נייע קלאודינג סטאר עפענט זיך?!...........&G
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4476
נייע קלאודינג סטאר עפענט זיך?!...........&G
די גאס שמועסט אז די גרינדער פון G&G און פון G&B גייט יעצט עפענען אליין א סטאר אן קיין שותפים ווייל פון איבעראל האב מען עם ארויסגעשטויסען איך מיין אז זיי ביידע און בפרט B&G וואס איז נאך שוואך דארפען ציטערען ווייל ווי נישט ווי איז ער געווען די קאפ שטיק פון ביידע סטאר'ס און ער פארשטייט די בעסטע סיי צו די סחורה'ס און סיי צו די דיזיינ'ס
איך וואונדער מיך ווי אזוי עס גייט הייסען G&
גראדע הער איך האט ער יא א געלט שותף איינער סטרולאוויטש.
אויב ער האט א שותף פארשטיי איך עם נישט
ער האט זיך נאכנישט אויסגעלערענט?
גייט הייסן G@C
וואס מיינט די ראשי תיבות?
גלויבער און חזקאל (סטרולאוויטש)
דאס מיינט אז ביז א פאר יאר איזדא נאכאיינס
גוטע נייעס פאר די היימישע מארקעטערס
וואס איז די בעק סטארי פון g&g און g&b. ווער איז די מייסד וה'הסטאריה אחריו? א דאנק!
איז עס א גזירת הגלות אז די קלאדינוג ביזנעס באלאנגט פאר איינעם מיטען נאמען ״גלויבער״ א שטייגער ווי די וויין ביזנעס באלאנגט ביי די הערצאג פאמליע?
וואס פשט אז אלמלא עס איז דא פלאטץ פאר נאך איינעם דאך שפרינגט קיינער נישט אריין אין די ביזנעס, און אז עס קימט א אינוועסטירער מיט געלט מוז ער האבן א ״גלויבער״ שיתוף דערצו?
פארוואס עס איז דא "זינגערס" און "LEE AVE" אבער זיי זענען טייערער
אמאל האסטע מיט די געלט וואס האסט געצאלט פאר איין זינגער סוט געקענט קויפן 2 GG'ס און נאך בלייבן מיט רעשט. אבער היינט איז שוין נישטא א גרויסע חילוק. מעגליך אז ס'לוינט שוין צו צאלן נאך א 100 פאר א זינגער, (אדער נאך 50 פאר לי עוו.) דאס איז די גאנצע חילוק.
ליידער
די וועלט זאגט "יו געט וואט יו פעיד פאר", והדברים עתיקין.
און איך האב געהערט פון אנדערע אז ס'אלעס די זעלבע שי*
ווייסעך נישט
עס הייסט יעצט אז עס גייט זיך עפענען חנוכה צייט אין וויליאמסבורג ונזכה ונראה...
איך האף אז גייט זיין ביליגער ווי GG און GB
היימישעראיך האף אז גייט זיין ביליגער ווי GG און GB
זיי גייען נישט זיין בילעגער
ווי אזוי ווייסטו?
כעהאב געהערט פון עטליכע אינסייד חברה פון די אינדוסטריע (נישט אז זיי גייען זיין טייערער)
די קלאדינג סטארס זענען עפעסווי יונתן שווארץ ס טעיפס ?
יידלדי קלאדינג סטארס זענען עפעסווי יונתן שווארץ ס טעיפס ?
זיי דיך מסביר..
מיינט צו זאגן אזוי ווי א טעיפ קומט ארויס יעדע צוויי יאר עפענט זיך א קלאדינג סטאר יעדע צוויי יאר
יונתן פריערדיגע טעיפ איז בערך 5 יאר צוריק..
נו, דזשי בי איז שוין אויך 5 יאר אדער מער
זר זהבנו, דזשי בי איז שוין אויך 5 יאר אדער מער
איז פארוואס האסטו געשריבען א יעדע צוויי יאר.. (דא קומט א דריי מיטן פינגער מיט'ן ניגון)
טעפליידלדי קלאדינג סטארס זענען עפעסווי יונתן שווארץ ס טעיפס ?
זיי דיך מסביר..
מן הסתם מיינט ער אזוי ווי יונתן שווארץ ס טעיפס הייבט זיך אן מיט ''א גוטן .....
אזוי אויך די קלאדינג סטארס הייבט זיך אן מיט &G ודו''ק !
זר זהבאון איך האב געהערט פון אנדערע אז ס'אלעס די זעלבע שי*
ווייסעך נישט
איך האב אויך געהערט אז עס איז נישט צופיל בעסער אבער איין זאך איז עס יא בעסער ביי זינגערס זיכער אז יעדע סוט איז סעמי קאסטאם מען מאכט עס אז עס זאל שטיין גוט אויף דיך נישט זאלסט פילען ווי מען האט דיך אנגעטון א זאק און עס שווימט פון אלע זייטען וכו׳ און נאר פאר בערך $100 מער קען זיך עס לוינען
ביי זינגערס קאסט א סוט 100 דאלער מער נישט קאסטום מעיד. פאר קאסטאם מעיד דארף מען צוצאלן נאך א 100? אדער אפשר נאר נאך א 50. קומט דאס אויס צו עט ליעסט 400
סאשי פיש יעדע סוט איז סעמי קאסטאם
לייג צו קאפ ער האט צוויי מדרגות
א פלענע סוט איז סעמי קאסטאם נישט געמאסטען אויף די האר
נאכדעם האט ער קאסטאם שבקאסטאם דאס ארבעט אזוי ער האט ראלס פון סחורה (נישט קיין גוזמא) און ער וויקעלט עס ארום דיך און דאס איז געמאסטען אויף די האר ממש
דו באקומסט צו נאך איין פונט איז עס שוין טייט אויף דיך (דאס איז די חיסרון פון קאסטאם זאכען)
אה נישט געוויסט דאס. און וואס איז דאס סעמי קאסטום? אלע געשעפטן מעסטן עס אן און פיטן עס דאס מערסט שייך
אז סאשי פיש זאגט עפעס גלייבט מען!
נאך איבער צוויי יאר קומט עס צושטאנד!!
Re: נייע קלאודינג סטאר עפענט זיך?!...........&G
גיבורטעפליידלדי קלאדינג סטארס זענען עפעסווי יונתן שווארץ ס טעיפס ?
זיי דיך מסביר..
מן הסתם מיינט ער אזוי ווי יונתן שווארץ ס טעיפס הייבט זיך אן מיט ''א גוטן .....
אזוי אויך די קלאדינג סטארס הייבט זיך אן מיט &G ודו''ק !
אה יונתן האט יעצט ארויסגעגעבן א נייע טעיפ.
האט זיך G&B געפענט צוזאמען מין יונתן'ס פאריגע טעיפ ??
די קידוש השם איז געוואלדיג גרויס!!
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2015/12/23/family-owned-hasidic-clothing-company-suing-brother-who-started-competing-line/">http://nypost.com/2015/12/23/family-own ... ting-line/</a>
אבי מ'זאגט אז נאר רבי'ס רייסן זיך ארום. זיי מעגן זיך שעמען. לאז דעם ברודער האבן אביסל פרנסה.
איך וויל וויסן צו די נייע סטאר איז שוין אפן? אויב יא וויל איך גיין קויפן דארט עפעס. פשוט צו שטיצן דעם נרדף.
אנבעליוועבל. דער מאכט א לאו סוט, דער אנדערער לויפט שנעל עפענען אליינס א סטאר, אלס האפענדיג אז מען וועט יענעם באגראבן.
ער זאהל זאגען דעם אמת און עס רופען... SOS
Re: נייע קלאודינג סטאר עפענט זיך?!...........&G
זייי מסביר?
די משפחת גלויבער דארף א באהאנדלונג אין אנשי שם אנגעהויבן פון זייער טאטן וועט מען אסאך זאכן פארשטיין זיי זענען זייער געוואגטע און מוראדיג שיטלאזע מענטשן
ציבעלע-קיגלער זאהל זאגען דעם אמת און עס רופען... SOS
און זיינע ברודער זאלן זאגן דעם אמת וועם ס'איז צו פארדאנקען זייער גאנצע הצלחה
לאמיר אפלאזן פריוואטע מענטשן און זייערע געפעכטן.
הדד בן בדדאיך וויל וויסן צו די נייע סטאר איז שוין אפן? אויב יא וויל איך גיין קויפן דארט עפעס. פשוט צו שטיצן דעם נרדף.
אנבעליוועבל. דער מאכט א לאו סוט, דער אנדערער לויפט שנעל עפענען אליינס א סטאר, אלס האפענדיג אז מען וועט יענעם באגראבן.
גארנישט אזוי פשוט, ביידע זייטן זענען ווערט זיייער געלט, נאר יעצט איז געקומען פאר דער צד צו זיי די נרדפים און אמאל איז דער אנדערע צד.
ביי די טייטלבוימס און גלויבערס איז קיינמאל נישט שטיל, טייטלבוים ביי די רבי'שע און גלאובער ביי די בעל בתישע.
ווי אזוי האט איינער אמאל געזאגט: אמאל שרייבט 'דער איד' דעם פסוק "כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים!" און אמאל שרייבט עס 'דער בלאט', עכ"פ וה"ה ביי די גלאובערס. דער משפחה גייט פון איין דין תורה צו א צווייטע, פון איין קאורט קעיס צום אנדערע. שוין אזוי דער לעצטע צוואנציג יאר.
For some reason, they get along enough to keep the prices from falling.