☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים

פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4474

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 7:01 pm

· #139995
פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
געזען יעצט אין געשעפט א פרישע נאשעריי ב"ה. דא קען יעדער צולייגן בילדער און איפראמאציע ווען ער זעהט עפעס פריש אויפן שעלוו.

רויטע פעקל טוויסטערס
download (3).jpg

דאס איז שוין געווען ענליך אמאל אין די גראסעריס מיט'ן נאמען twosomes גרינע און רויטע גן עדן סאפט קענדיס. יעצט איז עס אין א נייע פעקעדזש

download (4).jpg

ביידע האבן יאקע הכשר (?...)

כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם!

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:29 pm

· #140048
די דזשעלי רענדזשער'ס איז נישט ממש די זעלבע ווי די אלטע (וואס איז נאך אלץ דא), עס איז אביסל אנדערש אין טעם-פיל בעסער, און עס קוקט אויך אויס א טראפ אנדערש.
ביידע זענען דא צו ריפלעיסן דעם אזוי באליבטן 'טווערפס' וואס וועט זיי קיינמאל נישט גיין. אין מיינע אויגן איז דאס אויפהערן מאכן די טווערפס געווען טוויזלער'ס גרעסטע מיסטעיק. (שוין, פארדעם ארבעט איך נישט ביי זיי..)

יעצט וועגן די הכשר איז אזוי, די נאש ווערן געמאכט ביי א גוי'שע פירמע 'טוויזלערס' און די היימישע פירמע'ס קויפן עס אפ פון זיי, און זיי שיקן אראפ זייער הכשר ביים עס מאכן, (אדער פארלאזן זיי זיך אויף OU.) און זיי קלעבן ארויף זייער סטיקער דערויף.
ממילא לכאורה קומט עס אין אסאך השגחות נאר דו האסט געזעהן יאקע.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:32 pm

· #140049
איך מיין אז נאר יאקע געט השגחות אויף די סארט נאשערייען וואס ווערן געמאכט ביים גוי. ס'נישט דאס ערשטע מאל. און יא, כאב טאקע געמיינט די טווערספ, זיך נישט געקענט דערמאנען.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:34 pm

· #140050
די טווערפס מיט די אסעם-טאסעם'ס האבן זיכער געהאט אסאך השגחות, יעדע פירמע האט געהאט זייער אייגענע, יעצט ווייסעך אבער נישט.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:41 pm

· #143668
גאלדען פלאו האט געזען אז ס'ווערט באארררררינג... זענען זיי ארויסגעקומען מיט צוויי נייע גוטע דזשוסען. כ'זאג גוטע, ווייל אנדערש פון זייערע דשוס "ארענדזש/פעשען/מענגא" וועלכער איז נישט אזוי פאפולער, האבן די צוויי נייע דזשוס'ן נישט קיין חזעריי ווי דער שעדליכער 'קארן סיראפ' אד"ג. די 2 נייע געטראנקען האבן אין זיך בלויז געזונטע נאטורליכע אינגרדיענטס.

טרונקט 'געזונטערהייט'
-------
מיט דעם ענדיג איך נאך איינס אינעם סעריע פון 'כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם'

photo (7).jpg

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:43 pm

· #143669
און פאר מיין אפיניאן? ביידע זענען גוט, די קרענבערי איז מער זיסער. דער אנדערער האט אביסעלע א ציפעדיגן ענד-טעיסט

מ. גליקמאן » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:43 pm

· #143670
איז עס נישט אלטע דזשוס׳ן מיט נייע פעקעדזשינג?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:44 pm

· #143671
ניין!

למדן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:13 pm

· #143819
פארוואס מאכן זיי נישט א אראנדזש דזשוס אהן די חזעריי און פארוואס האבן זיי פלוצלינג אנגעהויבן מאכן פראט פאנטש אהן קארן סירופ?

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:17 pm

· #143913
ווען וועלן מיר צוריקבאקומען די טשו-טשו'ס??? (Choo Choo's)

סאו וואט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:59 pm

· #143968
איך בענק מיך נאך דער אלטע ארענדשזע פישי (מיט א פינטעל...) וואסער, פונעם פירמע דזשעי דזשעי.
דער קליינע ארענדזשע באקס. ווייסט איינער פון וואס איך רעד?

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:02 am

· #144005
עס איז דא מוסדות וואס געבען עס נאך פאר די קינדער
סא מסתמה מאכט מען עס נאך נאר מען פארקויפט עס נישט געהעריג אין די געשעפטען
אבער א גאנצע קעסטעל קענסטו באשטעלען

יואב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:42 pm

· #277764
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
אויב מיינט איר אז א טשאקאלאד טשיפ קוקי פון אסטרייכער איז אדיקטיוו, דאן זייט מוחל און פארזוכט די פרישע סחורה פון רייזמאנ'ס. דער קוקי כשלעצמו איז א soft סארט, און אין דעם תוך ליגט באגראבן א נאכמער צארט-ווייכע פאדש, וטעמו כצפיחית פיינע-פריקען-נייעס.

איך ווייס נישט צי ס'איז טאקע אזוי גן-עדנ'דיק, אדער פשוט ווען ס'כאפט א הונגער אטאקע באישון לילה קען פלאקס מיט געטריקענטע לאקשן אויך זיין גוט. כ'האב אבער אראפגעווישט דורכאויס דער נאכט א גאנץ פעקל; נישט ממש בבת אחת אבער אויך נישט אזוי בסירוגין. געמאכט דעם מזונות ווען ס'בייבי האט זיך צעזינגען צום ערשטן מאל, און דער על המחיה היה מרחפת בחלומי ביז נאך מקבל זיין עול מלכות שמים ארום דער צייט וואס די בני מלכים האבן שוין געפרישטאגט אין גרויסן.

נאט אייך א בילד. איך מיין אז ס'איז חדשים לבקרים, אפשר באצירט דאס שוין טאקע די פאליצעס פאר א לענגערער צייט און איך קום דא אריין בבחינת גוט-מארגן-אמעריקע.
uploadfromtaptalk1432240950815.jpg

שמערל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:55 pm

· #277768
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
פון די איינציגסטע מאכלים אין געשעפט וואס האבן נאך די שעדליכע טראנץ פעטס, און טאקע א הויעכע דאזע.
כ'פארשטיי נישט די שכל פון א קאמפאני וואס אינוועסטירט אין א נייע מאכל, וואס גייט בקרוב ווערן אומלעגאל.

יואב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:09 pm

· #277774
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
שמערל
פון די איינציגסטע מאכלים אין געשעפט וואס האבן נאך די שעדליכע טראנץ פעטס, און טאקע א הויעכע דאזע.
כ'פארשטיי נישט די שכל פון א קאמפאני וואס אינוועסטירט אין א נייע מאכל, וואס גייט בקרוב ווערן אומלעגאל.

נו, די געווירצן למיניהם זענען דאך אויך אומלעגאל. וועסטו זאגן אז ס'לוינט זיך נישט צו קויפן/פארקויפן?

אפילו יאיר וואס איז נהנה פון עולם הזה קוים א מקוה'לע האלט דאך אז האדם לא נברא אלא להתענג.

שמערל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:17 pm

· #277776
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
די געווירצן זענען אומשעדליך פארן גוף, און געזונט פארן נשמה. זייער אומגעזעצליכקייט שטאמט פון א קולטוראלער טאבו אויף פיזישע הנאות.
ווי קומט עס צו א שטיקל פאזש קוקי? וואס ווען מר. רייזמאן איז נישט אזא אראגאנטער אידיאט קען ער ווען עס פונקט אזוי מאכן מיט פאלם אויל, אנע שום חילוק אין טעם.

שמערל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:20 pm

· #277780
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
און אויב שוין יא תענוג, לאז שוין זיין א גלעזעלע וויין. [emoji12]