☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אנקעטעס איבער מוזיק/זינגערס און אלעס ארום!!

אנקעטעס איבער מוזיק/זינגערס און אלעס ארום!!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4528

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:01 am

· #142570
אנקעטעס איבער מוזיק/זינגערס און אלעס ארום!!
די אשכול איז געווידמעט פאר אנקעטעס, איבער זינגערס, שפילערס, מוזיקאנטען,


די ערשטע אנקעטע

ווער האט איבערגענומען שלמה קארלאבאך?

1) קיינער, מעוות לא יכל לתקן

2) יהודה גרין

3) יצחק פוקס

4) אלי ביר

5) ווער איז גוט אויף א טעיפ?

6) ווער קען עם נאכמאכען לייוו?

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:19 am

· #142588
זענען אלע געוואלדיג, אבער איי איי איי, שלמה'לע איז געווען שלמה'לע.

שלמה האט צוריסן דיין נשמה, און דערנאך פריש צאמגענייט.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:30 am

· #142591
ווי קומט פוקס דא אריין ער פארופט זיך מיטאמאל פאר זיין פארטרעטער עס איז פונקט ווי די וואלסט ווען אריין געלייגט א אפציע מיכאל שניצלער

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:59 am

· #142595
1)

טעפל » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:06 am

· #142596
1) קיינער קען נישט וואס ער האט געקענט..
2) חיים דוד סרצי'ק =ער איז די נענטסע..

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:10 am

· #142927
איך האלט אויך אזוי ווי יעדעם (ביזדערווייל) אז שלמלע קען מען נישט פארטרעטען זיי זיינע מעשות און זיין הארץ, אוי איטס סא טיפ דעי טיפיסט אף דעי טעיפ,

איך האלט אבער אז היינט צוטאגס איז יהודה גרין זיין ממלא מקום וויפעל מען קען
ער קומט אריין ביי א חתונה למשל דו גאנצע זאל ווערט איבערגענומען ער מאכט א ברכה מיטען נוסח און זינגט עס קען זיך דאכטען א שלמלע איז דא
א סליחות וכו׳ פירט ער ווי שלמה

טישו באקס » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:24 am

· #142930
חיים דוד איז די נענסטע צו שלמה׳ס מהות אבער יהודה גרין איז לענ״ד די מערסטע ענליך אין חלק הנגינה צו שלמה זיינע תנועות און חידושים האבן אסאך ר׳ שלמה׳לעס געפילן אין זיך

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:30 am

· #142932
ערשטע מאל איך הער פון חיים דוד. זייער שיין.
youtu.be/aQa7EUmjgdU

גדעון » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:21 pm

· #143041
רויטע וואנצעס
ערשטע מאל איך הער פון חיים דוד. זייער שיין.
youtu.be/aQa7EUmjgdU

ביי 3:13 א גרופע חסידים, איינער וויל זיך נעמען טאנצן זיין חבר שלעפט אים צוריק אראפ

יידל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:56 pm

· #143146
גדעון
רויטע וואנצעס
ערשטע מאל איך הער פון חיים דוד. זייער שיין.
youtu.be/aQa7EUmjgdU

ביי 3:13 א גרופע חסידים, איינער וויל זיך נעמען טאנצן זיין חבר שלעפט אים צוריק אראפ

דער יעניגער באגניגט זיך מיט שאקלן האסטיג די הענט...

טעפל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:02 pm

· #143167
רויטע וואנצעס
ערשטע מאל איך הער פון חיים דוד. זייער שיין.
youtu.be/aQa7EUmjgdU

כ'בין אמאהל געוועהן ביים כותל חול המועד סוכות און ס'איז געוועהן געפאקט און חיים דוד האט געפירט א קאנצערט דאס גאנצע רחבה האט געהאפקעט!!

לבי במזרח » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:28 pm

· #143191
דער קירוב גרופע פון Project Inspire וואס רופען זיך ״דע טרעוועלינג חסידים״ האבן איינעם פון זיי וואס איז א גאון און קומזיץ/קארליבאך סטייל. נישט אז ער איז שלמה׳לה, דאס איז קיינער נישט. אבער ער לייגט גוט אראפ זיינע ניגונים מיטן גיטאר און זיין קווייער. ער האט לעצטנס ערשיינען ביי אפאר זומער/קאנטרי קומזיץ׳ן, אזוי ווי ביי די ראלעי און נאך, צוזאמען מיט נאך אפאר פון זייערע שפילערס און זינגערס. אבער זיי טוען עס בעיקר נאר פאר קירוב פונקציעס.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:44 pm

· #143292
מעוות לא יוכל לתקון?...

טעפל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:02 am

· #143326
ונבנתה העיר
מעוות לא יוכל לתקון?...

מ'קען צוריק ארפברענגען דעם רבי'ן? ניין! ר' שלמהלע אויך נישט...

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:55 am

· #143328
מעוות?

טעפל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:07 am

· #143377
לאור די שאלה פון ר' @סאשי פיש שליט"א האט מען זיך צאמגענומען אויף א קאנטעסט, דא קען מען זעהן א חלק:
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=C0-8PwpHvno">http://www.youtube.com/watch?v=C0-8PwpHvno</a>
מ'קען קאמענטירען ווער איז בעסער..

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:54 pm

· #143855
עמעזינג ווי מענטשען קענען גיין גאגא פאר א ניגון וואס באשטייט פון איין ווארט באגלייט מיט גרעפצעס בלי שום תוכן כלשהוא.

טעפל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:38 pm

· #143884
איך אויך
עמעזינג ווי מענטשען קענען גיין גאגא פאר א ניגון וואס באשטייט פון איין ווארט באגלייט מיט גרעפצעס בלי שום תוכן כלשהוא.

וואס זאל מען טוען אז נישט אלע זענען אזאלעכע גאוני ווי די..

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:40 pm

· #143885
וואס האט גאונות צוטוהן מיט א טעם אין מוזיק? באט ענוועי טענקס פאר די קאמפלימענט.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:31 am

· #144094
איך אויך
וואס האט גאונות צוטוהן מיט א טעם אין מוזיק? באט ענוועי טענקס פאר די קאמפלימענט.

יור וועלקאם..

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:03 am

· #151920
1) שירה
2) מזמרים
3) ידידים
4) זמירות

סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:11 am

· #151921
שירה
לייג צו זמירות צו די ליסט
משוררים קענסטו אויך צולייגען

zurich » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:00 am

· #151925
מרדכי צו אברהם?

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:53 pm

· #151989
רויטע וואנצעס
1) שירה
2) מזמרים
3) ידידים
4) זמירות



שירה קען מאכן שטיק און טריקס אוט אוף די באקס איידיעס, בנוסף זענען זיי זייער דיספלינד.
מזמרים קוקט זיך נישט פאר צו סאך, זיי קענען הויעך ציען ספעציעל איינער פון די חברה, אבער נישט צו דיספלינט. זעהט אויס בחוריש.
ידידים זענען גאנץ דיספלינט מאכן נישט געפערליכע שטיק אבער זיי ווערן בעסער.
זמירות האב איך נישט צו סאך געזעהן אדער געהערט, ווייס איך נישט.

מיין וואט כעת: שירה.

נארמאלער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:38 pm

· #152031
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=Elo4UDP-QuQ&feature=share&list=PLkiIEMpXIV7t-hqoT28I_5f1YTH-nqKfR">http://www.youtube.com/watch?v=Elo4UDP- ... 1YTH-nqKfR</a> חיזקי סופר

יואב » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 8:37 pm

· #152036
zurich
מרדכי צו אברהם?


לדעתי איז שווער צו זאגן, וויבאלד זיי שטעלן פאר צוויי באזונדערע סטילס; ביידע וואס איך וואלט באצייכנט מיט אן A+.

מרדכי קען מען זאגן ער טייטשט אריין דעם ניגון, און נישט נאר וואס ער ליגט ראשו ורובו דערין, שלעפט ער אריין דעם צוהערער. א דיפרעסטע ניגון איז ער באמת דיפרעסט, א צולאזטע ניגון איז ער צולאזט, א ניגון מיט געגועים, א דביקות ניגון, א חסידישע ניגון, אא''וו. ער איז דאן גענוי ווי דעם ניגון. דאס איז סיי זיינע געפילן, גרימאסן, און נייגונגען. דערנאך האט ער א מעלה אז ער "קען" זינגן. א זאך וואס נישט יעדע זינגער פארמאגט. זיין שטימע איז גרייט פאר אלצדינג וואס ער ברויך טוהן כפי יכולתו. ביי אלטע קאנצערטן קען מען איהם זעהן שפרינגן און טאנצן בשעת'ן זינגן, און קיין שווער אטעם אדער ברעקלע איבערגעצויגנקייט קען זיך אנזעהן אויפן זינגן. ווי אויך זינגט ער אבנארמאל שטארק אויפן טאן. ער האלט זיך אויפן טאן מורא'דיג גוט. מרדכי פארמאגט אויך דער געוואלדיגער מעלה פון "מרדכי". א מעלה וואס מ'קען נישט מסביר זיין, מ'שפירט דאס אבער. א מין אייגנארטיג חן, א מין מרדכי.

אברהם האט זיינע מעלות. די Power וואס ער האט, ווייס איך נישט צו ס'איז פארהאן נאך אזא זינגער ביים היימישען, צו ארטעדאקסישן עולם. ער איז א שטיקל חזן אויך, און קען באווייזן געוואלדיגע שטיק אינמיטן זינגן. מ'זעהט ער איז נישט געבוירן געווארן אן אברעמל איבערנאכט. זיין געוואלדיגע כשרונות איז קענטיג שטארק בארבייט, פאר צוואנציג יאר צוריק איז ער ווייט נישט געוועזן דער מעכטיגער אברהם פון היינט. היינטצוטאגס זינגט ער שטייצעך אויך שטארק אויפן טאן, ער איז אויך גרייט פאר א פולער קאנצערט מיט די זעלבע כוחות, און לדעתי ווערט ער נאר בעסער און בעסער. ספעציעל היינצוטאגס ווען מרדכי איז לכו"ע מער נישט די מרדכי פון אמאל, איז אברהם זיכער די נייע King of Jewish music.

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:10 am

· #152110
פריד אני משוגע עליך!

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:27 am

· #225139
משוררים קומט אריין מורא'דיג שטארק די לעצטע שטיק צייט. שטארק דיסעפלינד. א נחת!

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:55 am

· #225146
משוררים האט די בעסטע ספירה טעיפס.

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:51 am

· #225417
כוכב
משוררים האט די בעסטע ספירה טעיפס.

איז דאס א קאמפלעמענט אדער פארקערט?