פארוואס לאכט מען פון סקווער?
קינד און קייט, אלט און יונג זענען פארנומען לאכן פון ק"ק סקווער אין זייער מנהיג, וויבאלד ער האט באקומען א נייע קעדילאק, אין דער עולם האלט זיך אינטער, ווער ס'קען טייפט אויף מעסעדשעס אויף וואטסאפ א צווייטער פאבריצירט בילדער, און דער ציבור האלט זיך אינטער.
מען כאפט זיך אבער נישט אז סקווערער רבי גייט בכלל נישט ארויס דער געווינער אין די לעלו/רייסער פעלד, עס איז דא א אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר וואס גייט קלאר ארויס דער געווינער מיט א שטארקע איבערוויגענדע מערהייט.
כלפי מה הדברים אמורים? אדמו"ר מהרז"ל פארט היינט באזיכן די 4 קעמפס, און די גאנצע בית רבינו די גאנצע ווירטשאפט, אלעס דרייט זיך איבער מיט די מלכות'דיגע עסקארט, מען האט איינגעשפאנט יעדן רייסער, און מען האט אפיציעל מפרסם געווען מודעות אין דער איד ריפענדיג דעם ציבור זיך אנצושליסן און די מלכות'דיגע עסקארט.
ווי מען געט איבער איז דער אפרוף געווען ווארעם, די בילדער קומען ארויס קנאקעדיג, די שווארצע עס יו ווי'ס באגלייט מיט ספרינטער'ס האבן געגעבן א קעניגליכע צורה פאר די פראכטיגע באזוך.
פאריגע וואך טרעף איך אן א חסיד מהרז"ל, און איך פרעג אים וואס עס הערט זיך מיט די עסקארט, ווער עס שטייט בראש, און וואס דארף די קאר פארמאגן צו קענען אנטייל נעמען און די הייליגע מסע, יענער איז געווארן זייער אנגעצינדן און נעמט זיך שרייען, אז דער אהרן האט אויסגעריסן יעדע מנהג פונעם טאטן, אינזער רבי, זאגט ער שמעקט די גאנצע טאראראם גאר ווייניג, אבער אז זיין טאטע פלעגט פארן אויף אזא אויפרייסערישע מהלך, פיהלט ער בכלל נישט ווי ער קען דאס טוישן. פינטל ודפח"ח