☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די נייע "טאפאן זי" בריק

די נייע "טאפאן זי" בריק

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4477

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:06 pm

· #140064
די נייע "טאפאן זי" בריק
אונזער דור איז אויפגעוואקסן אין א וועלט כשולחן הערוך. אמעריקע איז געבויעט געווארן צעביסלעך, אבער מיר האבן נישט זוכה געווען צו זעהן די שווערע ארבעט וואס איז אריינגעגאנגען דערין. די גאנצע אינטערסטעיט און הייוועי סיסטעם אין אמעריקע, אויסגעהאקטע וועלדער און פעלדער, טויזענטער בריקן, הונדערטער טונעלן, און הערליכע בנינים פון נידריגע פאלאצן ביז הויכע וואלקן קראצער, און ס'איז עולם כמנהגו נוהג, מען נעמט עס פאר גרענטעד, עס איז שוין ניטעמאל אינטרעסאנט.

עד שבא דער מאסן מערדער בין לאדין ימ"ש, און האט געמאכט היסטאריע מיטן אראפווארפן די העכסטע בנינים אין ניו יארק, 9/11 וועט נישט פארגעסן ווערן וזכרו לא ימוש ממנו עד עולם, און מיר האבן געהאט דעם כבוד מיט צוהאלטן ווי די ערזאץ, דער נייער שטאלצער פרידאם טאוער, ווערט געבויעט, א שטאק ארויף און דאן נאכאיינס, און ער איז שוין כמעט פארטיג. מען וועט פארגעסן די אלע מחלוקת'לעך אין די זייט, ווי די שטאטישע טאטעס האבן זיך גע'הרג'עט ווי בעביס, דער עיקר איז, אז אין אונזערע צייטן איז געבויעט געווארן היסטאריע, און מיר האבן עס געקענט מיטהאלטן לייוו, טאג נאך טאג, פארנדיג אין די מאנהעטנ'ער גאסן.

אין 2011 איז געקומען די החלטה פון די דעפט. אוו טראנספארטעישאן און די טרואוועי אוטאריטי (נישט די פארט אוטאריטי) אז הגיע עת רקוד, מען מוז איבערבויען דעם אלטן 'טאפאן זי' בריק, וועלכע לויפט איבערן האדסאן ריווער צווישן וועסטשעסטער קאונטי און ראקלענד קאונטי, איבער א לענג פון קרוב צו 3 מייל, און ברעכט שוין אונטער פון די שווערע לאסט, עס דערהייבט נישט מער דעם עול הגלות... דער בריק האט פארמאגט אסאך אלטמאדישע דעזיינס און האט גורם געווען צו אסאך עקסידענטן, דאפעלט ווי אויף אנדערע בריקן, און האט כסדר געהאט טרעפיק זיך שלענגלען אויף ביידע זייטן, און 7 לעינס סך הכל, דער מיטלסטער ליניע איז גערוקט געווארן פון צופרי ביז נאכמיטאג לויט דעם ראש-אוער.

דער נייער בריק אנטשפרעכט צו זיין א מייטערהאפטיגער שטיקל, מאיעסטעטיש און סטייליש, סיי בייטאג און נאך מער ביינאכט, ביינאזאם מיט די לעצטע טעכנאלאגיע צו פארגרינגערן פאר די דרייווערס. עס וועט פארמאגן 8 לעינס - 4 אויף ביידע דירעקציעס (גראדע א זאך וואס כ'קען נישט פארשטיין: וועט די איין-איינציגע צוגעקומענע ליניע אזויפיל ארויסהעלפן לגבי טראפיק? תיקו). דער בריק וועט זיין גענצליך אפגעטיילט אינמיטן, אזוי ווי 2 באזונדערע בריקן. אין צוגאב צו די 4 לעינס פער דירעקציע, וועט דער בריק האבן ברייטע שאולדערס פאר עמערזשענסי פערסאנעל, און אויך א פלאץ פאר מאס-טראנזיט (פובליק טראנספארטאציע), און א עקספרעס לעין פאר באסעס (כ'ווייס נישט אויב באזונדער). אויך וועט זיין א ליניע אין דער זייט פאר פעדעסטריענ'ס וואו פוס גייער וועלן קענען אדורכוואקן, און פאר ביציקלען, צו קענען אדורכשניידן מיט א בייק דעם בריק (הא, וועט דאס זיין פאן!). און מיר וועלן ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן א סענזאציע און היסטארישע געשעעניש, ווי דער בריק וועט געעפנט ווערן (געפלאנט פאר יאר 2017). מען קען שוין יעצט זעהן ווי מען האט שוין אנגעהויבן די ארבעט, ווען מען פארט אדורך אויפן אלטן בריק.

דער בריק ווער געבויעט צו נארט פון די ביז-איצטיגע בריק (צו ראקלענד זייט), און וועט אויך ארויפגיין/אראפגיין שיעף אינמיטן, זינט די ראקלענד זייט איז פיל נידריגער ווי די וועסטשעסטער זייט. די טאל אפצאל וועט זיך פארדאפלען אדער פארטריפלען, פון די איצטיגע $5.50 ביז 12 אדער $15.
📎 r36.jpg 📎 r37.jpg 📎 r41.jpg 📎 r45.jpg 📎 r46.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:10 pm

· #140065
א קורצע איבערבליק:


מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:10 pm

· #140066
זייער שיין אראפגעלייגט. ישר כח הרב שמעקעדיג.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:12 pm

· #140068
מ. גליקמאן
זייער שיין אראפגעלייגט. ישר כח הרב שמעקעדיג.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:14 pm

· #140070
די אלטע בריק גייט פארבלייבן אין דינסט?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:15 pm

· #140072
ניין

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:17 pm

· #140073
עס איז געווען א רעדע עס צו לאזן פאר פעדעסטריענ'ס, אבער דער פלאן איז בטל געווארן. דער נייער ברידזש וועט האבן פלאץ פאר פוסגייער כנ"ל, און די אלטע וועט ווערן ארויסגענומען פון דינסט.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:20 pm

· #140075
מען גייט עס אראפווארפן?

מאיר_וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:24 pm

· #140077
ווייס איך שוין נישט וועלעכע איז אינזער,

Israel אדער .U.S

הערשי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:30 pm

· #140081
פארוואס דארף מען איינווארפן די אלטע בריק? אויב ס'טאקע אזא קיר נטוי אז ס'לוינט נישט מער אויפצוהאלטן איז דאך אויך איצט א סכנה צו פארן דערויף, לכאורה. בכלל, ווינדערט מיר שטענדיג, געווענטליך זוכט מען אפיר א שמאל ארט צו שפאנען א בריק. ביי די טאפפאן זי שיינט ווי מען האט געטראפן דאס ברייטסטע פלאץ אויפן האדסאן צו ציען א בריק.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:47 pm

· #140090
וואס מיינט ארויסנעמען פון דינסט? אראפווארפן? שטיין ליידיג? ס'געווען א פלאן אז מ'גייט עס מאכן פאר א פארק, איז די פלאן בטל געווארן?

הערשי
ביי די טאפפאן זי שיינט ווי מען האט געטראפן דאס ברייטסטע פלאץ אויפן האדסאן צו ציען א בריק.

לויט וויקיפידיע האבן זיי עס געוואלט בויען די נאנסטע מעגליך צו מאנהעטען, אבער ארויס פון די 25 מייל ראדיוס וואס די פארט אטאריטעט האט דזשוריסטריקשען, כדי די אינקאם פונעם ברידזש זאל גיין גענצליך צום נ.י. טרו-וועי אטאריטי אויפצובויען דעם טרו-וועי.
[ציטאט אראפגענומען]

די טעפען זי האט זיך געעפענט 1955, אכט און פופציג יאר צוריק, ס'איז מתחילה געבויעט געווארן זיך צו האלטן בלויז פאר 50 יאר ווייל מ'האט געהאלטן אינמיטן די קארעא מלחמה און מ'האט נישט געהאט גענוג בויען סופליי'ס.

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 1:54 am

· #140129
ביסט זיכער עס איז דריי מייל?

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 1:59 am

· #140130
איך בין מוחל דעם גאנצן נייעם שיינעם בריק זייערע, כ'וועל גערן פארן אויף אן אלטען צוקראכטן בריק נאר זאלן זיי לאזן די טאללס ביי 5.50!!
דער טאפאן זי בריק איז ביז היינט געווען דעם איינציגסטן פתח הצלה וואו מ'האט געקענט פארמיידן די רשעות'דיגע $13 (און עווענטואל $16) טאללס אויפן וואשינגטאן בריק מיט די צוויי טאנעל'ס. יעצט וויל מען דא אויך מאכן די הימל שרייענדע טאלל פרייזן. מוחל טובות!!!!!
גענוג איז גענוג!
און נאך א וויכטיגער נקודה צו געדענקן, די טאללס אויפן וואשינגטאן בריק האבן זיך אנגעהויבן ביי 50 צענט, און היינט האלט עס ביי 13 דאללאר, וואס מיינט פי עשרים וששה, דאס מיינט אז אין עטליכער צענדליג יארן קענען מיר ערווארטן צו צאלן $338 טאללס ביים נייעם טאפאן זי בריק..

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 2:05 am

· #140131
דעת תורה
ביסט זיכער עס איז דריי מייל?

עס איז דא אזא זאך וואס ווערט אנגערופן גוגל בלע''ז, און ווען מען שרייבט אריין דארט די שאלה
How long is the Tappan zee bridge?
קומט אויף א מיסטעריעזן אופן ארויף די תשובה ''דריי מייל''.

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 2:08 am

· #140133
תודה רבה. זכה, מלאכתו נעשית על ידי אחרים.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:56 am

· #140144
יעצט זעה איך אין דעם באריכט אז מענטשן זענען טאקע שרעקליך אויפגעברויזט אויף די פלענער פאר די טייערע טאללס.
מ'קען דערקענען אין די וועג וואס די מענטשן דריקן זיך אויס אז זיי זענען זייער שטארק אויפגערעגט דערוועגן, מפילט ממש ווי מ'קען פלאצן, אבער ס'נישטא גארנישט וואס צו טון.
און למעשה שפילט זיך יעדעס מאל איבער די זעלבע זאך, מ'רעגט זיך ,מ'שרייט, מ'סטראשעט, אבער למעשה טוען די באנדיטן וואס זיי ווילן, ואין מי שיאמר למשחית הרף.
סתם צו פארשטיין ווי טייער עס איז לאמיר עס פארגלייכן צו אנדערע פארנומענע בריקן,
גאלדן געיט ברידזש-5 דאללער
בעי ברידזש סאן פראנסיסקא-5 דאללער
Ambassador Bridge Detroit-$4.75
Benjamin Franklin Bridge -$5.00
וואשינגטאן בריק $13!!

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 4:36 am

· #140146
און ע"פ חשבון דארף אויפן וואשינגטאן בריק אריינקומען טעגליך איבער א מיליאן דאלער.

מאיר_וואלף » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 4:59 am

· #140147
דאס ווערט פאריפען 'סיסטעם בלע"ז',

וואס מיר פאדערן א יעדן זיך צו צושטעלען דער צו,

עס איז ערלויבט צו זיין זייער שטארק אויפגערעגט, אבער צושטעלען דארף מען זיך,

אויך מעגסטו זיין מער פאזעטיוו, און פארשטיין אז מען מיינט נאר דיין טובה

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 5:33 am

· #140148
מאיר_וואלף
דאס ווערט פאריפען 'סיסטעם בלע"ז',

וואס מיר פאדערן א יעדן זיך צו צושטעלען דער צו,

עס איז ערלויבט צו זיין זייער שטארק אויפגערעגט, אבער צושטעלען דארף מען זיך,

אויך מעגסטו זיין מער פאזעטיוו, און פארשטיין אז מען מיינט נאר דיין טובה

אבער אז מ'זעהט אז אזא 'סיסטעם' איז נאר פאראן דא אין ניו יארק, איז א סימן אז דער סיסטעם איז דורכגעפוילט און קאראפטירט.
אויך ווייס איך נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן אז ממיינט מיין טובה.
וואס, מ'וויל מיך אויסלערנען צו ספענדן געלט?
די סיבה פאר די הויכע טאללס איז ווייל דאס געלט גייט פאר איבערצובויען די פרידאם טאערס.
און דאס איז קלאר נישט פאר אונזערע טובה. מצידי בוי דארט אויף עפפארדעבאל דירות פאר היימישער יודן העסטו מער אויפטון.

chosen people » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 7:56 am

· #140150
הרב שמעקעדיג, א שיינע ארטיקל האסט אבער ארויסגעלאזט איינע פון די עיקר מעלות, זיי זאגן צו "נאו מעיזשער קאנסטראקשן אין די פירסט דעקעיד"

ידען » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 8:16 am

· #140154
איינער האט מיך געשיקט



א גוטן. קענסטו דאס ביטע לייגן אויף די טאפפאן זי בריק אשכול? יישר כח.

לגבי די $13 אויפן וואשינגטאן בריק איז דא אן עצה וואס גרעניצט זיך מיט גניבות עכום.
די אינטערשטע לעוועל, ביי די מיטן עקספרעס לעיןס ארבייטן נישט די קעמעראס.
מען קען אדוירך פארן אן באצאלן. אויב האט איר אן איזי פעס, קענט איר עס אראפ נעמען פארן דוירך פארן, מאכט זיכער אז עס ליגט אין די בעג וואט קומט מיט עס אז די מאשין זאל עס נישט אויפכאפן.

וויזוי קען טאקע זיין אזוי?

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 8:25 am

· #140156
אליצפן

די סיבה פאר די הויכע טאללס איז ווייל דאס געלט גייט פאר איבערצובויען די פרידאם טאוערס.

טאפאן זי האט נישט מיטן פרידאם טאוער, נאר די וואשינגטאן בריק, וועלכע באלאנגט פארן די פארט אוטאריטי, וועלכע פארפיגט אויך אויפן פרידאם טאוער.

און דאס וואס דו זאגסט אז דער טאפאן זי איז די איינציגסטע פתח הצלה פארענדיג פון ברוקלין, איז לאו דוקא, ווייל געווענליך מוזטו נעמען נאך א בריק אויף דעם וועג, על פי רוב די טרייבארא RFK וואס קאסט 6 טאלער, און אינמיטן ווערן, ערגעץ צווישן יאנקערס און וועסטשעסטער צאלט מען נאכאמאל $1.50, אזוי אז סך הכל צאלט מען בערך די זעלבע אויף יעדן וועג.

מ. גליקמאן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 11:09 am

· #140185
שמעקעדיג


און דאס וואס דו זאגסט אז דער טאפאן זי איז די איינציגסטע פתח הצלה פארענדיג פון ברוקלין, איז לאו דוקא, ווייל געווענליך מוזטו נעמען נאך א בריק אויף דעם וועג, על פי רוב די טרייבארא RFK וואס קאסט 6 טאלער, און אינמיטן ווערן, ערגעץ צווישן יאנקערס און וועסטשעסטער צאלט מען נאכאמאל $1.50, אזוי אז סך הכל צאלט מען בערך די זעלבע אויף יעדן וועג.


פליגל פון איי וועלט שרייבט דא א וועג אויסצומיידן דעם טרייבארא RFK ברידזש.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 11:46 am

· #140194
ידען
איינער האט מיך געשיקט



א גוטן. קענסטו דאס ביטע לייגן אויף די טאפפאן זי בריק אשכול? יישר כח.

לגבי די $13 אויפן וואשינגטאן בריק איז דא אן עצה וואס גרעניצט זיך מיט גניבות עכום.
די אינטערשטע לעוועל, ביי די מיטן עקספרעס לעיןס ארבייטן נישט די קעמעראס.
מען קען אדוירך פארן אן באצאלן. אויב האט איר אן איזי פעס, קענט איר עס אראפ נעמען פארן דוירך פארן, מאכט זיכער אז עס ליגט אין די בעג וואט קומט מיט עס אז די מאשין זאל עס נישט אויפכאפן.

וויזוי קען טאקע זיין אזוי?

מער דעטאלן ביטע? וואס מיינט איר מיט עקספרעס לעין? און פון וועלכער approach?

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 11:53 am

· #140195
שמעקעדיג
אליצפן

די סיבה פאר די הויכע טאללס איז ווייל דאס געלט גייט פאר איבערצובויען די פרידאם טאוערס.

טאפאן זי האט נישט מיטן פרידאם טאוער, נאר די וואשינגטאן בריק, וועלכע באלאנגט פארן די פארט אוטאריטי, וועלכע פארפיגט אויך אויפן פרידאם טאוער.

און דאס וואס דו זאגסט אז דער טאפאן זי איז די איינציגסטע פתח הצלה פארענדיג פון ברוקלין, איז לאו דוקא, ווייל געווענליך מוזטו נעמען נאך א בריק אויף דעם וועג, על פי רוב די טרייבארא RFK וואס קאסט 6 טאלער, און אינמיטן ווערן, ערגעץ צווישן יאנקערס און וועסטשעסטער צאלט מען נאכאמאל $1.50, אזוי אז סך הכל צאלט מען בערך די זעלבע אויף יעדן וועג.

אה''נ, איך האב גערעדט פון די וואשינגטאן בריק מיטן לינקאלן און האלאנד טונעל, וואו זיי האבן אליינס געזאגט אז פארדעם העכערן זיי די טאללס.
און וואס דו שרייבסט וועגן די טרייבארא ברידזש איז נישט ריכטיג, עס איז דא פול מיט קליינער בריקן צווישן בראנקס און מאנהעטן וואס קאסטן נישט קיין געלט, און נאכער נעמט מען דעם וויליאמסבורג אדער ברוקלין בריק.

מאיר_וואלף » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:41 pm

· #140494
אליצפן
מאיר_וואלף
דאס ווערט פאריפען 'סיסטעם בלע"ז',

וואס מיר פאדערן א יעדן זיך צו צושטעלען דער צו,

עס איז ערלויבט צו זיין זייער שטארק אויפגערעגט, אבער צושטעלען דארף מען זיך,

אויך מעגסטו זיין מער פאזעטיוו, און פארשטיין אז מען מיינט נאר דיין טובה

אבער אז מ'זעהט אז אזא 'סיסטעם' איז נאר פאראן דא אין ניו יארק, איז א סימן אז דער סיסטעם איז דורכגעפוילט און קאראפטירט.
אויך ווייס איך נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן אז ממיינט מיין טובה.
וואס, מ'וויל מיך אויסלערנען צו ספענדן געלט?
די סיבה פאר די הויכע טאללס איז ווייל דאס געלט גייט פאר איבערצובויען די פרידאם טאערס.
און דאס איז קלאר נישט פאר אונזערע טובה. מצידי בוי דארט אויף עפפארדעבאל דירות פאר היימישער יודן העסטו מער אויפטון.


איך קען דיר אויך נישט זאגען מיט וואס זיי מיינען דיין טובה, אבער אזוי דארף מען צו גלייבען, אז די אנשי הסיסטעם מיינען בלויז אינזער טובה

אויך דאס וואס דו זאגסט "איז א סימן אז דער סיסטעם איז דורכגעפוילט און קאראפטירט" דאס איז טאקע גורם אז די מענטשן דריקן זיך אויס אז זיי זענען זייער שטארק אויפגערעגט דערוועגן,

קיינער זאגט נישט אז דו ביסט נישט גערעכט,

מ. גליקמאן » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:54 pm

· #141438
די עפענונג פונעם טאפאן זי בריק סיניאר.

מאיר_וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:01 pm

· #142090

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:28 pm

· #142097
I'm intrigued, ווער איז דער יואלי ווייסהויז?

מאיר_וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:50 pm

· #142107

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:57 pm

· #147579
איך ווייס נישט ווי צו לייגן די זייער זיסע לינק, לייג איך עס דא ווייל ס'האט מיט ווייסהויז. americanapparel.tumblr.com/post/59839399273/meet-yoel-weisshaus-yoel-a-chasidish-jew-who
ער איז געווארן א מאדאל?? שיין!

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:00 am

· #147582
זיין שטראמעל האר קומט פון זיין בארד זעהט עס אויס

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:03 am

· #147584
אויב אזוי האט ער נאך גענוג פאר א רעגן שטריימעל אויך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:05 am

· #147585
wow דאס איז נאך בעסער פשיהא!!!!
americanapparel.tumblr.com/post/59743558154/yoel-in-the-short-sleeve-t-shirt

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:08 am

· #147587
זעהסט @קאווע טרינקער מ'קען זיין קאאל מיט א בארד אויך!

משולם שטיינפעלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:38 am

· #147697
ידען
איינער האט מיך געשיקט



א גוטן. קענסטו דאס ביטע לייגן אויף די טאפפאן זי בריק אשכול? יישר כח.

לגבי די $13 אויפן וואשינגטאן בריק איז דא אן עצה וואס גרעניצט זיך מיט גניבות עכום.
די אינטערשטע לעוועל, ביי די מיטן עקספרעס לעיןס ארבייטן נישט די קעמעראס.
מען קען אדוירך פארן אן באצאלן. אויב האט איר אן איזי פעס, קענט איר עס אראפ נעמען פארן דוירך פארן, מאכט זיכער אז עס ליגט אין די בעג וואט קומט מיט עס אז די מאשין זאל עס נישט אויפכאפן.

וויזוי קען טאקע זיין אזוי?

די קעמרעס ארבייטן קיינמאל נישט?

הדד בן בדד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 4:58 am

· #148525
היינט אדורכגעפארן דארט, ס'קוקט מיר אויס אז ענדליך הייבט מען אן ארבעטן דארט (לויט זיי האט מען געדארפט אנהייבן די ארבעט ביים אנהייב פון דעם יאר 013', למעשה איז מען שוין באלד ביים סוף) איך זעה עס זענען אויסגע'שורה'ט בערך א צען גרויסע קרעינס. איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס די צעהן קרעינס טוען דארט, אבער זיי זענען דארט, און עס זעהט מיר אויס אז די ארבעט הייבט זיך אט אט אן.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:12 pm

· #176616
א אומגליק האט פאסירט פארגאנגענעם ער"ש ווען א שיפל מיט עטליכע מענטשן האבן אריינגעקנאקט אין איינע פון די "שטחים" (for a lack of a better word) ווי מען ארבעט אויפן נייעם ברידזש.
דער דרייווער מיט א נאך א פרוי זענען אומגעקומען, און עטליכע מיטרייזענדע זענען האספיטאליזירט געווארן.
.
📎 Hudson.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 6:37 pm

· #218162
הערשי
בכלל, ווינדערט מיר שטענדיג, געווענטליך זוכט מען אפיר א שמאל ארט צו שפאנען א בריק. ביי די טאפפאן זי שיינט ווי מען האט געטראפן דאס ברייטסטע פלאץ אויפן האדסאן צו ציען א בריק.

לייען אין די שפאקטיוו דעם חודש א ענטפער צו דיין פראגע. שיין באשריבן.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 17, 2015 12:51 pm

· #289880
נייעס איבער די טאלל אפצאל.

.
📎 Tappan_Zee.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יולי 30, 2017 2:35 am

· #380734
פיר יאר נאכ'ן עפענען דעם אשכול, און ווי געפלאנט, גייט דער נייער טאפאן זי בריק אריינגיין אין באנוץ דעם קומענדיגן חודש, למספרם אוגוסט 25. עס וועט קודם געעפנט ווערן איין זייט - פון וועסטשעסטער צו ראקלענד. די אנדערע חלק וועט נאך נעמען אפאר חדשים, ביז ערגעץ אין 2018, און דערנאך וועט מען אראפנעמען דעם אלטן בריק.

טאפאן זי? נישט אזוי זיכער. עס קומט א שינוי השם. מאריא קאומא בריק. חוות דעתי איז אז עס איז א משוגעת צו טוישן בריק נעמען. טרייבארא פארבלייבט טרייבארא און נישט פריקן אר.עף.קי. טאפאן זי וועט אויך פארבלייבן מיט דעם אלטן נאמען. מאריא קאומא בריק? עס הערט זיך אביסל פאני...

מען האט זיך דא געריסן אויבן איבער די טאללס. די גוטע נייעס איז אז ביז 2020 בלייבט 'געפרוירן' די יעצטיגע נידריגע פרייזן. די נישט גוטע נייעס איז, אז געוויסע מענטשן זענען חכמים הרואים את הנולד און טראכטן שוין פון יאר 2021..

ונזכה ונחי' ונראה.

שטייענדיג ערב ת"ב, ווען מיר קלאגן בראותי כל עיר על תילה בנוי' ועיר אלקים מושפלת עד שאול תחתי', קען מען נאר בעטן און מתפלל זיין אז אויך דער ביהמ"ק זאל שוין אויפגעבויעט ווערן מיט'ן פולן פראכט בקרוב בימינו אמן.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:22 pm

· #388974
שמעקעדיג
טאפאן זי? נישט אזוי זיכער. עס קומט א שינוי השם. מאריא קאומא בריק. חוות דעתי איז אז עס איז א משוגעת צו טוישן בריק נעמען. טרייבארא פארבלייבט טרייבארא און נישט פריקן אר.עף.קי. טאפאן זי וועט אויך פארבלייבן מיט דעם אלטן נאמען. מאריא קאומא בריק? עס הערט זיך אביסל פאני.

יאוועט זיך יעצט פעטישענס אז די בריק זאל בלייבן ביים אלטן נאמען

<a class="postlink" href="https://www.change.org/p/the-ny-state-legislature-return-the-tappan-zee-name-to-those-who-rightfully-deserve-it-the-indians-and-dutch">https://www.change.org/p/the-ny-state-l ... -and-dutch</a>

<a class="postlink" href="https://www.change.org/p/andrew-cuomo-rename-mario-m-cuomo-bridge-to-something-representative-of-the-people-who-paid-for-it">https://www.change.org/p/andrew-cuomo-r ... aid-for-it</a>

<a class="postlink" href="https://www.change.org/p/andrew-cuomo-tappan-zee-bridge">https://www.change.org/p/andrew-cuomo-tappan-zee-bridge</a>

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:51 pm

· #418973
עס פאלן שטיקער אייזן...

<a class="postlink" href="http://hudsonvalleypost.com/report-dozens-of-steel-bolts-on-new-cuomo-bridge-broke/">http://hudsonvalleypost.com/report-doze ... dge-broke/</a>