היכא תימצא צו געבן צוויי לייקס אויף איין תגובה....
דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורה
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4480
בלאט: 1 2
.
יאסל ראקאווערס'איז ביי מיר נישט קיין שום ספק אז וואלט רבי עקיבא געלעבט אין היינטיגע צייטן וואלט ער גע'דרש'נט א "את" און די תורה און מחייב געווען כאטש מכות מרדות אויב נישט מיתה בידי אדם פאר א מאנס פון א צוועלעף יעריגע מיידל. פארשטייט זיך א "הלכה למעשה מסיני".
ווען בית דין וואלט היינט געווען וואלט מען דיך פארשטיינערט פאר'ן רעדן מיט אזא זילזול אויף די תנאים
למעשה מיט אזוינע אנטיק'וויטעטען ווי דיר, וואלט בית דין קיינמאל מיר נישט געקענט מחייב זיין. היות מיר האלטן שוין נאך חתימת התלמוד און מ'האט נאך נישט גדרשנט א את לרבות אז א IP אדרעס איז גענוג מחייב צו זיין מיתה וויבאלד מסברה איז דאך נישט גענוג; אין עונשים מן הדין.
ערענסט גערעדט, קענסט דיך מחולק זיין אויף מיר. אבער וויסן זאלסטו אז איך רעד צו די גדלות פון די תנאים. נישט חלילה פארקערט. אזוי ווייט איז אונזער השקפה איינס פון די אנדערע. ברוך השם פאר דאס.
ערענסט גערעדט, קענסט דיך מחולק זיין אויף מיר. אבער וויסן זאלסטו אז איך רעד צו די גדלות פון די תנאים. נישט חלילה פארקערט. אזוי ווייט איז אונזער השקפה איינס פון די אנדערע. ברוך השם פאר דאס.
Re: דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורה
דאס איז א מחלוקה אין די ראשונים. לויטן רמב"ן, וכן מורין פשטי המקורות, איז פשוט אזוי. יעדע שאלה וואס איז אונטער געקומען האט מען אפיר גענומען די פסוקים, און פרובירט צו טרעפן א רמז אין די פסוקים לכאן או לכאן. דאס איז בפשטות די זשאב פון די כהנים הלויים, אזוי זאלן זיי פסק'ענען בין דם לדם ובין נגע לנגע, פרישע שאלות וואס קומען אויף כסדר. גאנץ הוריות פארט אויף די ריכטונג. פארשטייט זיך אז די וועג וויאזוי צו דרש'ענען איז משולב בסברא וטעמי, אבער דאס איז דער מהלך. טרעפן פרישע קלו'ס אין די תורה.
דער פונקטליכער מהלך, וויאזוי די דרשות ארבעטן, ווען דרש'נט מען יא די ויו און ווען נישט די את, איז עפעס וואס ווייניג האבן באוויזן דערווייל צו קרעקן די קאוד.
דער פונקטליכער מהלך, וויאזוי די דרשות ארבעטן, ווען דרש'נט מען יא די ויו און ווען נישט די את, איז עפעס וואס ווייניג האבן באוויזן דערווייל צו קרעקן די קאוד.
בלאט: 1 2