניס וואס זענען דא באטייליגט. צי פארשטיין אביסל וואס דא גייט פאר. דא זענען באטייליגט 2 קאמפעניס, ערשט איז דער נומבער איינס קאמפעני מיט דו מערסטע רעדיא סטאנצע'ס אין אמעריקע "קלערר טשעננעל", זיי האבן כמעט א 1000 סטאנצע'ס איבער דעם 50 פארייניגטע שטאטן ! נאכדעם קימט א צווייטער קאמפעני מיט'ן נאמען קאמאלוס, זיי זענען נומבער 2 איבער אמעריקע. ביידע פון די רעדיא קאמפעניס האבן אויך א פליגעל וואס געט זיך אפ צו פארשפרייטן ראדיא שוי'ס. א דוגמא לימבא מיט הענירי באלאנגען פאר קלערר טשעננעל'ס רעדיא דיסטריבוטער 'פרימיער' גלען בעק באלאנגט אויך אהין. קאמאלוס האט אנדערע שוי'ס ווי סעוועזש, לעווין און דזשאן בעטשלאר און נאך.

יעצט אביסל צי די היסטאריע חלק. ווען לימבא האט אנגעהויבן זיין שוי 25 יאר צוריק האט יעדע אינדיווידואלע סטאנציע וואס האט גענומען זיין שוי געדארפט פארקויפן עטליכע מינוט אין יעדע שעה פאר עד'ס, (דאס איז חוץ דעם ערשטן עד וואס לויפט נאך א יעדע ברעיק, וואס יענע עד הערט מען אויף אלע סטאנצע'ס און ס'האט בכלל נישט צוטאן מיט'ן לאקעל סטאנציע) און יענע געלטער איז געגאנגען פאר דער ראש לימבא שוי. שפעטער ווען דער שוי איז געווארן גאר גרויס און פאפאלער איז ק"טש (קלערר טשעננעל) אויםגעקימען מיט אן המצעה אז חוץ פון דע עדס וועלן זיי אויך בעטן סתם אזוי א פי FEE פון יעדע סטאנציע בלויז צו קענען האבן דעם לימבא שוי. פיין און וואיל, זעט אויס אז ס'האט נאך אלס זיך געלוינט און מ'האט געצאלט פארשטייט זיך געוואנדן יעדע שטאט האט באצאלט אנדערע פרייזן לויט די באפעלקערונג אין יענע סיטי. אזא מהלך איז א היבשער אפקומעניש פאר א גרויסע קאמפעני ווען ער דארף יעדן חודש אריינשיקן א פעטן ביל פאר זיין הויפט קאמפעטישאן.. .. האט זיך טאקע יעצט קאמאלוס אויפגעוועקט און געזאגט עד כאן ! איך האלט נישט ביים באצאלן אזא פעטן פרייז פאר ק"טש און נאך און אזעלכע צייטן ווען ס'טוט זיך א בויקאט קעגן לימבא און דע רעטינגס זענען בכלל נישט אזוי גוט פאר הענירי. האט קאמאלוס געזאגט אז זיי ווילן מאכן א נייעם דיעל אויף זייערע טוירמס ! און פרעג נישט פארוואס ק"טש קען נישט נעמען לימבא מיט הענערי און לייגן אויף זייערע אייגענע סטאנציע'ס ווייל ק"טש האט נישט קיין טאלק פארמאט סטאנציעס אין 7 פון דע 10 גרעסטע שטעט און אמעריקע! און אויב גייען זיי נישט קענען ארויפלייגן זייערע חברה דארט זענען זייערע שויס מער ווייניגער דערנאך.

ק"טש האט זיך אביסעל געבראכן און אנגעהויבן פארהאנדלען בלויז איבער לימבא אליין, אנדערש ווי געווענליך ווען זיי האבן אלעמאל געוואלט אז לימבא זאל גיין צוזאמען מיט הענירי. און וויאזוי ס'האלט יעצט און ס'ווערט איבעראל באריכטעט האט לימבא זיך געבראכן און ער בלייבט יא מיט קאמאלוס חוץ אין נו יארק ווי ק"טש האט יא א סטאנציע 710. אזוי האט זיך לימבא געראטעוועט אין אלע אנדערע ריזן שטעט ווי שיקאגא, דאלעס טעקסעס, סאן פראנסיסקו, וואשינגטאן די סי. אבער לימבא פארלירט דאך 770 וואס איז היבש שטערקער פון 710.

אבער הענירי איז געפאלן. און דא טיט זיך א ספין, אפאר רעפובליקאנע סייטס באריכטען אז הענירי האט גאר געפייערט קאמאלוס.... איר הערט. זיי זאגן אז הענירי איז גערעגט וויאזוי קאמולוס בוליד ארום, און פירט זיך אויף נישט מענשליך און זיי פייערן לאקאלע שוי אנפירער רעכטס און לינקס איבער אמעריקע וואס ווייזט אז זיי פארשטייען נישט צי רעדיא בכלל (און מיט דעם איז ער טאקע גערעכט ) אלענפאלס וויאזוי ס'זאל זיין וועט הענירי לכארוה אויך גיין צי 710 און יעצט וועט ק"טש דארפן זוכן פאר עם נייע סטאנצע'ס אין מערערע גרויסע שטעט וואס וועט נישט זיין קיין גרינגע ארבעט.

דע סך הכל איז אז זיי קאמאלוס און סיי לימבא זענען מער געווינערס ווי פארלירער. הענירי איז א פארלירער. און דאס קומט בלויז 2 וואכן נאכ'ן נייעס אז פאקס טעליוויזיע האט אוועקגענומען פון הענירי די 9 אזייגער שעה און עס געגעבן פאר מעגין קעלי א נייע סטאר אויף פאקס. הקיצור נישט א גוטע יאר פאר עם.

פרישער » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:46 pm

· #143245
צים גיהינם מיט זיי אלע

איך האב ערליך אויסגעהערט רעש מ'לימבה, און שאן העניטי, איך האב זיך מיט געפרייט און מיט גערעיגט מיט זיי, איך האב געגלייבט אלע זיינע געשרייען ווי א האן גלייבט דעים בני אדם, אבער זינט אבאמה איז ארויף דעים צווייטען מאל האב איך מער נישט געעפענט דעים זיבען זיבעציג דייל, זעיט אויס אז אמעריקע פאלגט נאך פרישער פון דו נאנט.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:39 am

· #143370
כ'ווייס נישט צו ס'איז שוין געווען באריכטעט אין ק"ש, אבער סעוועדזש האט פראדיקדעט פאריגע וואך דאנערשטאג (אויפן וועג צום קאנטרי...) אז נאך אביסעלע און ער וועט רעדן מער פריים טיים.
מיטן יעצטיגן באריכט קאן דאס שוין מער געשעהן.

outspoken » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:07 pm

· #143409
שוין נישט געהערט שאון 5 יאר, כ'בין נעכטען געווען מיט איינעם אין קאר הער איך אז ער שימפט אבאמא און דאמאקראטען פונקט ווי פאר 5 יאר צירוק, פרעג איך מיין חבר וואס האט ער אויפגעטון די לעצטע 5 יאר THAT I MISSED ...

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:11 pm

· #143411
גארנישט. און פאר דעם פליעט ער טאקע

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:33 pm

· #143418
לימבאו בלייבט (לכוראה) אויף 770 און העננעטי גייט אדער צו 970 אדער צו 710 סעוועדזש וויל נעמען העננעטי'ס פלאץ
די אייראניע איז אז וויבאלד די לינקע האבן טערארעזירט די ספאנסערס פון טאלק ראדיא און עס האט נישט אסאך געשאדט האט שוין נישט קאמאלוס מורא צו נעמען אזא עקסטרים מענטש ווי סעוועדזש
כמאמר העולם "א סטראשע איז בעסער ווי א מעשה"






שעפטל
סעוועדזש האט פראדיקדעט פאריגע וואך דאנערשטאג (אויפן וועג צום קאנטרי...)


עס איז געווען אויפן וועג אהיים פון קאנטרי 😂

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:42 pm

· #143422
@big joe קומולוס "נעמט נישט" סעוועדזש. סעוועדזש איז זייער'ס א 'פראפערטי'. סעוועדזש איז צוריקגעקומען א יאר צוריק נאכ'ן אוועקגיין פון TRN אוו געסיינט א דיעל מיט קומולוס. סעוועדזש וועט נאך האבן עניטיים אזעלכע רעיטינגס ווי הענעטי אבער דאס איז נישט די עיקר, די מעין טינג איז אז קומולוס וועט אריינלייגן יעדע פעני פון די אדווערטייזמענטס אין זייערע טאשן אן דארפן שיקן א טשעק יעדן חודש פאר קלער טשענעל.

און הענעטי גייט נישט צו 970, ער גייט צו 710 דאס איז זיין עמפלויער'ס סטעישאן

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:21 pm

· #143460
רעיטינגס איז נישט די עיקר, אדווערטייזמענטס איז.
קאמאלוס וואלט קיינמאהל נישט גענומען די ריזקע פון לייגען אזא עקסטרים פערזאהן אינמיטן טאג. אבער וויבאלד זיי האבן געזעהן אז לינקע בויקאטס ארבייט נישט קענען זיי אים לייגען אינמיטן טאג.

און לגבי האננעטי, ער איז נישט קיין חכם אדער מחדש, ממילא איז ער געווען ׳סעיף׳ אבער היינט זיכט מען קאטערווערסעיל איבער סעיף (וועגען דעם פארלירט ער די 9 אזייגער פלאץ אויף פאקס)

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:26 pm

· #143466
וואס רעדסטו דא. רעיטינגס מיט אדווערטייזמענטס גייען צוזאמען. אויב ס'נישטא קיין רעיטנגס פארוואס זאל איינער אדווערטייזן?!

איז אזוי, אויב איז דער שוי נישט אייגענע פראפערטי פאר וועם מ'דארף נאך באצאלן א צווייטן, מוז ער כאטש פערפארמען גאר גוט אין די רעיטטנגס אז ס'זאל זיך לוינען. אבער סעוועדזש מוז אפילו נישט האבן די מורא'דיגע רעיטינגס ווייל ער באלאנגט פאר קומולוס און יעדע פעני פון זיין שוי איז ריין פראפיט פאר קומולוס.

און הענעטי פארלירט זיין סלאט אויף פאקס ווייל מעגין קעלי ווערט יעצט דער סטאר אויף פאקס און הענעטי האט פארלוירן היבש אין די רעיטיניגס אין געוויסע דעמא גרופעס. אויך וויל פאקס לייגן א פרוי קעגן רעטשעל מעדוי וואס איז אויף MSNBC אין יענע שעה.

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:32 pm

· #143470
מ׳קען האבן גוטע רעיטינגס אבער שוואכע אדווערטייזמענטס (אויב מ׳איז צו קאטרעווערסיל) כמו גלען בעק

קאמפאניס ווילן נישט זיין אפיליעיטיד מיט געוויסע שיטות.
(מייקל קען מארגן אויפשטיין און זאגן אז אובמה איז א מוסלומענער, אטיעסט, קעניא געבוירענע, סאשאליסט, קאמיוניסט, וכו׳ מענטשען וועלן אים הערן אבער קאמפאניס ווילן נישט זייער נאמען לעבן דעם)

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:35 pm

· #143473
אמת, אבער שוואכע רעיטינגס מיט גוטע אדווערטייזמענטס גייט זיכער נישט צוזאמען. און קענסט זיכער זיין אז זיי ער וועט מוזן אביסל טוישן זיין שטיק אויב גייט ער אריבער צו יענע צייט טאקע. ס'איז אפילו געווען ערגעץ א באריכט אז דאס וואס ער האט גענומען טרעיוואן מארטינ'ס זייט איז אויך פשוט צו ווייזן אז ער איז נישט אזא ראסיסט...

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:40 pm

· #143476
דאס איז די שאלה, זיין גאנצע גדלות איז אז ער איז טויט משוגע, ווען מ׳פארט אהיים נאך א שווערע טאג ארבייט וויל מען הערן ווי איינער שעלט יעדעם, און קיינער איז נישט בעסער אין דעם ווי מייקל, אבער אויב טוישט ער די סטייל ווער זאגט אז עס וועט ארבייטן.

ועוד פון 3-6 איז די ציבור stay at home moms וואס דאס איז העננעטי׳ס שטארקייט. 6-1 איז מענר און דאס איז סעוועדזש׳ס שטארקייט

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:44 pm

· #143478
ניין דאס איז נישט זיין שטארקייט. דו דארפסט צוריקגיין צו 10 יאר צוריק צו הערן וואס זיין שטארקייט איז, דערציילן טשיילדהוד סטאריס, רעסטאראנט עקפיריענסעס, מיעטבאלל רעסיפיס, ליינען צייטונגע קלאסיפיידס און קאמענטירן דערויף (הילעריוס געווען!)

דאס שעלטן איז מער א פראדוקט פון זיין דעפרעסיע אז ער האט נישט זוכה געווען צו האבן א נארמאלע שוי אויף א פרעסטידזשפולן נעטווארק, עפעס וואס אידיאטס ווי העניטי האבן יא זוכה געווען.

און די סטעי האום מאמיס וועלן נאכגיין העניטי וואו ער וועט נאר אנקומען, און די מענער וועלן אריינקומען אנשטאט

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:55 pm

· #143484
<a class="postlink" href="http://youtu.be/nBVr82zkkEA?t=2m14s">http://youtu.be/nBVr82zkkEA?t=2m14s</a>

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:33 pm

· #143530
<a class="postlink" href="http://www.mediaite.com/tv/can-you-believe-its-been-10-whole-years-since-this-happened-on-msnbc/">http://www.mediaite.com/tv/can-you-beli ... -on-msnbc/</a>

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:36 pm

· #143532
זר זהב
און די סטעי האום מאמיס וועלן נאכגיין העניטי וואו ער וועט נאר אנקומען, און די מענער וועלן אריינקומען אנשטאט

נישטא גענוג סטעי אט האום מענער

די נאכמיטאג שעות איז געמארקעט פאר פרויען
FOX-The Five
MSNBC-The Cycle
CNN-Jake Tapper
WABC- Sean Hannity

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:20 pm

· #144607
Rush heads to WOR Jan 1, 2014

He just said it on the air. I believe this is the ONLY change in radio station among all his affiliates

ישמעאל הכהן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:46 pm

· #144616
דא קען מען עס הערן <a class="postlink" href="http://www.musicradio77.com/other/Rush%20Leaving%20WABC%208-23-13.mp3">http://www.musicradio77.com/other/Rush% ... -23-13.mp3</a>

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:15 am

· #145292
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=jzsTp9vkHp8&sns=em">http://www.youtube.com/watch?v=jzsTp9vkHp8&sns=em</a>

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:52 am

· #146278
דער גיט צו פארשטיין פונקטליך וואס דארט גייט פאר, און אלץ א ליבעראלער באהאלט ער נישט זיין קוועלעניש. די דעטאלן זענען אבער ריכטיג און אינטערעסאנט פאר דער וואס וויל עס פארשטיין.

Sean Hannity Is Having a Really Bad August

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 1:11 am

· #148173
עפעס גוטע נייעס

“News Talk 77” WABC New York will roll in the new year without two of its highest profile personalities. Rush Limbaugh is changing affiliates, crossing the street to Clear Channel news-talk “Radio 710” WOR. And Sean Hannity’s split with Cumulus Media opens up afternoons on WABC.

While Cumulus hasn’t formally said how it will replace Hannity, it has disclosed that Limbaugh’s successor in New York will be a local host.
“This gives us a chance to put on a good strong local talent in New York City that’s really going to be very reflective of the community"
here in the tri-state area,” CEO Lew Dickey told Bloomberg yesterday. A local show will be a departure for WABC, which airs
virtually all syndicated programming, Monday-Friday.

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 1:22 am

· #148174
סטיוו מאלצבערג?
גאוורנער פעטורסען?
ברייען וויהטמאון?
איך בין שוין קראנק פון זיי אלע.

מי לנו כירחי קדם, דער דראזש הקדוש, זונטאג נאכט.

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:49 am

· #148187
״דוא באזז״ מיט מאלזבערג ענד בעי?
כורטיס ענד קובי?

װען באב גרענט זאל נאר קענן װערן יונגער

Starbucks » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:06 pm

· #148243
לין סעמיועלס

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:11 pm

· #148244
לעבט שוין נישט

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:45 pm

· #153174
און יא ער האט געווינען!!! מייקל סעוועדזש האט אנאנסירט אז אנגעפאנגן יאנעווער דעם צווייטן, וועט ער איבערנעמען שאן הענעטי פלאץ און ער וועט רעדן פון דרייע ביז זעקסע.

סעוועדזש האט עס פאראויסגעזאגט אפאר וואכן צוריק און ער אליינס האט געלאכט ווען ער האט עס געזאגט. (האב איך דעמאלטס באשריבן?)

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:09 pm

· #153188
ער רעדט נישט פון קיין 3 שעה לידיעתך. זיין דריטע שעה איז קיינמאל נישט ''לייוו''

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:40 am

· #165120
Cumulus Announces Savage Sponsorship Deal. When Cumulus Media Networks’ “Savage Nation” with host Michael Savage moves to the 3:00 pm to 6:00 pm ET live slot in January, the program will enjoy Swiss America Trading Corporation as the presenting sponsor of the show. The company reports that the year-long deal will build upon a 12-year relationship between Savage’s show and Swiss America. The sponsorship agreement will expand Swiss America’s current presence on the show, with the program to be referred to as “The Savage Nation, Presented by Swiss America.” Savage comments, “I am thrilled to have Swiss America as the presenting sponsor of ‘The Savage Nation.’ This is the most significant partnership ever announced for our show and Swiss America’s interest in deepening their relationship is a testament to our increasingly growing audience.”

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 7:46 pm

· #166551
די טשיפס האלטן נאך אין איין פאלן פון דע גאנצע אויפשאקעלונג וואס ס'קומט פאר. יעצט האט עס אומוועלענדיג אויסגעקלאפט אין לאס אנגעלעס וואס איז דער צווייטער מערסט באוואוינטער סיטי. און דער וויקטים איז ווידער ראש לימבא. (העי ראש, יעצט איז געקומען די צייט צו ליידן אביסעלע פאר דיין סלאו פאו פריינט הענעטי)

די מעשה גייט אזוי. אין ל.א. איז דא א סטאנציע, לכאורה די מערסט סוקסעספולע טאלק ראדיא סטאנציע איבער גאנץ אמעריקע, KFI.

KFI איז א ק"טש (קלערר טשעננעל) סטאנציע און זיי האבן שוין יארן דעם אויבן אן אין די רעיטינגס זייענדיג פאקוסט זייער שטארק פאר לאקאלע נייעס און שוי'ס, בויענדיג אלע לאקעל שוי'ס ארום ראש לימבא וואס איז פאפולער אפילו אין ל.א. לימבא איז געווען דער איינציגסטער נאציאנאלער שוי אויף KFI. אזוי האבן זיי זיכער געמאכט צו בלייבן א טאפ רעיטעד סטאנציע אפילו (ביז לעצטענס) שטערקער ווי אלע מוזיק סטאנציעס דארט.

צו פארשטיין וואס דאס מיינט דארף מען קוקן דא אין ניו יארק וואו ס'איז דא 770 די זעלבע שטארקע 50,000 וואטס ווי KFI אבער אין די רעיטינגס איז עס ווייט אראפ. איינע פון די סיבות איז ווייל זיי האבן נישט אפילו איין לאקעל שוי, אלעס איז נאציאנאל. KFI האט ניטאמאל געהאט זייער אייגענעם הענעטי אויף זייער סטאנציע ווייל זיי ווייסן דאך יא וויפיל ווערד ער איז, הענעטי איז דארט געווען אויף א קאמאלוס סטאנציע KABC, א וויץ סטאנציע דארט אין ל.א.

יעצט, (יעצט קומט מען צום פאנטש ליין פון די פרישע נייעס און לימבא'ס ליידן) אז הענעטי פליעט פון קאמאלוס איז ער געבליבן אן א אוטלעט אין LA איז ק"טש געבליבן אין א קלעם וואס טוט מען דא? אויף KFI גייט מען אים זיכער נישט לייגן. איז ק"טש געגאנגען און גענומען א ליבעראלע סטאנציע KTLK וואס זיי האבן, יענע האבן קוים עפעס צוהערער און זיי האבן עס געטוישט צו קאנסערוואטיוו. KTLK איז א שוואכע לאו וואלטעדזש סטעישען. ראש פליעט יעצט פון KFI און גייט אריבער צו KTLK ווייל אן לימבא קען מען נישט בויען א סטאנציע. און יעצט גייען זיי דארט האבן ראש און הענעטי און גלען בעק. KFI גייט צולייגן נאך א לאקאלע שוי אויף ראש'ס מקום.

בקיצור דא פליעט ער פון WABC און דארט פון KFI, דאס איז וויאזוי איין פראפעסיאנאלער ראדיא קאמענטירער זעט עס און שרייבט אויף א בלאג:

Saying L.A.'s KTLK is a "somewhat lower-powered station" than KFI is liking saying Torquemada was something of a busybody. The station loses millions of people during their commutes (if it had them) and is noisy for most of the rest.

The message is clear. KFI took drastic measures to avoid having to pick up Sean Hannity in January. He is SO not L.A. I know. I lived there or nearby for 15 years.

Another message is clear. It's over for Limbaugh. With major demotions in L. A. and New York, coupled with being on several major-but-collapsing Cumulus stations, his national ratings and revenue will plunge precipitously next year.

Incidentally, no all-syndicated "Patriot"-style station has succeeded anywhere. Ever.


(אויב איינער איז אפילו אינטערעסירט אויף וואס איך שרייב ביטע געב א לייק, קענסט עס נאכדעם אוועקנעמען. כ'וויל נאר זען אז מ'מאכט זיך וויסענדיג)

petergrifin » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:31 am

· #167114
שכוח פאר די אפדעיטס קיפ איט קאמינג פליז!! 👍
די האסט מיך מחיה געװען. איך פלעג אלס בחור זײן ארײן געטין אין די רעיטינגס פין סעװעזש,לימבאו,העננעטי, און זיך אסאך
ארום געהארגעט מיט מײנע חברים שעה׳ס ארוכה׳ס און אלעמאל געװען דער װאס האט געהאלטן אז סעװעזש װי משוגע ער
איז, איז ער נאך אלס די מערסטע אינטעלעגענט און געלערנטע פון זײ אלע און װעט נאך אײן טאג עס מאכן צי #1

(מארק לעװין איז אנגקומען בערך דעמאלט צי אביסל שפעטער)

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 2:05 pm

· #167180

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 10:30 pm

· #167247
די נייע סקעדזשועל פאר WOR

Elliot in the Morning 6 a.m. -- 10 a.m.

-- Mark Simone 10 a.m. -- Noon

-- Rush Limbaugh Noon -- 3 p.m.

-- Sean Hannity 3 p.m. -- 6 p.m.

-- Andy Dean 6 p.m. -- 9 p.m

-- Dave Ramsey 9 p.m. -- Midnight

-- The Joan Hamburg Show (Saturdays & Sundays) 10 a.m. - Noon

ענדי דיען איז גראדע זייער גוט, רעקאמענדירט

עץ השדה » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 4:04 am

· #167283
למען האמת וויל איך אנמערקען אז הגם איך בין בשיטה א רעפובליקאנער דאך האלט איך אז ראש לימבא איז צו שטארק פארטייאיש, ספעציעל אז ער געט נישט קיין קרעדיט פאר די דעמאקראטן אפילו ווען זיי זענען בארעכטיגט דערצו, דאס קומות פון אלטרע קאנסערוואטיזם וואס איך קען נישט פארנעמען.

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:01 pm

· #167309
דאס קומט מער פון פשוט נישט זיין אויפריכטיג. און למען האמת איז עס נישט אזוי געעוען אלעמאל. גראדע האב איך אים אויפגעהערט אויסצוהערן ווען כ'האב איינגעזען אז אין זיין וועלטל קען א דעמאקראט קיינמאל גוטס טון. און א רעפובליקן קען קיינמאל נישט שלעכטס טון, כ'האב פשוט פארלוירן טראסט אין אים.

דזשאן מאנעלי איז געווען דער פראגרעם דירעקטאר פאר 770 זייער אסאך יארן אנגעהויבן פון ארום '90, ער האט געברענגט לימבא צו 770 וואס פון דארט האט זיך אנגעהויבן לימבאו'ס נאציאנאלער קאריער. דאס איז וואס מאנעלי שרייבט היינט אויף א ראדיא בלאג וואס רעדט ארום וועגן די לעצטע נייעס.

John Mainelli

Limbaugh used to be thoughtful, insightful and frequently funny -- human even, and, I once thought, a truth-seeker. He once talked about more than politics and when he did talk politics he wasn't as extreme, strident and hugely predictable as he is today. In short, I feel he was seduced by power and the other trappings of being a demagogue. I don't know what Hannity used to be like but I assume he evolved like Rush, albeit on a smaller, more simple, even more polarized scale. I regret having abetted Limbaugh's introduction to the nation.

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:16 pm

· #167314
putting on a happy face...
Sean Hannity pretends: "I couldn't be happier" about losing radio time slot to Michael Savage

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:12 pm

· #172072
הינקלי פון דעילי ניוס האט זעט אויס געהאט א שטיקל אינטערוויו מיט סעוויזש וואס הייבט מארגן אן זיין פראגראם אויף 770 פון 3 נאכמיטאג ביז 6.

Conservative radio host Michael Savage will now hold forth on WABC in the 3-6 p.m. slot

...'He'll take over from Sean Hannity, who's moving to WOR; he promises an interesting, 'Obamacare-free zone

WHEN Michael Savage is prepping for his daily talk radio show, which moves into the 3-6 p.m. afternoon slot Wednesday on WABC (770 AM), he doesn’t listen to talk radio
More likely, he says, he’s listening to Blue Note’s 25-CD collection of great jazz recordings

That’s not completely random coincidence
“Doing radio for me is a lot like playing jazz,” says Savage. “It’s all about reaching for the notes, even the ones I know I can’t reach. Like Charlie Parker
“My regular listeners know that. They hear me reaching all the time, and if I can’t get there, it’s all right. That’s what radio is.”

It’s a strikingly philosophical approach to a business built on black-and-white declarations delivered with absolute confidence
Savage knows that landscape and says it’s one reason he has a good chance to rise above the pack once New York talk radio plunges into its
biggest shuffle in many years

As of Wednesday, WABC’s long-time afternoon anchors — Rush Limbaugh at noon and Sean Hannity at 3 p.m. — move to WOR710 AM

WABC has not announced a host for Limbaugh’s spot. Savage is taking Hannity’s, and all eyes will be watching to see who’s on top when the dust starts to settle
Savage thinks he offers a strong alternative to Hannity

“I know what Sean does,” he says. “He works from Republican Party talking points. He says he doesn’t any more, but he does
“I don’t. You can’t drone on about the Bill of Rights. It’s just not interesting radio. My show is also an Obamacare-free zone. Who wants to hear about that?”
It’s not that Savage never talks politics, or hot-button issues. Ask any listener who has heard him crank it up on immigration, border security or what he sees as the ever-growing tentacles of big government and the entitlement society it encourages

“My views changed during the year I was a social worker in New York,” says the 71-year-old Savage, who was born in the Bronx, graduated from Jamaica High and Queens College and now lives in the San Francisco area

“I was working for the Department of Welfare, and I began to realize people who were on welfare — my clients — were living better than I was. That opened my eyes and changed my political beliefs.”
Regular Savage listeners have heard him expound on this subject in dire tones, warning that the “50% of the country” that doesn’t want to work is suffocating the 50% that does

Savage says he doesn’t consider himself a prophet of doom. “Hope,” he says, “springs eternal.”
He does not, however, hold out much hope in this area: “I see no way big government, once it starts to spread, can be stopped.”
What he does see is a world where, mercifully, politics is not the only concern
“On my show tonight,” he says, “I’ll talk for a while about a museum I visited, and some things I saw there. I won’t lead the show with it, but I’ll talk about it, because my listeners will be interested.”

A typical Savage show will weave through food, travel, music and his dog Teddy as he sorts out the events of the day
What matters, he says, is that there’s a point to all of it and he will get back there. Just like that jazz saxman.
“When I was growing up in New York, I’d listen to Symphony Sid at 2 in the morning,” he says. “I’d listen to Mel Allen. Their voices were reassuring to me.
“In the same way, my listeners like having my voice in their lives. They know that if they keep listening, they will hear the songbook.”


Read more: <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/entertainment/michael-savage-takes-sean-hannity-wabc-article-1.1559106#ixzz2p5p1drtQ">http://www.nydailynews.com/entertainmen ... z2p5p1drtQ</a>

פרישער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:33 pm

· #172732
קערטעס ענד קאבי
קערטעס ענד קאבי האט איבער גענימען רעש מ'לימבא אויפן 770 דייל,

איך האלט אז דאס איז נישט קיין קליגע איידיע, הגם זיי זענען לייו ענד לאקאל,

פרישער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:33 pm

· #172733
באב גרענד
טויט!!!

יהא זכרו ברוך

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:34 pm

· #172734
פרישער. נישטא א בעסערע איידיע, אלע עקספערטן לויבן עס אויס. און איך אויך.

מ'דארף ליגן אין דעי פיעלד צו פארשטיין זאכן.

לאז עס איבער פאר מיר.

פרישער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:39 pm

· #172739
חלילה לי ל'קאמפיעט מיט דיר אבער איך געדעינק נאך ווען סליווה האט זיך נאך ג'חנ'דלט צי באב גרענט

ווען קערטעס מיט קאבי זענען געוועין מעסער שטעך

ווען ראן קאבי האט זיך אויף געפירט ווי א חיה, ווין ער האט רעפרעזענטירט יעדן צידרייטן אויפן ערד קישקע

דערנאך ווען קארפן קעף האבן זיך אריין געמישט שלום מאכן און ווערן זיין קאמבאטי טשיטש און האבן יעדן אין תקכקכקכת

א פאריקטער קאפל וואס זענען נישט אינטערעסאנט

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:41 pm

· #172741
דוקא דאס איז וואס מאכט זיי אינטערעסאנט.

ליין וואס דער עקספערט ראדיא קריטיק שרייבט:


I'm glad that Curtis finally came around to understanding that he needs Kuby. He's tried various other "partners" (more like "sidekicks") with mixed results. Kuby is smart, has a sense of humor and knows when to back off. That combination takes the edge off of Curtis.

As for as Ron Kuby goes, I have to say, it's a surprise. It's not like he doesn't have another career that has demands in middays. As far as radio goes, Curtis gives him the opportunity to be the "voice of reason" against Curtis' sometimes over the top pronouncements. He's a great debater but needs to be "prodded" (for lack of a better word). Curtis certainly does that.

A great example of the combination being greater than the sum of the individual parts.

It also give WABC a "Morning Show In Waiting" for Imus' eventual ride off into the New Mexico sunset...

Good move by WABC. Boy, it's been a long time since I've been able to write THAT!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:47 pm

· #172743
פרישער רוב מענטשען זענען נישט אינטעלעקטועל ווי דיר, סתם א ניו יארקער ארבייטער האט ליב די לייכטע ליידיגע טאלק שאו מיט לאקאלע ליצנות ווען ער שטייט אויפן לייטער אדער דרייוט א באס. אינטעלעקטועלע הערן ענדעשער 820.

petergrifin » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:18 pm

· #172807
petergrifin
״דוא באזז״ מיט מאלזבערג ענד בעי?
כורטיס ענד קובי?

װען באב גרענט זאל נאר קענן װערן יונגער


דאס האב איך געשריבען סעפטעמבער 8 און אײנס איז נאך נישט געשען איינס איז געשען
און אײנס גײט שוין קײנמאל נישט געשען ❗

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:58 am

· #174210
די מחלוקה הייבט זיך אן. הענערי איז שרעקליך דעפרעסד מ'קען עס הערן אין זיין שטימע

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:05 am

· #174212
הענרי צאצי, וויש דיר אפ די נאז און גיי ווייטער, ראדיו איז נישט ביליגע קעיבעל. אבער אויב ווילסטו מאכן א שוי, יאלע איך וועל וואטשן, wow גייט עס זיין fun!

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:11 am

· #174213
ער זאגט דארט ליגענט. ס'נישט אמת אז האלב פון סעוועזש'ס סטעשענס זענען נישט רעיטעד. אבער וואס איז יא אמת איז - און ער וועט עס נישט אויסזאגן - אז האלב פון זייע (הענרי'ס) סטעשענס אין די 10 גרעסטע סיטי'ס זענען נישט רעיטעד! ער איז א מיאוס'ר לוזער. ס'איז איין זאך צו זיין אויף א שוואכע סטעשען אין הודא נאנאש אלאסקא ס'איז עפעס אנדערש צו זיין אויף א שוואכע סטעשען אין וואשינגטאן די סי און אין דאלעס טעקסעס און אין שיקאגא! (אין די דריי סיטי'ס צוזאמען זענען דא קרוב צו 20 מיליאן מענטשן)

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:16 am

· #174215
רויטע וואנצעס
הענרי צאצי, וויש דיר אפ די נאז און גיי ווייטער, ראדיו איז נישט ביליגע קעיבעל. אבער אויב ווילסטו מאכן א שוי, יאלע איך וועל וואטשן, wow גייט עס זיין fun!

ער קייט איבער א אלטע זאך וואס די ליבעראלע פלעגן שרייען אז סעוועזש איז גוט געווען פופציג יאר צוריק אין די 60' יארן מיט עפעס א ליבעראלע פאעט גינזבורג. וואס דאס דארף אים דיסקוואליפיצירן פון צו זיין א קאנסערוואטיווע ראדיא הויסט 50 יאר שפעטער... גיי פארשטיי

יואליש » מיטוואך יאנואר 8, 2014 4:07 pm

· #174712
ישמעאל הכהן
די מחלוקה הייבט זיך אן. הענערי איז שרעקליך דעפרעסד מ'קען עס הערן אין זיין שטימע




אזא קינד צו זיין? ס'זאגט עפעס איבער זיינע צוהערער, אז ער האלט אז זיי וועלן דאס קויפן.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:01 pm

· #183746
קומענדען מונטאג פעב. 17 קומט ארויס די ערשטע חודש'ליכע רעיטינגס וואס וועט רעפלעקטירן אלע מעיזשער טוישן וואס איז דא פארגעקומען. כ'גיי מאכן א כמעט זיכער'ן פרעדיקשן אויף די נומבער'ס פון ביידע סטעשענס און א זיכער'ן פרעדיקשן אויף די רעיטנגס פון די אינדיווידואלע שוי'ס.
לעצטע חודש איז 770 געווען ביי א 2.9 ''שער'' SHARE. און 710 איז געווען ביי א 1.4. איך געב 'כמעט' זיכער פאר 770 א 3.5 און פאר 710 כמעט 2.0 (כמעט זיכער און כמעט 2.0). איך האלט אז ביידע סטעשענס האבן געגעינט אויסהערער, ראש איז נאכאלץ זייער א שטארקער נאמען און ער האט זיכער געשלעפט טויזנטער אלטע חסידים צו 710 און איינמאל זיי זענען שוין ביי 710 האבן זיי זיכער געסעמפעלט נאך שוי'ס און אז ס'זיי געפאלן זענען זיי געבליבן מיט 710, אויך האט 710 זיך בכלל היבש פארבעסערט מיט זייערע נייעס טאפ און באטעם פון די שעה מיט לאקאלע רעפארטערס, זיי לייגן אריין עפארט, עפעס וואס זיי האבן נישט געטון די לעצטע 15 יאר וואס האט טאקע צוגעברענגט אז זיי זענען פשוט געווען אירעלעווענט.

מיט דעם אלעם זענען זיי נאך נישט קיין 770, נישטא די קריספ סאונד און ס'נישטא די סיגנאל שטארקייט פון א 770. און פונקט ווי, אדער נאך מער ווי, 710 איז זיכער אז 770 האט אויך צובאקומען נייע אויסהערער, קורטיס און קובי זענען פאפולערער פון פאפולער, און סעוועזש איז ממש איין שטיק ניו יארק. ממילא געב איך זיי א האלבע שער געין.

יעצט צו מיין זיכערע פרעשיקשען אן א ספק איז, אז קורטיס און קובי גייען BEATEN ראש לימבא ביג טיים. זיי האבן דעם בענעפיט פון א שטערקערען סיגנאל און דאס אז זיי זענען 'לאקעל'. סעוועזש גייט נישט BEATEN הענערי... ער גייט אים CRUSHEN!!! צוברעקלען! הענעטי וועט נישט וויסן וואס ס'איז אים באפאלן!

בין איך גערעכט? מונטאג וועל איך געבן א באריכט.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:32 pm

· #183748
פארגעסן צוצולייגן אז 770 בלייבט נישט אונטערשטעליג. ווי געזאגט האבן זיי למעשה צוגעלייגט א לאקאל שוי פון 12 ביז 3 און דאס איז זייער א טייערע מעשה. אויך האבן זיי אויפגעהערט צו טראגן זייער נאציאנאלע ABC ראדיא נייעס אויף די טאפ פון יעדע שעה חוץ איבערנאכט, ס'איז אלעס לאקעל נייעס (קען דאפי, איז דער אנקאר) העראלדא ריווערע איז אויך לאקעל, ער פלעגט זיין סינדיקירט אויף נאך אפאר קאמאלוס סטאנציעס, נאט ענימאר. אויך האבן זיי צוגעלייגט א לאקאלע ''דרייו האום'' שוי (6-5) וואס באקומט גוטע ריוויו'ס פון ראדיא קריטיק'ס, ס'איז א ראונד אפ פון אלעס וואס איז דורך איבער'ן טאג און אנגעפילט מיט טראפיק און וועטער באריכטן.
770 פייט צוריק גוט, 710 וועט זיי קיינמאל נישט איבערוואקסן. די שאלה איז נאר ווי נאנט זיי וועלן צוקומען.
בלאט: 1 2