☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איך וויל א דאגי (הונט בלע"ז)

איך וויל א דאגי (הונט בלע"ז)

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4514

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:55 pm

· #142059
איך וויל א דאגי (הונט בלע"ז)
ווייל...

ער פארשעמט מיר נישט (ווי מיין שווער)
ער בלאקט נישט מיין דרייוועי (ווי מיין שכן)
ער שמייכלט צו מיר (ווי א משולח)
ער דארף מיר האבן (ווי די IRS)
ער איז צופרידן מיט וואס איך געב אים (ווי מ.. קיינער)
ער פאלגט ווען מ'הייסט (ווי א דעמאקראט)
ער לויפט מיר נאך ווי א קנעכט (ווי מיין מלוה)
ער בילט נישט אגאנצען טאג (ווי מיין boss)
ער בילט נאר א האלבע טאג (ווי מיין ווייב)
ער האט מיר ליב אהן קיין תנאים (ווי מיין כלה פארן תנאים)
ער היט מיר פון גנבים (ווי מיין צו'מזיקטען קאר)
ער לעקט מיר (ווי מיין לייף אינשורענס חבר)
ער האט מורא פון מיר (ווי מיין טענעט אויפן דריטען)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:04 pm

· #142061
נעם אראפ די זעקסטע שורה, און איר גייט אריין א גורל פאר א לייק.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:38 pm

· #142080
@קאווע טרינקער זיי נישט אזוי ביטער, לייג אריין אביסל ציקער, אז נישט פאסט זיך מער, טיי טרינקער. 😉

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:41 pm

· #142083
רויטע וואנצעס
@קאווע טרינקער זיי נישט אזוי ביטער, לייג אריין אביסל ציקער, אז נישט פאסט זיך מער, טיי טרינקער. 😉

פארוואס ווען די גוישע מידיע זאגט אז "חסידים זענען ...." ווערסטו ווילד און דו שרייסט "חסיד אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף"? דו טוסטאך די זעלבע זאך.
נאו, וועי, איר באקומט נישט קיין לייק - פון מיך, אויף די תגובה - ווילאנג איר מאכט חוזק פון מיינע חברים...
סארא סטראשע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:45 pm

· #142085
דערמאנסט מיר א וויץ,

אויב קומסטו אהיים, די טיר איז צוגעשפארט, און דו זעהסט דיין ווייב שרייען און דיין דאגי בילן,
פון וועמען וועסטו קודם קעהר נעמען?

פון די דאגי, ווייל נאכן ארייננעמען וועט ער אויפהערן בילן, משא"כ די ווייב וועט ווייטער אויך שרייען, וא"כ מאי הועילו חכמים.

וויצן מאחורי, א דאגי איז זייער א געטרייע באשעפעניש. אבער עס ברענגט נישט קיין שום רעווארדס פארן באלעבאס; אודאי היט ער דיין פארמעגן און לעקט דיר דיין פוס מיט הכנעה, אבער צו פארגלייכן צו אביסל אידיש נחת?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:15 pm

· #142093
קאווע טרינקער איך וועל לייגן מיין ego אין די זייט, איך וויל קיינעם נישט מצער זיין. כ'וועל עס טוישן, איך האב עס געלייגט אין שמייכעל אז מ'זאל שמייכלען.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:19 pm

· #142095
שמעקעדיג
דערמאנסט מיר א וויץ,

אויב קומסטו אהיים, די טיר איז צוגעשפארט, און דו זעהסט דיין ווייב שרייען און דיין דאגי בילן,
פון וועמען וועסטו קודם קעהר נעמען?

פון די דאגי, ווייל נאכן ארייננעמען וועט ער אויפהערן בילן, משא"כ די ווייב וועט ווייטער אויך שרייען, וא"כ מאי הועילו חכמים.

וויצן מאחורי, א דאגי איז זייער א געטרייע באשעפעניש. אבער עס ברענגט נישט קיין שום רעווארדס פארן באלעבאס; אודאי היט ער דיין פארמעגן און לעקט דיר דיין פוס מיט הכנעה, אבער צו פארגלייכן צו אביסל אידיש נחת?

איך האב עס געלייגט אין שמייכעל אפטיילונג נישט אין געזעלשאפט אפטיילונג 😃

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:06 pm

· #198056
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=693226474046356&set=vb.460958710606468&type=2&theater">https://www.facebook.com/photo.php?v=69 ... =2&theater</a>

ציבעלע-קיגל » פרייטאג מאי 9, 2014 8:49 am

· #199755
האסט פראגעסן...
ער מאכט אן אין די דייניג רום אן דעם וואס מען זאל איהם בעטן

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 9, 2014 10:07 am

· #199769
למען האמת, ס'גראדע נישט אזוי. מ'קען א הונט טרענירן פונקט ווי להבדיל א מענטש.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 11:52 pm

· #293688
האט איר א הונט? א ווארימער חסידישער אינגערמאן איז וויליג צו שפאצירן און בעביסיטען אייער הונט פאר א גוטע פרייז.
<a class="postlink" href="http://gothamist.com/2015/07/29/brooklyn_hasidic_dog_walker.php">http://gothamist.com/2015/07/29/brookly ... walker.php</a>

הרב_שלום » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:03 am

· #293689
א הונט קען שמעקן אויב די מענטש האט נעבעך יענע מעשה

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 3:18 am

· #293709
הרב_שלום
א הונט קען שמעקן אויב די מענטש האט נעבעך יענע מעשה


איך האב געליינט וועגן דעם, עס איז גאר אינטערסאנט!

<a class="postlink" href="http://m.theaustralian.com.au/life/weekend-australian-magazine/can-dogs-sniff-cancer-science-is-putting-it-to-the-test/story-e6frg8h6-1227456373428">http://m.theaustralian.com.au/life/week ... 7456373428</a>

לך לך » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 11:18 am

· #293726
די באוויסטע פאפולערע גליון אהבת ישראל פון ר' משה יזדי שליט"א האט די לעצטע פאר וואכן אסאך געשריבן וועגן ארויסווארפן די בעלי חיים פון דערהיים
מיט אסאך בריוון אהער און אהין. זייער אינטרעסאנט
איינער קען עס צוברענגן?

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:52 am

· #296738
רויטע וואנצעס
איך וויל א דאגי (הונט בלע"ז)


וואס איז דער פראבלעם? גיי אריין אין וועלעכע בית מדרש דו ווילסט זיצט אויב'ן אן א הונט...
נא נא נא אנטשולדיגט א רעבא...

עס איז אזוי די גלייך מען קאן נישט זעהן די חילוק

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:15 am

· #296753
if u live in nyc go to <a class="postlink" href="http://www.nycsecondchancerescue.org">http://www.nycsecondchancerescue.org</a>