☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס איז דער אמת מיט ר' אברעמעל סלאנעמיר

וואס איז דער אמת מיט ר' אברעמעל סלאנעמיר

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4515

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:41 pm

· #142101
וואס איז דער אמת מיט ר' אברעמעל סלאנעמיר
די אתרא קדישא חברה האבן געווארפן פאשקעווילן אויף ר' אברהם סלאנעמיר אז ער האט דין רודף אין ער האט חלק מיט די בית שמש גראבעריי

למעשה ליין איך דער איד אז ביי ר' אברהם סלאנעמיר חלק די גבעת ירושלים שטח נעמט גאר אתרא קדישא קעיר איז אלעס איז רואיג אין פיין


יעצט קען מיר איינער זאגן ווער זאגט דעם אמת דא ?

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:48 pm

· #142105
📎 zxcvbnm.jpg

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:52 pm

· #142110
כ'זעה די מהר''א פראקציע וואס שיקט ארום אין אימעיל זייער אגענדע זענען אויך שטארק מחפה אויף סלאנים
זעהט אויס עפעס איז ער פארמישט דא אינעם חפירות המערות

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:56 pm

· #142113
נאר,,פרייליך
כ'זעה די מהר''א פראקציע וואס שיקט ארום אין אימעיל זייער אגענדע זענען אויך שטארק מחפה אויף סלאנים
זעהט אויס עפעס איז ער פארמישט דא אינעם חפירות המערות



לאז אפ די מהר"א פראקציע

ענטפער וואס ווילט עטץ פין סלאנים ?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:01 pm

· #142117
דער ארבייט אויף אלע כוחות ס'זאל ווערן אן ארויני זאלי פייט אזוי וועלן זיי קענען זאגן אז באמת האלט יעדער יא פון א"ק נאר די ארונים נישט.

צו זיין ביטערע צער ויגון ואנחה געלונגט עס אים נישט און זעהט ווי קיינער, ענד איי ריפיט קיין איין רעכטדענקערדיגע מענטש רעכענט זיך נישט מיט די שמידל/שטערן קאמפעני.

אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:05 pm

· #142121
איך וויל מאכן א שטיקל הקדמה
דא דרייט זיך ארום א ניק וואס איז אים נישט גענוג אז לער אזט הערן זיין מיינונג, און שוין, נאר ער האקט שטותים יעדעס מאל ביי יעדע נייעס אלעס בלי גבול
איז אזוי, פיל מאל ווען א ניק אין צימעס צולאזט זיך, האמיר דאך מורינו ר' זר זהב, וואס נעמט זיך איבער אים, אבער מטעמים הכמוסים געשעהט עס נישט, דערפאר רצוני צו בעהטן מיט שיינעם דעם חשובען ניק שריבט איינמאל אייער מיינונג, און לאזט די נייעס פארן ווייטער האקט נישט אין קאפ יעדע תגובה מיט די זעלבע שטותים אדע ענטפערט איר לענין אדער לאזט געמאח
יישר כח
אין אזייטיגע קשיא
וואס פארא חילוק אין נאמנות צווישן בעולמם של חרדים און בחדרי ?
פון בחדרי ציטירט ער מיט יראה ואימה אתמהה? נאר מיר איז עס נישט שווער איך פרעג נאר לשבר את האוזן

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:36 pm

· #142137
פרייליך איך ווארט אויף א תירוץ

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:46 pm

· #142142
איך וואלט געשטימט מ'זאל דעם טראל אויסשליסן.

אויב מיין מיינונג מיינט עפעס, קוקט עס מיר אויס אז לייזר קעסטנבוים קעמפט פאר אברהם סלאנים און האט אויסגעאיבט א דרוק אין דער איד אז מ'זאל אים פאזיטיוו דעקן.

משה גבאי האט דערמיט שטארק פאררראטן די סיקריקים פראקציע פון די זאלי פארטיי.

אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:58 pm

· #142146
זיי נישט משוגע משה גבאי האט זיי פארראטן???
ער איז זיי עפעס שולדיג זיי העלפן אים צו מיט א משהו?
זיי זענען מחריבים בכל מקומות מושבותיהם אפי' דא במקום שותי הקאווע כדברי לעיל, און ער רעכנט זיך בכלל ניש מיט זיי.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:53 pm

· #142205
💡
שעפטל
דער ארבייט אויף אלע כוחות ס'זאל ווערן אן ארויני זאלי פייט אזוי וועלן זיי קענען זאגן אז באמת האלט יעדער יא פון א"ק נאר די ארונים נישט.

צו זיין ביטערע צער ויגון ואנחה געלונגט עס אים נישט און זעהט ווי קיינער, ענד איי ריפיט קיין איין רעכטדענקערדיגע מענטש רעכענט זיך נישט מיט די שמידל/שטערן קאמפעני.

ס'א פלא ווי א קאמפעני מיט וועם קיינער רעכנט זיך נישט האט די פולע שטיצע און הסכמה פון די רבנים הן די עדה און הן די פון די וואס ווערן דא אויסגערעכנט
און די קעגנער'ס א חוץ רבני התקשורת מיט איין רב וואס איז שוין יארען כידוע וואס די משפחה ווייטאגט אויף זיין סטאטוס שטעלט זיך אף גם אחד נישט צו צי זיי אויסצורייסען די קברים אויפען ארט, תיקו
2013816_024818651_jpg.jpeg

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:00 pm

· #146458
וואס איז געשעהן אז סלאנים האט געדראפט אתרא קדישא ?

יונגערמאנטשיק » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:14 am

· #146661
נאר,,פרייליך, דו האסט געענפערט ממש אויף וואס מ'האט דיך געפרעגט. קען נישט זיין קלארער!

#justsaying

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:39 pm

· #147047
זלמן זאפיר
פרייליך איך ווארט אויף א תירוץ

א יעדער האט געוואוסט וועים מ'מיינט!!!