☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז גאט באנקראט????

איז גאט באנקראט????

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4527
בלאט: 1 2

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:56 am

· #142569
איז גאט באנקראט????
8:30, די אלארם זייגער צוקלינגט זיך מיט א היליכדיגן קול שוין צום פיפטע מאהל, ער עקשנט זיך נישט צו פארשטיין די רמז פון די ׳סנאאז׳ קנעפל. איך ווער גאר בייז איך הייב אויף די גאנצע זייגער און איך ווארף עס אראפ, אבער איך ווייס אז ס׳נישט קיין תכלית אויב גיי איך נישט יעצט ארויס פון בעט וועל איך האבן צו הערן פון די ב״ב און פון די ראה״כ, איז בלית ברירה זאג איך מודה אני איך גיס נעגל וואסער און איך גיי מיך אנטוען. זיצענ׳דיג אזוי מיט איין זאק אין דער האנט פאר׳חלום איך זיך, און עס פאלט ארויפ אויף מיר א שטיקעל מרה שחורה טראכטען׳דיג אויף אפאר פון מיינע ידידים וואס האבן געטוען לעצטענס בלאנדזשען אויף א דרך עקש ופתלתל און טייל פון זיי זענען שוין אנגעקומען צום שפל המצב ר״ל, איך שפיר אז ס׳שוין כלו כל הקיצין, די קינדער הערן זיך שוין נישט צו אז אל תלך בדרך אתם, און די OTD movement הייבט אהן רייסען גאנצע שטיקער פון אינזערע ברידער און שוועסטער, אזוי לאזט זיך ארויס א קרעכץ פון די טיפעניש פון מיין הארץ ״אוי טאטע וואס וועט דא זיין? וועט נאך עפעס איבערבלייבן אין אפאר הונדרעט יאר פון די דרך וואס אינזערע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען צו האלטן?״ אזוי אין א אנגעזעצטע גוסטע און אין א פארכמארעטע געשפירעניש האב איך אנגעטוען די צווייטע זאק און גענדיגט אלע מיינע באדערפענישן און געגאנגען דאווענען וויסענדיג אז אין כוחנו אלא בפה.

פארטראכט און טיף פאר׳מוח׳ט שפאציר איך אריין אין ביהמ״ד און עס באפאלט מיר א איבעראשונג, ס׳זיצען צענדליגע קליינע בחורים׳לעך און יונגאלעך מיט א מוראדיגען היימישע חן און זיי טוען דאווענען און לערנען מיט א גרויס התלהבות, די נחת רוח וואס קודשא בריך הוא שעפט פון דעם טוט שרייען אויפן העכסעטע טענער. די תשב״ר טוען יעצט מקריב זיין קרבנות פארן בורא כל עולמים. און איך בין זיכער אז די גאנצע פמליא של מעלה זיצט דא און די מלך מלכי המלכים זאגט זיי חזי חזי בני חביביה וכו׳, די נחת רוח, די אשה ריח לד׳ איז דאך אין לשער. אזוי צוקוקענדיג שפיר איך פלוצלינג א קלאפ אויפן אקסעל, מיינע א ידיד פרעגט מיר ״ר׳ דזשאו הגדול מה נשתנה היום הזה פארוואס שמייכעל׳סטו אזוי?״ דריי איך זיך צו אים און איך זאג אים אז היינט צופרי האב איך געהאט שלעכטע מחשבות אז אידישקייט גייט אינטער ר״ל, אבער אריין קומענדיג דא אין ביהמ״ד צווישען קעמפ און חדר איז ביי מיר געווארן ברור כחמה אז אידישקייט האט נאכנישט געטוען שפראצען און בליען אין אינזער גאנצע היסטוריה מימות אברהם אבינו אזוי ווי עס טוט וואקסן אין די לעצטע 15 יאר!!! צענדליגע טויזענטע בחורים און יונגעלייט זיצען על התורה ועל העבודה און טויזענטער מענטשען לערנען זיך הוראה אדער פארהערן זיך ש״ס, און אינז האלטן שוין כמעט אז מיר וועלן קענען זאגען אז אינז האמיר הונדרעט טויזענט היימישע יונגאלעך אין אינזערע חדר׳ס וואס ווערן אויפגעצויגען על דרך ישראל סבא. עס איז שוין געווען אסאך ערגערע תקופת אין כלל ישראל ווי אסאך מער אידן זענען געפאלן ל״ע די שומרונים, צדוקים, שבתי צבי, די פרענקיסטן, השכלה, רעפארם, און נאכען ביטערע קריג און נאך אסאך אזעלעכע תקופות וואס עס איז געריסען געווארן גאנצע שטיקער פלייש פון כלל ישראל און אייביג איז געווען די זעלבע response אינז האבן געטוען נאך מער וואקסען און שטייגען.

ממילא טייערע ברידער די תירוץ איז קלאר און שארף, ניין!!! די אייבישטער איז נישט באנקראט!!!!!! נאר אז מ׳שטייט לעבען א אפענע sewer טוט עס סרח׳נן און מ׳ווינדערט זיך ווי אזוי קענען מענטשען לעבען אין אזא שטאט אבער ווען מ׳דערווייטערט זיך אביסעל פון די צואה זעהט מען אז ס׳שטינקט נאר לעבען די שמוץ אקעגן איבער איז ריין שיין און איידעל. אז מ׳דרייט זיך לעבען די אפגעפארענע מיינט מען אז די מצב איז ביטער אבער אז מ׳קוקט אויפן גאנצע בילד ווייסט מען אז עס איז נאך קיינמאהל נישט געווען אזוי גוט.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:07 am

· #142573
עס ווארעמט די הארץ צו זען אידן וואס זייער גוסטע אין טאג ווערט דיגדירט לויט די נומערן פון די או טי די שטראם.

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:13 am

· #142576
בענדזשאמין פרענקלין
עס ווארעמט די הארץ צו זען אידן וואס זייער גוסטע אין טאג ווערט דיגדירט לויט די נומערן פון די או טי די שטראם.


איך קען נישט זאגן אויף זיכער (ווייל כ׳ווייס נישט ווער דו ביסט) אבער כמדומני אז די האסט נישט קיין סאך OTD חברים, ווען מ׳קען זיי פון די נאנט רייסט עס די הארץ
(נישט נאר אלץ די רעליגיעזע פונקט)

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:03 am

· #142585
ס'דא אסאך אהבת התורה און אהבת ה' אין אונזערע צייטן. אונזער פראבלעם איז אהבת ישראל.

אז יעדע ישראל באקומט אהבה, וועלן זיי בלייבן ישראל. אבער אז יעדע ישראל וועט נישט באקומען אהבת ישראל, וועט ער זיכען אהבה אן ישראל.

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:09 am

· #142611
זייט ווען איז די החלטה צו דער אייבישטער איז באנקראט צו נישט תלוי אין וויפיל קינדער לערנען אין די מוסדות הק' און וויפיל נישט? האט ער נישט דען גרעסערע ביזנעסער זיך צו זארגען וועגן?

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:50 am

· #142618
אינז קענען נאר מעסטן דורך אינזערע הבנות און השגות אשר על כן אויב מ׳וועט עס אראפ נידערן צו די פשוטסע מדריגה שייך (אזוי האט די רמב״ם אייביג געטוען) איז די מציאות כדלהלן:

גאט פארקויפט א סחורה, דאס איז א תורה/רעליגיע, אויב קיינער איז נישט אינטרעסירט אין דעם האט ער באנקראטירט. ער קען נאך אלץ זיין די מלך מלכי המלכים וואס טוט דערהאלט די בריאה כל רגע ורגע אבער ער איז באנקראט. מכיוון אז אידישקייט איז היינט צו טאג די הייסטע עס איז אמאל געווען איז ער גאר די פארקערטע פון באנקראט...
ודו״ק כי הוא פשוט מאוד, ואפילו תינוק שצריך את אמו יכול להבין את זאת.

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:21 am

· #142619
יא יא, ווען עס וואלט אלעס טאקע געווען אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס און די וועלט וואלט געווען אזוי פשוט אז א תינוק הצריך לאמו וואלט פארשטאנען וואלסטו אפשר געווען גערעכט (און אפשר נישט)
וואס זאל מען טוהן אז די וועלט איז נישט אזוי פשוט, און עס איז אביסעלע נאריש עס צו פראבירען צו מאכען אזוי פשוט.

אבער אפילו לויט דיין סברא, ביסט פון קאפ געפאלען? אין די וועלט וואוינען זיבען ביליאן מענטשען, פון זיי איז דא בערך דרייצען-פערצן מיליאן יידען, פון די יידען זענען אפשר א מיליאן וואס מ'קען רופען פרומע יודען, פון די פרומע אידען רעדסטו פון לאמיר זאגען הונדרעט טויזנט פון זיי, איז הונדרעט טויזנט פון זיבען ביליאן הייסט ביי דיר הצלחה?? האסט אמאל געלערנט מאטעמאטיק?
און אויב וועסטו זאגען אז דער אייבישטער גייט לכתחילה נאר אן די הייפעלע יידען, איז נישט פשט ער האט באנקראטירט, נאר ער האט לכתחילה געלייגט מעותיו על קרן הצבי און אינוועסטירט אין אן אינוועסטמענט וואס פארלירט זיבען טויזנט מאל מער וויפיל עס פארדינט.

אויס מענטש » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:29 am

· #142626
@לעיקוואד די חשבון גייט נישט אזוי
אויב וויל מען האבן א רובא דמונכרא אין די וועלט, וואלט מען לכתחילה נישט געדארפט אנהייבן דעם געשעפט מיט א מעט מכל עמים, נאר ליבערשט מיט טשיינע אדער א ריזיגע פאפולאציע, דער חשבון איז
דוקא מיטן עם הנבחר, און די תוצאות קוקט מען נאר וויפיל מענטשן כאפן דעם טריק אז דער עולם הגשמי איז אלעס אלוקותו ית', און וויאזויווערטמען נתקרב צו אים .

דער סך הכל ווערט נישט גערעכענט בכל דור ודור נאר אלע דורות בגולגלותיהם. צוזאמען במילא איז נישט במציאות פאר א נברא אדער אפי א מלאך ושרף צו מאכן דעם חשבון
ביום שימלא ה' דעה את הארץ וועט מען פארשטיין דעם גאנצן חשבון ביזדערווייל דארף מען האלטן חשבון אויף זיך אליינס

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:39 am

· #142628
אויס מענטש
דו פארענטפערסט א קשיא מיט נאך א גרעסערע קשיא?

ידען » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:45 am

· #142630
לעיקוואד
אויס מענטש
דו פארענטפערסט א קשיא מיט נאך א גרעסערע קשיא?

וואס איז די גרעסערע קשיא?

אידען זענען אלע מאל געוועהן די קלענסטע פון די וועלט.

די קשיא קען זיין אז סיז קיין מאל נישט געוועהן אזוי סאך אידען וואס האלטען נישט די תורה.

ידען » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:46 am

· #142633
באנקראט ביי די באשעפער האט צו טוהן וויפיל סיז דא אין די היימישע מוסדות?

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:59 am

· #142640
אז דער אייבישטער'ס ביזנעס רעכנט זיך מיט וויפיל שותמ"צ זענען דא, וואס העלפט דיר אז 'אלעמאל' זענען אידען געווען המעט? דאס הייסט דאך אז עס ווערט דאך נאר גרעסער די קשיא. אז נישט נאר היינט איז די קשיא נאר אויך 'אלעמאל'.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:04 am

· #142643
א שטיקל פאלטשע נחמה... די אלע OTD חברים דיינע, זענען אויך אמאל געווען צווישען די פארטאגס בחורים, און זיך פארהערט בע"פ בלעטער גמרא...
א שיעור גמרא אין א בעיסמענט אין דענווער יצ"ו, וואו יעדע פון די זיבען מענטשן איז א פרשה פאר זיך, איז אסאך א גרעסערע הנאה פאר ה' וואו א מעסס פראדוקשען בחורים וואס האבן ניטאמאל די מחשבה פון טראכטען פון אפשר צו טראכטען אנדערשט. אע"פ וואס איינע פון משתתפים אינעם דענווער שיעור לייגט נישט קיין רבינו תםס.

בן תמליון » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:12 am

· #142646
אויף די פראגע איז גאט באנקראט, האב איך געהערט פון איינעם א ראיה אז גאט איז נישט באנקראט. בנוהג שבעולם איז ווען דאס געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן. אז גאט לאזט נאך דעם וועלטל אנגיין זעט זיך אויס ער האט נאך עפעס רווחים דא .

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:06 pm

· #142667
לעיקוואד
יא יא, ווען עס וואלט אלעס טאקע געווען אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס און די וועלט וואלט געווען אזוי פשוט אז א תינוק הצריך לאמו וואלט פארשטאנען וואלסטו אפשר געווען גערעכט (און אפשר נישט)
וואס זאל מען טוהן אז די וועלט איז נישט אזוי פשוט, און עס איז אביסעלע נאריש עס צו פראבירען צו מאכען אזוי פשוט.

אבער אפילו לויט דיין סברא, ביסט פון קאפ געפאלען? אין די וועלט וואוינען זיבען ביליאן מענטשען, פון זיי איז דא בערך דרייצען-פערצן מיליאן יידען, פון די יידען זענען אפשר א מיליאן וואס מ'קען רופען פרומע יודען, פון די פרומע אידען רעדסטו פון לאמיר זאגען הונדרעט טויזנט פון זיי, איז הונדרעט טויזנט פון זיבען ביליאן הייסט ביי דיר הצלחה?? האסט אמאל געלערנט מאטעמאטיק?
און אויב וועסטו זאגען אז דער אייבישטער גייט לכתחילה נאר אן די הייפעלע יידען, איז נישט פשט ער האט באנקראטירט, נאר ער האט לכתחילה געלייגט מעותיו על קרן הצבי און אינוועסטירט אין אן אינוועסטמענט וואס פארלירט זיבען טויזנט מאל מער וויפיל עס פארדינט.


אויב קומסטו מיט סברא איז שוין געווען קלוגערע פון דיר וואס האבען געזאגט עזב ד׳ את הארץ,און 7 בילליאן מענטשען גייט אהן פאר גאט אזוי ווי סגייט מיר אהן זיבען בילליאן מוריטשקעס, און לפי דבריהם אינטרעסירט נישט גאט בכלל די גאנצע וועלט.
דער בעל האשכול דא איז סך הכל א מאמין בתורת משה און ער גלייבט און בראשית בשביל התורה ובשביל ישראל,ער גלייבט און הונדרעטע חז״לן און מקרא וואס זאגען אז די תכלית הבריאה איז די יודען און תורה ומצוות

הוגה » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:02 pm

· #142697
אויב מעג איך פרובירן אריינצוטרעטן און פארענטפערן פאר @לעיקוואד און אין איינוועגס אויך צולייגן מיינע אייגענע צוויי צענט.

די באשעפער איז בכלל נישט באנקראט, אזוי ווי בן תמליון און אנדערע האבן שוין געשריבן. מיר ווייסן נישט אויב זיבן ביליאן מענטשן איז וויכטיג פאר גאט אדער קען זיין אז זיבן איז אים גענוג. יא, מיר גלייבן אלע בתורת משה און מיר גלייבן אויך שזאת התורה לא תהא וכו'... די שאלה איז נאר אויב די באשעפער איז נישט באנקראט ווייל ראדני בית המדרש איז פול מיט אידן וואס לערנען פארטאגס געשמאק בלעטער גמרא, אדער איז ער נישט באנקראט ווייל ס'דא א שיעור אין א בעיסמענט אין דענווער. אדער אפשר גאר איז דאס נישט זיין גרעטע דאגה, ס'דא א גאנצע וועלט, אלעס איז אויסגעפלאנט אלעס מיט א חשבן, טויזנטער יארן (אדער מיליאנען יארן), טריליאנען מענטשן, פעלקער, רעליגיעס פרום און פריי. די באשעפער ווערט נישט באנקראט פון קריסטן, פון אטעאיסטן, און פון OTD'ס. נישט דו און נישט איך ווייס און פארשטיי זיין פלאן. ואני בתומי אלך אן חשבונות און אן זיך דארפן קלאפן אין רוקן און זוכן וועגן ווי אזוי מחזק צו זיין זיך און גאט.

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:13 pm

· #142699
‫@‬קאווע טרינקער

דאס איז א נייע (רעלאטיוו) משוגעת אז גאט האט אייביג מער הנאה פון די גאר שוואכע איד וואס טוט אים א טובה און לערנט א שעה א וואך ווי דאס פרומע בחור שלא טעם טעם חטא און האקט 12 שעות רצופות א טאג.

עס הייבט זיך נישט אהן!! עס איז דא א אלטע חקירה ביי די גדולי החוקרים (בראשם הרב הירש מיט קאנט) איבער ווער איז גרעסער? די פרומער וואס האט קיינמאהל טאקע נישט טועם געווען פרייהייט, אבער ער מיינט און דמיון'ט אז די תאוות וואס עוה''ז שטעלט צו איז ממש אין לשער. אדער די פרייע וואס געט אוועק די חירות אליינס אבער ער ווייסט אז עוה''ז זעהט אויס סאך בעסער ווי עס איז באמת. ביידע צדדים ברענגען ראיות צו זיך פון די גמרא איינער ברענגט אז צדיק בן צדיק איז העכער ווי א צדיק בן רשע און די צווייטע ברענגט במקום שבעלי תשובה עומדים...

אבער דאס איינגעווארצעלטע ריפלעקס אז גאט האט מער הנאה פונעם פת פלתור עסער, חלב עכו''ם טרינקער, קול אשה צוהערער, נשים צורירער, פריצותדיגע קליידער גייער, יום אידיהם מיטפרייער, חוץ לסוכה עסער, לייכטע תעניתים ברעכער, איופגעדעקטע שער אשה שטאלצירער, מוזיק אין ספירה אויסהערער וכו' פשוט ווייל ער טוט אמאהל עפעס א קלייניגקייט פאר גאט איז זייער א מאוס'דיגע זאך

(לגבי ווער איז טאקע גרעסער ביי גאט קען איך נישט יעצט זאגען ווייל איך האב לעצטענס געמאסטן צוויי גאר גראבע רבי'ס צו וויסען ווער איז הייליגער און מיין וואגשאהל האט זיך צובראכען)

הוגה » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:24 pm

· #142707
big joe
‫אבער דאס איינגעווארצעלטע ריפלעקס אז גאט האט מער הנאה פונעם פת פלתור עסער, חלב עכו''ם טרינקער, קול אשה צוהערער, נשים צורירער, פריצותדיגע קליידער גייער, יום אידיהם מיטפרייער, חוץ לסוכה עסער, לייכטע תעניתים ברעכער, איופגעדעקטע שער אשה שטאלצירער, מוזיק אין ספירה אויסהערער וכו' פשוט ווייל ער טוט אמאהל עפעס א קלייניגקייט פאר גאט איז זייער א מאוס'דיגע זאך.


מאוס'דיגע זאך? מאוס'דיג ביי וועם? ווער האט דיר פארציילט?

big joe
‫(לגבי ווער איז טאקע גרעסער ביי גאט קען איך נישט יעצט זאגען ווייל איך האב לעצטענס געמאסטן צוויי גאר גראבע רבי'ס צו וויסען ווער איז הייליגער און מיין וואגשאהל האט זיך צובראכען)


פיין!! 👍

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:39 pm

· #142718
@הוגה
I do (& can) only speak for myself
And so does everybody else, although a lot of them don't know it

הוגה » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:50 pm

· #142728
big joe
@הוגה
I do (& can) only speak for myself
And so does everybody else, although a lot of them don't know it


אין אנדערע ווערטער הייסט אזוי, ווען דו וואקסט אריין אין בית המדרש און דו זעסט די עולם זיצט און לערנט, זעסטו אז "דו" ביזט נישט באנקראט! (דו קענסט דאך נאר רעדן פאר דיר אליינס, נישט פאר גאט.)

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:05 pm

· #142737
איך בין אדורך די גרעניץ וואך אין לוד לופטפעלד, און געזען א גאנצע מדינה עובר זיין אויף כל איסורים שבתורה, און ערליכע אידן, נאכשלעפערס נאך זיי. און געשריגן "אוי לעינים שרואות כך"
איך בין אריין אין מיין לאקאלע ביהמ"ד און געזען הונדערטע בחורים מיט שיינע געל פאות, הויעך לערנען גמ' רש"י תוסי. און אפאר משגיחים מיט קאלירטע קארטלעך אין די האנט, ארומגיין צווישן זיי. און געזאגט "אהה, ב"ה גאט איז נישט באנקראט".

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:09 pm

· #142743
בן תמליון
אויף די פראגע איז גאט באנקראט, האב איך געהערט פון איינעם א ראיה אז גאט איז נישט באנקראט. בנוהג שבעולם איז ווען דאס געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן. אז גאט לאזט נאך דעם וועלטל אנגיין זעט זיך אויס ער האט נאך עפעס רווחים דא .

סאיז נישט מוכרח ער האט דאך ציגעזאגט אז ער ברענגט נישט נאך א מבול

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:15 pm

· #142745
@הוגה
כ'קען נאר זאגען וואס איך האלט, לגבי א ענין, דהיינו ווען איך זאג אז גאט איז נישט באנקראט איז עס כולו מיין דעה

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:18 pm

· #142747
און ווען איך זאג אז איך זע קיען פליעהן איז עס כולו מיין דעה...

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:24 pm

· #142750
@ טאמבל סאס
אין די לעצטע 2000 יאר איז נישט געווען אזויפיל פרומע ערליכע אידן ווי ס'דא היינט.
די אמאליגע "פרומע" דארפס איד איז געווען א גרעסערע עם הארץ און ווייניגער פרום ווי די היינטיגע "פרייע ציוני"
איבער %80 דארט פאסט יו"כ איבער %97 האבן נאר חתונה מיט אידן דאס איז אלעס וואס א אמאליגע דארפס איד האט געוויסט

מענין לענין באותו ענין עס האט זיך געדרייט א קליפ אויף וואטסאפ פון א פרייע מאכן קידוש פון א טעלעפאון און מאנכע האבן געלאכט אויף זיין "עם הארצות און טיפשות", מורי ורבותי עס איז ביי מיר ברור כחמה אז ווען די בעש''ט אדער די בארדיטשובער זעהן דאס קליפ וואלטן זיי געזאגט אז דאס האט געמאכט א ריזיגע רושם אין הימל און מבטל געווען א גרויסע קיטרוג.

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:27 pm

· #142752
טאמבל סאס
און ווען איך זאג אז איך זע קיען פליעהן איז עס כולו מיין דעה...

.When you drink or smoke it is not totally your opinions

כמאמר החכם:
.Why drink and drive, when you can smoke and fly

הוגה » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:43 pm

· #142756
big joe
@ טאמבל סאס
אין די לעצטע 2000 יאר איז נישט געווען אזויפיל פרומע ערליכע אידן ווי ס'דא היינט.
די אמאליגע "פרומע" דארפס איד איז געווען א גרעסערע עם הארץ און ווייניגער פרום ווי די היינטיגע "פרייע ציוני"
איבער %80 דארט פאסט יו"כ איבער %97 האבן נאר חתונה מיט אידן דאס איז אלעס וואס א אמאליגע דארפס איד האט געוויסט

מענין לענין באותו ענין עס האט זיך געדרייט א קליפ אויף וואטסאפ פון א פרייע מאכן קידוש פון א טעלעפאון און מאנכע האבן געלאכט אויף זיין "עם הארצות און טיפשות", מורי ורבותי עס איז ביי מיר ברור כחמה אז ווען די בעש''ט אדער די בארדיטשובער זעהן דאס קליפ וואלטן זיי געזאגט אז דאס האט געמאכט א ריזיגע רושם אין הימל און מבטל געווען א גרויסע קיטרוג.


יעצט הערט מען רעדן מער דברים כדרבונות.... you are getting closer... 🙂

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:50 pm

· #142758
אין די לעצטע זעקסט טויזנט יאר איז נישט געווען אזויפיהל מענטשן אויף דער וועלט ווי היינט.

און דיר צו בארייכערן מיט פרישע נייע ידיעות, איבער וויפיל עס האט דערגרייכט די צאל פרומע אידן פאר'ן קריג וועל איך איבערלאזן פאר די מבינים.
און קום מיר נישט זאגן אז די אלע האט נאר היטלער אויסגעהארגעט, ווייל מער ווי רוב אומגעקומענע זענען פרייע געווען.
איך ווייס, עס איז א בראך, אבער ליידער איז דער יצר במחנינו, און רייסט לעבעדיקע שטיקער פון אונז. מ'ברויך אביסל זיסער מאכן אידישקייט. אפשר אנהויבן מתיר זיין שולעס וואו מ'וועט לערנען א פאך פאר די אינגלעך; און א קאריערע פאר די קלוגערע.

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:52 pm

· #142759
big joe
מ׳קוקט אויפן גאנצע בילד ווייסט מען אז עס איז נאך קיינמאהל נישט געווען אזוי גוט.

big joe

אין די לעצטע 2000 יאר איז נישט געווען אזויפיל פרומע ערליכע אידן ווי ס'דא היינט.

אונז האבען שוין לאנג אן אשכול דערוועגען פון 26 דפים מיטען נאמען אכשר דרא

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:26 pm

· #142790
הוגה
אויב מעג איך פרובירן אריינצוטרעטן און פארענטפערן פאר @לעיקוואד און אין איינוועגס אויך צולייגן מיינע אייגענע צוויי צענט.

די באשעפער איז בכלל נישט באנקראט, אזוי ווי בן תמליון און אנדערע האבן שוין געשריבן. מיר ווייסן נישט אויב זיבן ביליאן מענטשן איז וויכטיג פאר גאט אדער קען זיין אז זיבן איז אים גענוג. יא, מיר גלייבן אלע בתורת משה און מיר גלייבן אויך שזאת התורה לא תהא וכו'... די שאלה איז נאר אויב די באשעפער איז נישט באנקראט ווייל ראדני בית המדרש איז פול מיט אידן וואס לערנען פארטאגס געשמאק בלעטער גמרא, אדער איז ער נישט באנקראט ווייל ס'דא א שיעור אין א בעיסמענט אין דענווער. אדער אפשר גאר איז דאס נישט זיין גרעטע דאגה, ס'דא א גאנצע וועלט, אלעס איז אויסגעפלאנט אלעס מיט א חשבן, טויזנטער יארן (אדער מיליאנען יארן), טריליאנען מענטשן, פעלקער, רעליגיעס פרום און פריי. די באשעפער ווערט נישט באנקראט פון קריסטן, פון אטעאיסטן, און פון OTD'ס. נישט דו און נישט איך ווייס און פארשטיי זיין פלאן. ואני בתומי אלך אן חשבונות און אן זיך דארפן קלאפן אין רוקן און זוכן וועגן ווי אזוי מחזק צו זיין זיך און גאט.


על ראשון ראשון צו גאט האט מער הנאה פון ראדני צו פון דענווער, פארשטיי איך בכלל נישט די שאלה אז ביידע זענען יודען און זענען עוסק און תורת ד׳ איז דיך זעכיר אז זיי ביידע פולען אויס די תכלית הבריאה ( פארשטייט זיך אז רחמנא ליבא בעי און סמעגליך אז סאיז אביסעל שווערער צו לערנען מיט א ריינע הארץ און ראדני וואו און א בעיסמענט און דענווער ואכמ״ל, אבער סאיז אוודאי דא יודען וואס מיינען ערענסט איבעראל און לפי דברי תורתינו האט גאט הנאה פון זיי.

ועל אחרון אחרון ואתה בתומך אלך זייער פיין,אבער אויב די ווילסט קענסטו קוקען און אונזער תורה און בפרט און חומש דברים און און נביא וועסטו זיין ווי גאט האלט זיך און איין בעטן ביי אונז יודען אז אונז זאלען היטען זיין תורה ומצוות, ער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק און זאלען עם מפרסם זיין און די וועלט דורך זיך האלטען געטריי צוזיין תורה ומצוות,ווען יודען האבען איבערגעלאזט שמירת התורה קוק אריין און ספר ירמיה און ישעיה וואו די אויבערשטער קלאגט אויף דעם.
יעצט פארשטייט זיך אז אן otd וואס היט תומ״צ און שווערט געטריישאפט צו גאט האט עם די אויבערשטער ליב,און אויב א ראדני יוד היט נישט און גליייבט נישט און גאטס תורה האט עם גאט נישט ליב.
איז וואס פונקטליך איז דיין confusion ?

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:30 pm

· #142792
טאמבל סאס
אפשר אנהויבן מתיר זיין שולעס וואו מ'וועט לערנען א פאך פאר די אינגלעך; און א קאריערע פאר די קלוגערע.


די חורבן איז נישט אז מ'לערנט נישט קיין פאך, די חורבן איז אז אינז אידן האבן אריין גענומען די קריסטליכע (ליטווישע קרי) השקפה פונעם מושג learning boy
ווילאנג 90 פראצענט מיידילעך ווילען א 'לערנינג בוי' (ווייל אזוי רעדט מען זיי איין) וועלן די בחורים זיצן אין ישיבה, אסאך פון זיי קעגען זייער ווילען, און א יושב בטל ...

הוגה » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:50 pm

· #142819
איינגעמיירעט

ועל אחרון אחרון ואתה בתומך אלך זייער פיין, אבער אויב די ווילסט קענסטו קוקען און אונזער תורה און בפרט און חומש דברים און און נביא וועסטו זיין ווי גאט האלט זיך און איין בעטן ביי אונז יודען אז אונז זאלען היטען זיין תורה ומצוות, ער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק און זאלען עם מפרסם זיין און די וועלט דורך זיך האלטען געטריי צוזיין תורה ומצוות,ווען יודען האבען איבערגעלאזט שמירת התורה קוק אריין און ספר ירמיה און ישעיה וואו די אויבערשטער קלאגט אויף דעם.
יעצט פארשטייט זיך אז אן otd וואס היט תומ״צ און שווערט געטריישאפט צו גאט האט עם די אויבערשטער ליב,און אויב א ראדני יוד היט נישט און גליייבט נישט און גאטס תורה האט עם גאט נישט ליב.
איז וואס פונקטליך איז דיין confusion ?



יא, די תורה זאגט אונז אז גאט וויל מיר זאלן היטן די תורה, אבער ווער ווייסט אויב גאט דארף מער חיזוק ווען הונדערט אידישע קינדערלעך ווערן אפענע כופרים, אדער ווען די גרעסטע צענטערן פונעם יהדות החרדית, די אזוי גערופענע 'סמעטענע' שלאגן זיך ארום און זענען גורם אזא חילול השם. ווער זאגט אז ראדני צייגט אז גאט איז נישט באנקראט, אפשר צייגט ראדני אז גאט איז ערשט באנקראט?

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:10 pm

· #142822
Did i miss something??
1) איז דא איינער וואס האלט אז די גרויסע קאמפעניס פון פלייש כעין ראדני וכדומה זענען די סמעטענע פון אידישקייט???


2) "הונדערט אידישע קינדערלעך ווערן אפענע כופרים" דו האסט גאר קליינע השגות/ידיעות (דאס איז א מעלה, הלוואי וואלט איך זיי אויך נישט געקענט, אדער געדארפט האנדלן מיט זיי)



3)
טאמבל סאס
אין די לעצטע זעקסט טויזנט יאר איז נישט געווען אזויפיהל מענטשן אויף דער וועלט ווי היינט.

מיר טוען רעדן דא פראצענטווייז

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:04 pm

· #142836
הוגה אויף דעם איז נישט די דיון איעדער וואס קומט און ק״ש פארשטייט שוין אז יודושקייט און גאט באשטייט נישט פון ראדני,און האלט שוין נישט פון די הייפעלע יודען בול שיט
מיין דיון איז געווען אויף לעקוואד׳ס ווערטער אז מכלומרשט דאגהעט נישט גאט בכלל אויף די יודישע רעליגיע עפ״ל אויף דעם האב איך געזאגט אז דאס איז הויל כפירה
און ווי איך זעע האט לעקוואד אנגענומען א שטיל שוויגעניש

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:07 pm

· #142838
העי, מווערט נישט אזוי שנעל א כופר, זאג נאר, האסט שוין דורכגעלערנט דאס וואס אלע ראשונים רעדן וועגן מטרת הבריאה? דו האסט שוין קלאר ארויס שיטת הרס"ג לעומת שיטת הרמב"ם לעומת שיטת הכוזרי? איך דארף נישט פארענטפערן יעדער עם הארץ וואס הייבט נישט אן צו קענען סוגיות פון טעאלאגיע און השקפה פון די יסודות אויף זיינע בויך-ווייען וואס עס דוכט זיך אז יעדער וואס רעדט א משהו מיט הגיון איז שוין אן אפיקורס.

(דרך אגב, לייגען אזוינע קליינע פינטעלעך ביים סוף פון א סענטענס, [כזה:.] , און קאמעס ווי ס'פאדערט [כזה: ,], איז ביי דיר א גוישע מנהג אז דו ביסט מקפיד עס נישט מקיים צו זיין?)

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:37 pm

· #142844
לעקוואד טייערס איך האב אוכט געלערענט מורה און כוזרי
סאיז כו״ע מודי און בראשית בשביל ישראל ובשביל התורה אלע גדולי תורה זענען געפארען מיט דעם,די שיטה וואס די מורה ברענגט איז שווער פון זייער אסאך חז״לן און אויב ווי די שטעלסטדיך אהער האסטו אמאל דורכגעטוהן די סוגיא ווייסטו דאס אליינס,און קיין איין ראשון און אחרון האט דאס אפילו נישט אראפגעברענגט פאר א צד.
איך פארשטיי פון ווי די קומסט,מהאט דיר מן הסתם מחנך געווען מיט אסאך עקסטרימיזים און מכח דעם איז דער שווער צוטרעפן נארמאלע יודושקייט, שפרינגסטו איין טאג מיט מאטעל זילבער און איין טאג מיט ישכר כץ, הכלל פון דיע אלע מלערנט נישט פשוטע פסוקים און חז״ל׳ן,און מקריכט ארום מיט כל מיני הגיונות משונות.
מאך דיך א שיעור און ספר דברים און אין נביא און אין אגדות חז״ל וואס אויף דעם איז יודישקייט געבויט.

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:16 pm

· #142854
@לעיקוואד, כשמך כך אתה, א עקל א פארשטינקענע בעל גאווה, זעהט אויס אז די נאמען האט טאקע עפעס מיט די שורש הנשמה. די נידריגע ליטוואקס דארפן אייביג פראקלאמירן וואס זיי לערנען אלץ, און וואס זיי קענען אלץ. ראביי לעיקוואד אינז זעמיר נישט אינטרעסירט וועלעכע ספרים דו האסט געטוען ליינען

"תנו רבנן: לעולם יהא אדם ענוותן כהלל ואל יהא קפדן כשמאי" דאס מיינט גארנישט ביי דיר? הלל האט געהאט צייט צו ענטפערן ער''ש צום דריטן מאהל, וועגען די אפריקאנעס פלאכע פיס, אבער דו ביסט דיך נישט גרייט אראפ צו לאזן צו איינער, אויב דו ביסט נישט זיכער אז ער איז בקי אין מורה, כוזרי און רס''ג. ווי זאגט מען אין די ליטא יעדע טאג נאך שחרית אין חודש אלול "להתרחק מן הגאוה בתכלית הריחוק (ומן הליצנות)"




@איינגעמיירעט מורה'ס דרך איז די איינציגסטע וואס מאכט סענס (חוץ ר' שמשון רפאל הירש שיטות און ר' יונתן אייבשיץ שיטות (אין זיין חיבור על הש''ס, וואס וואוילע אידן מאכען זיכער אז מ'דריקט עס נישט איבער))

תכלית כל הבריאה היא, אשר הברואים השפלים יוכלו, ע"י קיום התורה והמצוות, לילך מעלה מעלה, הלוך ומתפתח, עד שיזכו להדבק בבוראם ית' וית'.
בעל הסולם, מתן תורה, ו'


עולמנו זה על כל אשר בו, כלליו ופרטיו, לא נברא אלא למען האדם השלם.
הרמב"ם בהקדמתו לפירוש המשנה


אין מורה זאגט די רמב''ם אז די תכלית הבריאה איז די רצון האדם צו דינען גאט , נישט די מעשה ווייל דאס איז שוין אויך א בריאה (איך האב נישט קיין מורה יעצט קען איך נישט שרייבן די לשון)
מורה נבוכים ח''ג פ' י''ג אדער י''ד (כ'גדענק נישט יעצט פונקטליך)

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:01 pm

· #142864
Big joe איך האב הנאה אז די האסט אן אייגענארטיגע מיינונג און ק״ש,אסאך מאל ליינענעדיג ק״ש דוכט זיך מער אז אז איך בין א ראדני,נישט פונקט ראדני אבער די זעלבע געדאנק,
און ראדני משום כמה סיבות ווען סקומט צו געוויסע ענינים פון יודישקייט וועט גאנץ ראדני טראכטען די זעלבע און סוועט נישט העלפען קיין פדנו ומצילנו אזוי איז עס און פערטיג, דאס הייסט די שיטות איז נישט געבויט אויף קיין הוכחות,נאר פארקערט די הוכחות איז געבויט אויף די שיטה און אגענדא.
ק״ש און געוויסע דיונים האט עס א שיטה אלע וועלען משום סיבות נאכגיין די זעלבע שיטה, סוועט נישט העלפען גארנישט קיין הוכחות אויף פארקערט, אויב ביסטו קעגן שיטות ק״ש.
פארדעם האב איך בכלליות אויפגעהערט צו שרייבען דא ווייל כאיי וועלט כן ק״ש סאיז מענטשען וואס טראכטען בעיסיקלי אויפען זעלבען געדאנק און זענען דריווען מיט אגענדאס צו טראכטען איעדען ענין לפי אגענדאסאן,און נישט מברר זיין הדברים על בורין ואמיתתן.

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:10 pm

· #142867
big joe
לעיקוואד, כשמך כך אתה, א עקל א פארשטינקענע בעל גאווה, זעהט אויס אז די נאמען האט טאקע עפעס מיט די שורש הנשמה. די נידריגע ליטוואקס דארפן אייביג פראקלאמירן וואס זיי לערנען אלץ, און וואס זיי קענען אלץ. ראביי לעיקוואד אינז זעמיר נישט אינטרעסירט וועלעכע ספרים דו האסט געטוען ליינען

וואהה. איך געדענק, איינער האט לעצטנס געזאגט דא א שיינע תורה וועגן מדת ענווה.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:13 pm

· #142868
האלאו?.....
ביג דזאו?...
יו קען גאו....

אזוי צו רעדן אויף לעיקוואוד?

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:15 pm

· #142869
לעיקוואד
העי, מווערט נישט אזוי שנעל א כופר, זאג נאר, האסט שוין דורכגעלערנט דאס וואס אלע ראשונים רעדן וועגן מטרת הבריאה? דו האסט שוין קלאר ארויס שיטת הרס"ג לעומת שיטת הרמב"ם לעומת שיטת הכוזרי? איך דארף נישט פארענטפערן יעדער עם הארץ וואס הייבט נישט אן צו קענען סוגיות פון טעאלאגיע און השקפה פון די יסודות אויף זיינע בויך-ווייען וואס עס דוכט זיך אז יעדער וואס רעדט א משהו מיט הגיון איז שוין אן אפיקורס.

(דרך אגב, לייגען אזוינע קליינע פינטעלעך ביים סוף פון א סענטענס, [כזה:.] , און קאמעס ווי ס'פאדערט [כזה: ,], איז ביי דיר א גוישע מנהג אז דו ביסט מקפיד עס נישט מקיים צו זיין?)

ווען די נעמסט וועין ווייטער אהן דיין שטילשוויגעניש וואלט איך נאך געטראכט אז די האסט עפעס זאכליך צוזאגען.
געווענטליך האסטו מער סעלפ קאנטראל.
אשכח פאר דיין הערה בענין די פונטעליך, סאיז מיר שווער צו מדקדק זיין שרייבענדיג פון אן איי פאין.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:17 pm

· #142870
שלום עליכם איינגעמיירעט, שוין נישט געווען דא א שטיק צייט, לאמיר האפן איר זענט צוריק מיט פרישע כוחות אנצוהאלטן די רוהיגע ווינקל ווי מ'שמועסט כאשר ידבר איש אל רעהו.

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:18 pm

· #142871
הממ שיינער גראם. ענדיג שוין צו פאר די געלט.

האלאו?.....
ביג דזאו?...
יו קען גאו....
צו רעדן אויף לעיקוואד אזוי?...
יא, מיר אלע זענען פון לעיקוואד'ס שטארקע חסידים. ווי ער וועט פעקלען, וועלן מיר זיך פעקלען. ווי ער וועט עקלען, וועלן מיר עקלען.
דא אין קאווע לערנט מען, צו קענען טשאלענדזשן יענעמ'ס א דעה, אבער ווייטער באהאנדלען דעם עצם מענטש מיטן פולסטן רעספעקט.
"דו רעדסט דברים של קאק, אבער דו ביסט ווייטער א כ"ק.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:27 pm

· #142874
קופערניקוס? פלצות כאפט אייך אן? שארף!

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:29 pm

· #142876
קופערניקס מיין ניק פרובירט צורעדן די זעלבע שפראך וואס דער ניק רעדט צומיר.

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:44 pm

· #142882
איך מיין זייער פשוט,
אויב זעסטו מיין ניק רעדט מיט היץ דעמאלס זאלסטו וויסען אז איך האלט אינמיטען מקיים זיין עם היצער תהיצער, איך שרייב נישט סתם מיט היץ.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:52 pm

· #142884
big joe
@לעיקוואד, כשמך כך אתה, א עקל א פארשטינקענע בעל גאווה, זעהט אויס אז די נאמען האט טאקע עפעס מיט די שורש הנשמה. די נידריגע ליטוואקס דארפן אייביג פראקלאמירן וואס זיי לערנען אלץ, און וואס זיי קענען אלץ. ראביי לעיקוואד אינז זעמיר נישט אינטרעסירט וועלעכע ספרים דו האסט געטוען ליינען

"תנו רבנן: לעולם יהא אדם ענוותן כהלל ואל יהא קפדן כשמאי" דאס מיינט גארנישט ביי דיר? הלל האט געהאט צייט צו ענטפערן ער''ש צום דריטן מאהל, וועגען די אפריקאנעס פלאכע פיס, אבער דו ביסט דיך נישט גרייט אראפ צו לאזן צו איינער, אויב דו ביסט נישט זיכער אז ער איז בקי אין מורה, כוזרי און רס''ג. ווי זאגט מען אין די ליטא יעדע טאג נאך שחרית אין חודש אלול "להתרחק מן הגאוה בתכלית הריחוק (ומן הליצנות)"


big joe
בענדזשאמין פרענקלין
בין איך דער איינציגער וואס גריצעלט אינעם אויער דעם נאמען דזשאו "הגדול", קודם ווער איז זשאו הקטן אז ער איז גדול הימנו, און לאמיר שוין יא זאגן אז ער האט געטראפן עפעס א זשאוי הקטן וואס ער האלט זיך העכער פון יענעם זעט מיר עפעס אויס אז עס איז דא אויך גילטיג דעם כלל פון עלובה עיסה שנחתומיה מעידין עליה.



מחאה וגילוי דעת!!! אוי לנו כי הושברנו!!! בושה וחרפה מזעזעת!!!

בכי אבכה וקינה אקונן!!! הנוכל לשתוק?!?! עד אנה ינאצוני?!?!

חילול הקודש והמקדש!!!





לא חרבה ירושלים עד שבזו בה תלמידי חכמים

על זה דוה לבינו, על כי יצא איש מבית יהודי בדרך אשר לא הנחילו אבותינו, וישלח לשונו לפגוע ולבזות את גדול הדור
בדברים אשר לא יסבלום נקיי הדעת אף בקשר לאנשים פשוטים, עפרא לפומיה.

דזשאו הגדול, לא פסק פומיה מגירסא, עמל בתורה, ובקי בחדריה ומקצועותיה

דזשאו הגדול, מפורסם בחסידותו, ובפרישותו, ובזהירתו הרבה לקלה כבחמורה

דזשאו הגדול, רוח הבריות נוחה הימנו, כי רק יראת ד׳ לנגד עיניו

ורחוק הוא אפילו משמץ של גאווה או התנשאות ח״ו כרחוק מזרח ממערב!!!!!

עד כי כל רואיו מעידים ״אשרי אביו שלמדו תורה כמה נאים דרכיו כמה מתוקנים מעשיו״


אם על כבודו של ת״ח אשר אלה לו, לא נחוס, אז הרי ח״ו גלה כבוד מישראל, ונגדעה קרן התורה ר״ל, וכבר נצטווינו מסיני במצות עשה לכבד החכמים. וז״ל הרמב״ם פ״ו מת״ת כל ת״ח מצוה להדרו וכו׳ ובשו״ע עון גדול הוא לבזות את החכמים או לשנאותן. ומאמר רז״ל לא חרבה ירושלים עד שבזו בה ת״ח שנאמר ויהיו מלעיבים במלאכי האלוקים וגו׳ וכל המבזה את החכמים אין לו חלק לעולם הבא והרי הוא בכלל כי דבר ד׳ בזה. וכמבואר ב׳כהן ונביא׳ כרך ב׳ (מר׳ מאיר כהנא הי״ד) כל מי שמדבר נגד ת״ח נקרא אתאיסט, כופר ורשע. עכ״ל הקוה״ט

איך בין נישט קיין קאווע שטיבל טרינקער אבער ווי נאר עס האט דעגרייכט צו מיינע אויערן די מורא׳דיגן ביזיון התורה וואס איז פארגעקומען דא ברבים איז מיר נישט געבליבן קיין ברירה נאר זיך אנצונעמען פאר מיין שמינית שבשמינית.

ובזה אני קורא לכל אשר יכול להשפיע על בן בליעל מר. בענדזשימען פרענקעלין לחזור בו מהדברים האסורים אשר כתב תבוא עליו ברכה.

ולאחב״י גם אנחנו צריכים לעשות חשבון הנפש, איך יצא מאיתנו אדם עם דעות כוזבות כאלה??? ולכן אני מכריז על צום ומספד ושביתת מלאכה למשך שלושים יום ונתאסף ברחובה של עיר אנשים נשים וטף ברב עם להוקיע מר. פרענקלין ולזעוק זעקה גדולה ומרה, ונאמר קבלת עול מלכות שמים, ו36 פעמים ׳פוי פוי׳ עד אשר יסור חרון אפו מעמנו ונזכה כולנו לאורו של משיח ודזשאו הגדול בראשנו בב״א

החותם מתוך קנאת ד׳
יום ב׳ לסדר ובערת הרעה מקרבך
הק׳ דזשאו הגדול


איז דאך א מורדיגע סתירה???????????????
אלא מאי מוז מען זאגן הא לן והא להו. דארט רעדט מען פון זיך און דא רעדט מען פון יענעם.

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:07 pm

· #142889
[ציטאט אראפגענומען]

איך קום אוכט אהער ווייל ס׳עטרעקט מיר אייט אויף די באקס טינקינג, אבער כמה פעמים זייענדיג דא, דאכט זיך מיר אז איך שפרינג ארויס פון איין באקס אריין און צווייטען באקס אריין.

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:08 pm

· #142890
consistency is a trait for weak minded people, I can handle two contradicting opinions

big joe » זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:22 pm

· #142894
בענדזשאמין פרענקלין

איז דאך א מורדיגע סתירה???????????????
אלא מאי מוז מען זאגן הא לן והא להו. דארט רעדט מען פון זיך און דא רעדט מען פון יענעם.


דאס איז דאך א דבר פשוט!!! וואס פאר א גדול וואלט איך געווען אויב וואלט איך נישט געהאט קיין 'דאבל סטאנדארט'

בענדזשאמין, דו ביסט מיינע א מתנגד מיום שדרך רגלי על אדמת ק''ש, און אויף דעם קומט דיר א שכוח עס איז גוט צו ווערן טשעלינזשיד פון צייט צו צייט. אבער עס איז צייט פאר איינער אויף מיין לעוועל דיר איבער צונעמען.


נ.ב. אדער האסטו א ריזן חוש הומור, אדער ביסטו א פארווייטאגטע רחמנות.
בלאט: 1 2