☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רחמנות אויף צושלאגענע מוחים?

רחמנות אויף צושלאגענע מוחים?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4521

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:19 pm

· #142471
רחמנות אויף צושלאגענע מוחים?
זעהנדיג אויפגעשפילט די קלעפ וואס די (קול מבשר גערופענע:) "פרידליכע מוחים" אנטקעגען די וואס זענען זוכה לבנות חרבות ירושלים, האב איך זיך געטראפען אין דילאמע.
פון איין זייט, די מכות און באקסעס טוהן דאך אזוי וויי, אז כמעט וואס כ'קען נישט צוקוקען. איך הייב אן צו שוויצען ווען כ'זעה וויאזוי זיי, די משטרה וכדו', דרייען אויס די פיס פון די מוחים, אדזש כ'הער די קולות ביז אהער, ממש א פחד.
פון די אנדערע זייט, יעדע מוחה גייט דאך אהין אדעתא דהכי. די וואס שטייען דארט ווי מ'מעג שטיין, און שרייען סתם גיוואאאלד 40 מאל אין א מינוט, זיי כאפן דאך נישט קיין פעטש.
קומט אויס, אז די פעטש כאפער זענען שוטים גמורים, ווייל אפילו מ'וועט אננעמען אז די גראבער זענען עובר אויף די ל"ת פון חפירה במקום קבר תהום, איז דאך אוודאי נישט קיין חיוב מוחה צו זיין עד כדי הכאה, בפרט אז דורך גיין אין תפיסה ביסטו עובר און מבטל אסאך אנדערע מצוות, ווי למשל ביטול תורה און תפילה, מצות עונה, און נאך. נו, אויף א שוטה גמור זאגן דאך חז"ל "אסור לרחם".
איז יעצט מיין שאלה, צו מעג איך רחמנות האבן אויף זיי?
וואס איז אייער מיינונג?

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:39 pm

· #142475
איז אפשר לאמיר זיי העלפן?
איז שייך בכלל?
אפשר שרייבן - אויף זייער שפראך און סגנון - אן הסברה?

בעל הבית » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:58 pm

· #142479
,,,

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:20 pm

· #142481
די פראפאגאנדע שרייבערס פונ'ם איד און בלאט און קול מבשר (וואס כ'האב נישט געהערט.) שרייבן דאך "פרידליכע מוחים". זיי מוזן אזוי שרייבן. אבער דער מציאות איז אז די מוחים וועלכע שטייען אונטער די באריקאדן פון די פאליציי ווערן נישט געטשעפעט. ס'איז אפילו דא א בילד אין בלאט (געברענגט פאר צוויי יאר צוריק) פון א חרדי'שן יונגערמאן (מ'זעהט זיינע פיאות און בארד.) וועלכער האטצעך געספראוועט מיט די צולאזטע מוחים. איהם קענמעון זיכער נישט חושד זיין אין פיינט האבן ערליכע אידן. נאר ס'איז פארשטענדליך אז א סאך פון די מפגינים גייען אדעתא דהכי צו מאכן טראבל.

גנדי » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:21 pm

· #142507
ווען ח"ו א משפחה מיט קינדער פון די מתנחלים ווערן דערשטאכן צום טויט אין די שטחים (ה"י) שרייען די קנאים מיר האבן נישט רחמנות ווייל זיי לייגן זיך אליינס אריין אין א סכנה.

קען מען זאגן די זעלבע אויף די מוחים? אז זיי לייגן זיך אליינס אריין אין א סכנה?

נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:40 pm

· #142514
שונאי ישראל קיפ אן מיט אייער מלחמת קודש און אנטיסעמיטיזעם,
און באגנוגט אייך ניש מיט שרייבען אינטער באהאלטענע ניקים נאר גייט'ס בפועל ארויס אין די הייליגע אלול טעג און העלפט צו אייער ברידערליך די משטרת הציוני צו קנאקען און טיילען מכות אכזריות פאר די מוחים.
הייבט'ס אייך ברידערליך זייט'ס עולה קיין ישראל און קויפט אייך איין זכותים פאר'ן יום הדין.
ותשובה ותפלה וצדקה.....

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:48 pm

· #142517
דער לייק האב איך אייך געגעבן ווייל איר האט מיר געמאכט שמייכלן. יעצט זע איך פארוואס איר הייסט פרייליך ווייל איר מאכט פרייליך אידן , קיפ אפ דע עמעזינג זשאב.

קינות גירושין » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:57 pm

· #142520
לכאורה זענען זיי נישט עובר אויף עונה ווייל די ווייבער זענען מוותר, אולי

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:18 pm

· #142528
נאר,,פרייליך
שונאי ישראל קיפ אן מיט אייער מלחמת קודש און אנטיסעמיטיזעם,
און באגנוגט אייך ניש מיט שרייבען אינטער באהאלטענע ניקים נאר גייט'ס בפועל ארויס אין די הייליגע אלול טעג און העלפט צו אייער ברידערליך די משטרת הציוני צו קנאקען און טיילען מכות אכזריות פאר די מוחים.
הייבט'ס אייך ברידערליך זייט'ס עולה קיין ישראל און קויפט אייך איין זכותים פאר'ן יום הדין.
ותשובה ותפלה וצדקה.....

אויב דאס איז די בעסטע תירוץ אוועיליבעל דאן שטייסטו זייער שמאל, מוח דחוק וואס דו ביסט.

פידלער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:21 pm

· #142530
נאך די דניאל פערל (<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Daniel_Pearl">http://en.wikipedia.org/wiki/Daniel_Pearl</a>) מעשה, האבן זיך די גאווערנמענטס פון דעמאקראטישע לענדער געבעטן ביי אלע דזשורנאליסטען אהיים צו קומען. ס'איז אבער געווען אפאר "העלדן" וואס האבן איגנארירט די בקשות. האב איך דעמאלס געלייענט א לייט-ארטיקל וואס האט ארויסגעברענגט די אינטערעסאנטע טעזיס אז די דזשורנאליסטען זענען selfish. אויב זיי ווערן געכאפט און מ'טיילט זיי אויס געפערליכע צרות אדער מ'הרג'עט זיי, קאסט עס אונז, די empathetic המון עם, ווייטאג. פארוואס זאל אונזער שלאף צושטערט ווערן און אונזער הארץ וויי טאן צוליב זייער "העלדישקייט"? ווי selfish זיי זענען!

איך מיין אז די אקציעס פון די מוחים וואס קאסטן הארץ ווייטאג פאר אנדערע קען אריין גיין אין די זעלבע קאַטעגאָריע פון selfishness.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:50 pm

· #142555
בענדזשאמין פרענקלין
דער לייק האב איך אייך געגעבן ווייל איר האט מיר געמאכט שמייכלן. יעצט זע איך פארוואס איר הייסט פרייליך ווייל איר מאכט פרייליך אידן , קיפ אפ דע עמעזינג זשאב.

בנימין ידיד ה'. ס'איז גוט אז דו ביסט דיך מסביר. ווייל כ'האב אויף א רגע קט געמיינט אז דו ביסט בשיטה אחת מיט'ן גאר פרייליכן איד. ס'איז דאך א דבר ידוע אז די "פרידליכע מוחים" ביי די הפגנות טוען גארנישט אויסער שטיין רואיג אויף זייער פלאטץ. דאן ווער צוברעכט די טרעפיק לייטס, צינדט אונטער די "צפרדעים", די גרויסע גארביטש קאנטעינער'ס. און ווער רוקט זיי ארויס אינמיטן וועג ווען אן אגד באס פארט אדורך? מוז זיין די פארשאלטענע ציונים וועלכע זוכן א תירוץ פארוואס צו קומען אנברעכן די ביינער פאר די ערליכע אידן. 😳 🙄

טעפל » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:19 am

· #142601
מיט האלטענדיג כמה פעמים די הפגנות פון די "פרידליכע מוחים" ("מוחים דחוקים" איז בעסער געזאגט) קען מען גוט פארשטיין די "רשעותדיגע" פאליציי, נישט אז זיי זענען נישט קיין רשעים, ווער עס קען די יס"מניקערס ווייסט אז זיי זוכען פשוט עקשען און בלוט, אבער ווען מ'רופט זיי אז מ'טשערט בויען, פארמאכט גאסען וכדו' זענען זיי טאקע דא צו מאכען סדר..

קרעקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:51 am

· #142636
איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך
סך הכל רעד מען פין געדינגענע סעדינגענע סיקיארעטיס שלעגער, פארוואס קענען נישט די חרדים צוריקשלאגן?
זיי לויפען אוועק און לאזען זיך שלאגען און באקסען, געב צוריק מקל צוריק

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:53 am

· #142637
קרעקער
איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך
סך הכל רעד מען פין געדינגענע סעדינגענע סיקיארעטיס שלעגער, פארוואס קענען נישט די חרדים צוריקשלאגן?
זיי לויפען אוועק און לאזען זיך שלאגען און באקסען, געב צוריק מקל צוריק

ווייל אויב זיי ווייזען אז אז טויגען יא, וואלט מען זיי תיכף גענומען אין מיליטער אריין.

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:02 am

· #142642
כ'מיין אז די עס עס לייט וואלטען זיך געקענט קומען לערנען פון די געשוואלענע קעפ דא און אפנארמאלע אויבער חכמים שרייבערלעך דא אין ק''ש וויאזוי צו האסען און פיינט האבען דעם שמוציגער דזשיד
ס'עפעס להפליא די געוואלדיגע אהבת ישראל מיט וואס די וואס זענען דוגל מיט די שיטת אנטי-קנאות טיען זיך אויסצייכענען מיט א זעלטן אהבת ישראל וואס דאכט זיך אין די לעצטערע טויזענטער יארען איז זעלטן ווי געזען געווארען אזא ליבשאפט צו א צווייטען יוד
אבער ביטע ניש פארגעסן די סאקמירע פערד די זענען די וואס האבען האס און שנאה צו א צווייטען
זכרהו מאחר שבא להשכיחו

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:06 am

· #142644
פון וואו נעמט איר אזא צואה שפראך? אזוי רעדט מען? פוי.
עפרא לפומיך.