☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » socializing

socializing

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4492

ידען » זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:54 pm

· #140711
socializing
סע קען זיין אז סע קומט עכט ביי די אחיעזר אשכול אבער סע האט צו טוהן מיט געזעלשאפט, לייג איך עס דא.

איך האב א ריזיגע פראבלעם וואס הרגט מיך ממש. איך קען מיך כמעט נישט סאשעלייזען.

איך בין אליינס רוב מאל און סיז מיך שווער אבער נישט וועגען איך וויל נישט נאר איך ווייס אליינס נישט פאר וואס.

איך מיין סיז מער ווייל איך רעד נישט הויעך און איך שעם מיך אדער איך טראכט אז איך האב נישט די גוטע זאכן צו זאגען.

איך בין זייער צימישט אבער איך וויל א זאך וואס איז מיך אייביג געווען שווער.

סע קען אויך זיין אז איך האב אזא פחד פון מענטשען (וועגען דעם ווילעך מיך נישט טרעפען מיט קיינעם פון דא) און איך האב מורא אויב מענטשען וועלען זאגען אז איך זאג נארישע זאכענעס?

משה געציל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:01 pm

· #140723
ידען זיסער, מען זאגט אז מענטשן וואס רעדן צופיל האבן געווענדליך נישט צופיל אין קאפ, והדבר פשוט, והא ראיה וועסט קיינמאל נישט זען קיין שעמוועדיגער הינט.
נאר, א מענטש וואס איז באגאסן מיט אזויפיל חכמה ווי ידידנו הרב ידען שליט"א מאכט זיך פילע ספיקות פשוט מרוב הכחמה.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:10 pm

· #140735
ידען! ווי אזוי רעדט אונזער באליבטער ניק?
אונז אלע זאגן אמאל נארישע זאכן, ס'איז גוט, מאך זיך נישט צו טון דערפון,
פון דיין שרייבן דא זעהט מען אז דו האסטו אסאך תוכן אין זיך, נאר דו שאצט זיך אונטער!

ידען » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:14 pm

· #140745
שערקויעך פאר די חיזוק אבער מאך מיך נישט פאר אזא חכם . איך בין נישט אזוי נאס פון אזוי סאך חכמה..

איך בין געוועזען א פאר וואכען אין די קאנטרי און די אלטע מענטשען האבעך שוין געקענט אבער די נייע איז געוועהן זייער שווער איך זאל מיך באקענען מיט.

אפי׳ מיט די אלטע מענטשען האבעך א סאך מאל שוועריקייטען צו שמיסען מיט. כאב נישט קיין זאכן וואס סע קען זיין אינטערעסאנט צו רעדען מיט זיי. אפי׳ אז איך לייען א סאך ווען סע קומט מו שמועסען ווער איך פארלוירען.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:14 pm

· #140747
נו אז די וועסט זאגן נארישע זאכענעס איז וואס ? ווער זאגט דען נישט צומאל נארישע זאכן? און אפילו דו זאגסט "נאר" נארישע זאכן איז אויך גארנישט? מענטשן אינזשויען צו זיין ארום נישט מוראדיגע איבערגעשפיצטע חברה, ווייל אזוי פילט מען באקווועם, און קליג.
ידען גיין ארויס פון דיין לעכל און פאנג און סאצאליזירן דו וועסט זיין סופרייז ווי מענטשן זענען אזוי ביזי מיט זייער אייגענע איגאו, אז מען האט נישט קיין צייט צוטראכטן פון א צווייטען צו ער זאגט נארישע זאכן צו נישט.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:45 pm

· #140785
הייב אן רעדן מיט די באפוצטע געשעמפוטע חברה, וועסט זיין שאקירט פון זייער קינדערישע איי קיו מיט וואס זיי טראגן זיך ארום

משה געציל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:47 pm

· #140786
אפשר הערסטו מיר אויף רודפ'ן זר?

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:52 pm

· #140789
😂

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:56 pm

· #140791
ר' ידען, קודם איז א גוטע סטארט אז די האסט ארויס דעם ענין. די פוינט וואס די מאכסט אז דיין פחד נעמט זיך פון די קאמפלעקס וואס די טראכטסט אז יענער טראכט אז די רעדסט נישט צו די זאך איז באמת א ברייטערע פוינט פון זיין ביזי וואס יענער טראכט פון מיר בכלל און יעדע זאך. בדרך כלל איז דאס די יסוד פארוואס מענטשען זענען anti-social (חוץ אויב ס'איז א פסכעלאגישע אישו).

די גורם:
די סיבה פון זיין ביזי מיט יענעם האט אסאך צו טוען מיט די וועג מ'איז געווארן אויפגעצויגן. קודם אויב די עלטערן זענען אזוי, רייבט זיך עס שטארק אריין און די קינדער, והשנית און נאך שטארקער אויב די עלטערן (אדער די מחנכים) judgen אסאך די קינדער אדער געבן conditional love איז עס גורם אז די קינדער וואס ווילן נאטירליך זייער שטארק געפעלן די עלטערן ווערן אזוי פראגמירט לעולם ועד פאר פרעמדע אויך.

די עצה:
צו דעם העלפט אסאך צייט און מחשבה. צייט: די מער מ'ווערט עלטער און מ'האט א אייגענע שטוב מ'איז מער נישט אונטערן פארטוך, מ'ווערט מער באזעסען ווערט מען אסאך מער זיכער מיט זיך. ביי די הויכע צוואנציגערס ווערט א מענטש מער באזעסן און שטארק צו פארשווענקן און פייטן די מחשבות. אבער ס'פאדערט זיך אסאך עקסערסייז און דאס איז מחשבה: יעדע מאל די פילסט די געפיהלן וואס איז א דירעקטע תוצאה פון דיין פארגאנגענהייט דארף מען עס פארטרייבן. איי טרייבן פאר עווער? ניין, אז די טרעינס דיין מח צו רוזשעקטען א מחשבה וועט דיין מח רוספאנדען צו דעם און דיך ווייניגער פייניגן. בדוק ומנוסה איף יו סטיק טו איט.

די תוצאה:
זיי נישט ביזי מיט תוצאות ס'וועט אליין נאכקומען. וועסט ווערן מיט די צייט מער קאנפידענט צו זיין דיין אמת'ע זיך. ס'איז נישט דא קיין גרעסערע תענוג פון דעם.

ס'דא אסאך צו שרייבן איבער דעם נושא, אין ס'דא פילע אנדערע גורמים און עצות אבער די אויבן דערמאנטע scenario איז זייער שכיח.

אליצפן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:00 pm

· #140792
בענדזשאמין פרענקלין

ידען גיין ארויס פון דיין לעכל און פאנג און סאצאליזירן דו וועסט זיין סופרייז ווי מענטשן זענען אזוי ביזי מיט זייער אייגענע איגאו, אז מען האט נישט קיין צייט צוטראכטן פון א צווייטען צו ער זאגט נארישע זאכן צו נישט.

נא אפשר געבסטו אן עצה אויף למעשה, וויאזוי קען מען סאצאליזירן? וואס טוט מען, מ'גייט אין דזשים?
איןדי יארן איז זייער שווער צו מאכן נייע חברים.

MickyMouse » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:13 pm

· #140796
@ידען. עמו אנכי, אבער נישט בצרה.
איך בין ווייט פון א סאושילייזער, איך רעד זייער ווייניג אין געגנווארט פון מענטשען וואס איך קען נישט, אבער עס באדערט מיך אינגאנצן נישט.
איך הער וואס אנדערע האבן צי זאגן און פארטיג. עס איז נישט קיין שום שוואכקייט, פארקערט, נישט יעדער קען זיך איינהאלטן פון צי רעדן ווען מען דארף נישט. נו, מאכט זיך אמאל וואס איך רעד נישט ווען מען דארף יא, איז אויך גארנישט. לאך זיך אויס.

ידען » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:34 pm

· #140808
סע קען זיין אז איך בין טאקע געמאכט צו זיין פון די שטילע מענטשען.

פאר וואס באדערט מיך עס?

פארוואס ווילעך מע זאל מיך אנקיקען ווי די באטעמפסטע מענטש אין שיל?

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:12 am

· #140880
איך סאשעלייז לייכט מיט מענטשן, איך האב נאר איין פראבלעם, אז כ'קען נישט זאגן ליגענט, און נאך א מינוט שמועסן פרעגט יענער "דו ביסט קאווע טרינקער?"...

אביגדור » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:35 am

· #140897
שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו.

טעפל » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:54 am

· #140915
@ידען ס'איז דא ערענסטע קורסן פאר דעם (פאר ערענסטע געלטער שטייזיך)

George » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:16 am

· #141337
דאס איז אן אישו וואס אסאך האבן.

אונז האמיר געהאט א חבר וואס האט זיך ארום געדרייט מיטן זעלבען פראבלעם, ער האט יא געוואלט קענען שמועסן מיט מענטשען אין ס'מדרש אדער עלס ווער, ער פלעגט שטיין מיט קופקעס זיך געהאט וואס אנצוריפן, אבער ער האט זיך פשוט געשעמט, וואס וועט יענער זאגן אויף מיר, זאל איך זאגען דעס אדער יענץ? שטיל אדער הויעך? נע, זיי וועלן קרומען מיט די נאז, אזוי איז ער געשטאנען מיט חברים און זיך צוגעהערט שטילערהייט.

כ'האב עים מסבר געווען אז טאמער ער וועט נישט טרייען, וועט זיך גארנישט טוישען, נעם די גאטס, שלאגען וועט דיך קיינער נישט, צוביסלעך האב איך אינקאריטשט צו צו גיין צו פרעמדע מענטשען, טרעף א תירוץ, א טובה, א שאלה (ווייסט אפשר ווען די גמ"ח איז אפען? אה שכח אמאהל פלעגט דא שטיין א צעטל מיט די שעות).

למעשה איז ער גאנץ א געשמאקער שמועסער, ער גייט היינט צו צום עמוד דא דארט, בקיצור ס'איז א מחיה.

הקטן » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:47 pm

· #141620
@רויטע וואנצעס - איך האב דאס אביסעל איבער געארבעט, זיי נישט ברוגז
ר' ידען, קודם איז א גוטע סטארט אז די האסט דיך נישט געשעמט עטליסט דא דאס ארויפציברענגן. דאס אז דו שרייבסט דא ווייזט אז ס'דא פעלער וואס דו ביסט שוין א געהאלפענער. דו האסט נישט מורא צו שרייבן חאטש דו ביסט נישט גערענטירט אייביג מיט אסך לייקס, מיט די ריכטיגע ארבעט וועסט דאס אי"ה קענען באווייזען אויך אין בהמ"ד (נישט אינמיטען דעווענען), נישט נאר אין ק"ש.

די גורם:
וועם גייט דאס אן, זיך נישט קיין תירץ.

די עצה:
צו דעם העלפט נישט קיין צייט און מחשבה. צייט: ווי מער דו האלסט דיך אפ צו רעדען בפועל אלס געסטו מער כח פאר די צד וואס האט מורא. פייטן די מחשבות איז א וועסט אף טיים אין בעק פייערד זייער אסך מאל. ס'פאדערט זיך אסאך עקסערסייז און דאס איז דווקא למעשה: יעדע מאל די פילסט די געפיהלן, פאף דיך אויס, קיק יענעם אין די אויגן און פרעג יענעם צו ער ווייסט ווען די נעקסטע ב. פ. באס פארט.

די תוצאה:
זיי ביזי נאר מיט די תוצאות, אויב דו האסט געפרעגט צו נישט, זיי נישט ביזי ווי אזוי דו האסט געפילט, וועסט ווערן מיט די צייט מער קאנפידענט צו זיין דיין אמת'ע זיך. ס'איז נישט דא קיין גרעסערע תענוג פון דעם.

ס'דא אסאך צו שרייבן איבער דעם נושא, אין ס'דא פילע אנדערע גורמים און עצות אבער די אויבן דערמאנטע scenario איז זייער שכיח.

כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:21 pm

· #141646
וואס איך פארשטיי איז זייער פשוט.... ס׳איז נישט אז די גייטס טאקע זאגען נארישע זאכען נאר די האסט מורא אז די גייסט דיל פארעדען א שטות,
איז אזוי. דאס קימט פשוט פין low self confidence וואס ווערט אונגעריפען אין אידיש שוואכע זעלבס-זיכערקייט


דאס איז א זאך וואס א מענטש קען זיך אליינס מאכען מען דארף נישט אז איינער זאל דיך עס געבען,

מען מאכט איינמאל אפ ביי זיך אז יא!!!! איך רעדט מיך נישט איין אז איך בין די קליגסטע מענטש נאר איך בין טאקע!!!


איי יענער זאגט אז איך בין נישט אזוי קליג אדער יענער האט מיר געזאגט אז איך בין אן אום-מענטש
אדער ער האט סתם געזאגט אז איך בין א פאריקטע שוטה...


איז וואס????

גייסטעך איינרעדען אז ביסט א שוטה ווייל יענער האט געזאגט???

ניין!!!!! דער וואס האט געזאגט ער איז א שוטה והא ריאה ער זאגט אויף א קליגע באזעצענע מענטש -שוטה


שטימט??


אז די טראכסט ביי דיר אין אז די ווייסט ביי דיר אז דיינע ווערטער זענען אינטערסאנט אז דיינע זשאקס זענען פאני וועסט דיך נישט שעמען פין קיינעם נו רעדען


איי יענקעל לאכט נישט פין דיינע וויצען? ער איז נישט גענוג קליג צו כאפען אזוי שנעל זשאקס!



טריי עס אין וועסט זיין אן אנדערע מענטש!!!!

הקטן » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:26 pm

· #141648
כאפצעם, ווען האט דיר דאס די לעצעטע מאל געארבעט? ידען ווייסט אפשר מיט שכל אז ער איז נישט נאריש אבער דאך פילט ער אזוי.

כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:17 am

· #141674
הקטן
כאפצעם, ווען האט דיר דאס די לעצעטע מאל געארבעט? ידען ווייסט אפשר מיט שכל אז ער איז נישט נאריש אבער דאך פילט ער אזוי.



ער האט דאך מורה אז ער וועט ״רעדען״ שטותים ... דארף ער פשוט האבען מער זעלבס זיכערקייט אז ער רעדט קיינמאל נישט קיין שטותים,

אין יא ס׳האט מיך אסאך געהאלפען....

איך ווער נישט אזוי שנעל באליידיגט פין קריטיק... איך הער וואס יענער זאגט מיט די קריטיק אבער נישט באליידיגט....

כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:31 am

· #141675
ברעכען דעם פחד
וויאזוי זאגט יענער אז מען גלייבט עכט שטארק אין ביטחון דעמאלס זעהט מען די ניסום


אז מען גלייבט עכט אין זיך באקימט מען די קאנפידענס....

נאך אזאך וואס קען העלפען איז ווען מען טרעפט א פרעמדע מענטש... למשל די גראסערי מאן, זאל מען זיך זיכען צו שמיעסען עפעס אין דייקא נישט קיין וויכטיגע קשוית נאר סתם פלוידערען נמשל... איז די גראסערי ביזי אין די זימער סיזען...

איינמאל מען ברעכט דורך די פחד האט מען שוין נישט קיין מורא.

אזוי ווי די אינגלעך האבן מורא פינם איבערגעדרייטען ראלא-קאסטער אבער נאכן גיין איין מאל גייט מען שוין צעהן מאל...

ס׳איז פשוט א פחד דארף מען נאר ברעכען איין צו צוויי מאל אין געווענדליך ביי ערוואקסענע נאך צוויי מאל איז שוין נישטא קיין פחד.

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:34 pm

· #142207
כאפצעם
הקטן
כאפצעם, ווען האט דיר דאס די לעצעטע מאל געארבעט? ידען ווייסט אפשר מיט שכל אז ער איז נישט נאריש אבער דאך פילט ער אזוי.

ער האט דאך מורה אז ער וועט ״רעדען״ שטותים ... דארף ער פשוט האבען מער זעלבס זיכערקייט אז ער רעדט קיינמאל נישט קיין שטותים,

ער האט דאך מורה אז ער וועט ״רעדען״ שטותים ... דארף ער פשוט גרייט זיין צו רעדן אמאל שטותים. דאס איז די פרייז פאר זיין סאשעל.
אויב די "זעלבסט" זיכערקייט איז געבויט אויף "איך רעד קיינמאל ניטש קיין שטותים, איז די "זעלבסט" אין א גרויסע סכנה.

כאפצעם

אז די טראכסט ביי דיר אין אז די ווייסט ביי דיר אז דיינע ווערטער זענען אינטערסאנט אז דיינע זשאקס זענען פאני וועסט דיך נישט שעמען פין קיינעם נו רעדען
איי יענקעל לאכט נישט פין דיינע וויצען? ער איז נישט גענוג קליג צו כאפען אזוי שנעל זשאקס!


קען זיין, אויך קען זיין מיינע זשאקס זענען נישט אזוי גיט ווי חיים'ס זשאקס, אויף חיים זשאקס לאכט א יעדער איינער, אינקלאדינק יענקעל.
סא בין איך נישט קיין גיטע זשאק מאכער. איך בין איך ווייל איך בין איך!

קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 10:41 am

· #142374
@הקטן איך האב הנאה פון דיינע ווערטער, אפשר גיסטע ארויס נאך פון דיינע אוצרות!

בעל הבית » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:56 am

· #142386
איך האב שון לאנג ליב הקטן, ער איז א זייער ווארמער ,קליג לאוולי

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:48 pm

· #144993
דער אשכול איז נישט הילפבאר?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3587">viewtopic.php?f=4&t=3587</a><!-- l -->

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:12 pm

· #145014
שמעקעדיג
דער אשכול איז נישט הילפבאר?
<a class="postlink" href="/topic/3587">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=3587</a>

כאב עס נישט געלייענט נאך.

ישר כח.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:46 am

· #149323
קאווע טרינקער
איך סאשעלייז לייכט מיט מענטשן, איך האב נאר איין פראבלעם, אז כ'קען נישט זאגן ליגענט, און נאך א מינוט שמועסן פרעגט יענער "דו ביסט קאווע טרינקער?"...

דו ביסט קאווע טרינקער??? און די דאוונסט אין ------ אויף -5 אדער אויף -1? דו ביסט אין---- אדער א מתפלל אויכעט???. ווייל דו ביסט אן איש אמת, מוזסטו נישט ענטפערן אויף די שאלות. איך בין סתם נייגעריג.

סאו וואט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:03 pm

· #149455
דער מציאות ווייזט אז עפ"י רוב ידענים זאך קענער, פילוספים, מוחות, א דוגמא אלבערט איינשטיין וכדומה, זענען אלע געוועהן ocd צירוקגעצויגענע מענטשען וואס האבען נישט געקענט סוישעלייזען.
דער פשט איז פשוט, ווייל זיי האבען אנגעקוקט דו אנדערע מענטשען ווי אידיאיטס דאמיס, ליידיג אן תוכן. דערפאר האבען זיי נישט גערעד צו אזעלעכע סארט מענטשען.
איך האב אויך דער פראבלעם אז כ'קען נישט סוישעלייזען מיט חסידים, ווייל אז זייער גאנצע קאנווערסעישעין מיט זייערע חברים דרייט זיך, וואס זאגט דער רבי?
ווי איז דער רבי געוועהן? וואס האלט דער רבי? דער רעביס זוהן אהער, אהין? דאס מיינט אז זיי האבען מנדב געוועהן זייער גוף ושכל צום רעבין, שמועס איך נישט מיט זיי.
נאק נאק, עניוואן האום, נאו, נאבאדי. קיש קיש קריא, כ'קוק זיי אן ווי שוטים, מענטשען וואס האבען נישט קיין אייגענע מיינונג און אפעניען.

משא"כ מיט עלטערע יודען האט מיר יא געווענליך הנאה צו פארברענגען מיט זיי.
זה נראה לפענ"ד

ככלי מלא בושה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:12 pm

· #149465
איך מיין אז ס'איז דא דא צוויי נקודות
איינס) ווי אזוי מאכט מען small talk ביי א צאמקום פון משפחה א.ד.ג. פשוט מהאט נישט וואס צו רעדן ס'איז שטיל פארשלאפן מ'שעמט זיך נישט ס'איז פשוט נישט דא וואס צו רעדן
צוויי) ווען מהאט וואס צו באהאלטן ס'איז דא skeletons in the closet למשל די האסט נישט קיין job אדער די האסט א job וואס די שעמסט זיך מיט, ווייל דיינע קרובים און חברים האבן ערווארטעט אסאך העכער פון דעם אין דא ביסטי א פשוטע טעקסי דרייווער
מ'אנטלויפט פון מענטשן ווייל כמעט יעדע שמועס קומט ערגעץ ווי אריין די שאלה וואס טיסטו היינט צוטאגס? אדער א גרוש אדער איינער וואס איז קינדערלאז
זיי האבן א פחד יעדע מאל וואס זיי שמועסן מיט איינעם אדער מזיצט צוזאמען

הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:50 pm

· #153832
סאו וואט
דער מציאות ווייזט אז עפ"י רוב ידענים זאך קענער, פילוספים, מוחות, א דוגמא אלבערט איינשטיין וכדומה, זענען אלע געוועהן ocd צירוקגעצויגענע מענטשען וואס האבען נישט געקענט סוישעלייזען.

דער מציאות ווייזט ???
די זאגסט אז רוב זאך קענער זענען צירוקגעצויגענע מענטשען אדער רוב צירוקגעצויגענע מענטשען זענען זאך קענער?
סאו וואט
דער פשט איז פשוט, ווייל זיי האבען אנגעקוקט דו אנדערע מענטשען ווי אידיאיטס דאמיס, ליידיג אן תוכן. דערפאר האבען זיי נישט גערעד צו אזעלעכע סארט מענטשען.

איך בין נייגעריג צו דאמיס קיקען ווייניגער אראפ אויף אנדערע.
סאו וואט
איך האב אויך דער פראבלעם

wow, דאס לייגט דיך אריין אין איין קלאס מיט אלבערט איינשטיין!

סוישעלייזען איז א צורך וואס א געזינטער מענטש דארף, פינקט ווי ער דארף עסען פיינע מאכלים.
קילגשאפט פין מענטשען קימט אין אלע סארט שעפס און סזייזעס
סדא קליגע מענטשען וואס זענען נישט גיט און נאמבערס, סדא וואס זענען גיט מיט נאמבערס אבער האבן נישט קיין קאמען סענס, מאנעכע זענען קינצלער און ארט אבער דארכפעלער ווען עס קימט צו פראבלעם סאלווינג.
Social intelligence איז א חכמה פאר זיך, טייל האבען דאס נאטירלעך, אנדערע קענען דאס מעגליך אויסשארפן

נישט געפערלעך, סאו וואט, איך בין זיכער אז דו האסט אסך אנדערע מעלות, און און פאר א נויט קענסטו געווענליךפארברענגען מיט עלטערע יודען