☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style

וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4469

שאולדיספריםפאקער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:07 am

· #139722
וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
עס איז שוין א לענגערע צייט וואס דער עולם לאזט זיך וואקסן בערד, איטס היפסטער טיימס, ממש עד כדי כך אז די גרויסע razor קאמפעניס ווי proctor & gamble וואס אונטער זיי איז די gillette ברענד האבן געמאלדן א 10 פראצענט פארלוסט..
איז יעצט די גרויסע פראגע, וואס גייען מיר היימישע אידן טוהן מיט די פראבלעם פון מאדע? צו וועלן יעצט די אלע ערליכע אידן לויפן צום שמש און פערטיג אראפ מיטן בארד, אדער וועט ארויס קומען עפעס אנדערע תקנות, ווי צום ביישפיל יעדער ברויכט קניפן דאס בארד צו יעדער פארקערט מוז זיך עס ארויסלאזן.
לעטס וועיט ענד סי וואטס גאנע העפען

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:17 am

· #139724
זאגסט גוט, איך יעצט געזעהן אן ארטיקל וואס רעדט וועגען דעם אז בערד גייט צוריק אין סטייל, אבער ששרעק דיך נישט מ'גייט נישט שניידען, וואס יא די אלע באשערטע בערד אלע שיינע יונגען גייען זיך לאזען וואקסען סטיילישע לאנגע צולאטע בערד..
וועיט אין סי..

קרעקער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:40 am

· #139741
מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:18 am

· #139755
אבער בערד איז אלעמאהל געוועהן ביי גוים, נו? וואס האבין די רבי ז"ל'ס געזאגט אויף בערד?

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:21 am

· #139756
קרעקער
מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי


עה, נאר מנשה מייער'ס קינדער לערנט מען אזוי אויס...

זעלבסטשטענדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:35 am

· #139758
לכבוד שבת קודש
קרעקער
מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי


עה, נאר מנשה מייער'ס קינדער לערנט מען אזוי אויס...

Why did you pick on Him?
I believe a beard can be beautifull and stylish if and when kept wel, of cours proper mainetenance is a must.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:38 am

· #139759
א בארד קען נישט זיין שיין, נאר אויב מען טרימט עס, אביסל אדער אסאך, עכ"פ עפעס מוז מען צורירן דערצו אז עס זאל זיין שיין.
אויב דו קומסט אין שוהל און דו זעסט איינער מיט א שיינער מסודר'דיגע בארד, זאלסטו וויסן אז ער רירט צו דערצו, אנדערש איז נישט מעגליך אז עס זאל שיין זיין.

גלות יוד » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:48 pm

· #139844
די אשכול דערמאנט מיר פון דאס

אליצפן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 8:31 pm

· #140035
זעלבסטשטענדיג

Why did you pick on Him?
I believe a beard can be beautifull and stylish if and when kept wel, of cours proper mainetenance is a must.


And what exactly is it that you mean by "proper maintenance"?
You have to understand that most of us don't have the option of trimming, if we want to stay well regarded in our communities, some mosdos don't even accept children from fathers that trim their beards.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:02 pm

· #140468
מורינו הרב
א בארד קען נישט זיין שיין, נאר אויב מען טרימט עס, אביסל אדער אסאך, עכ"פ עפעס מוז מען צורירן דערצו אז עס זאל זיין שיין.
אויב דו קומסט אין שוהל און דו זעסט איינער מיט א שיינער מסודר'דיגע בארד, זאלסטו וויסן אז ער רירט צו דערצו, אנדערש איז נישט מעגליך אז עס זאל שיין זיין.

הונדערט פראצענט!!! איך האב שוין יארן מחשבות זרות אויף ר' ישראל חיים מנשה'ס בארד (פינעם ניקלשבורגער'ס בארד רעד איך אפי' נישט ס'איז דברים פשוטים).

מי אני » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:47 am

· #433027
<a class="postlink" href="https://fox8.com/2018/11/14/study-men-with-beards-are-more-attractive/">https://fox8.com/2018/11/14/study-men-w ... ttractive/</a>

ועיין בב"מ פד.

לבי ובשרי » פרייטאג יולי 19, 2019 1:44 pm

· #433391
בחורים פיצן זיך דער בערד און דער ראש היישבה הייסט גענצליך שניידן...

פון דא זעט מען: ענדערש גארנישט ווי בלויז אביסל.

מי אני » מאנטאג יאנואר 27, 2020 8:22 pm

· #442151
וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
מי אני
https://fox8.com/2018/11/14/study-men-with-beards-are-more-attractive/

ועיין בב"מ פד.

📎 IMG_6474.jpg
📎 IMG_6473.jpg
פון:
Neave, N. & Shields, K. (2008). The effects of facial hair manipulation on female perceptions of attractiveness, masculinity, and dominance in male faces. Personality and individual differences. 45. pp. 373-377.

לפי״ז קען מען אפשר זאגן אז וויבאלד ר׳ יוחנן האט נישט געהאט א (פולע/גאנצע/געהעריגע; ער׳ט דאך געהאט 10 קינדער כדאיתא בברכות ה:) בארד איז געווען אביסל בעסער (מטעם צניעות ועיין בברכות כ.) זיין זיצן בשערי טבילה, וואס דעמאלטס איז מצוי אז די פרויען אוויולעיטן וממילא ווילן זיי דוקא איינער מיט א בארד.

פארווע חסיד » דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:00 am

· #442172
[/img]
[ציטאט אראפגענומען]

מי אני » מאנטאג יולי 27, 2020 10:38 am

· #455230
Re: וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט געהאט גערעדט קעגן די וואס שערן זיך די בארד, טענה׳נדיג אז עס איז נישט נאטורליך דאס אפצושערן...
(דעמאלטס איז א בארד געווען אזא סארט הדרת פנים פון א פילאזאף, אזוי ווי מ׳זעהט טאקע פון די בּאָסטס וואס מ׳האט געמאלן וכו׳ פון די פיליזאפן.)

כרם זית » מאנטאג יולי 27, 2020 12:25 pm

· #455235
מי אני
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט געהאט גערעדט קעגן די וואס שערן זיך די בארד, טענה׳נדיג אז עס איז נישט נאטורליך דאס אפצושערן...
(דעמאלטס איז א בארד געווען אזא סארט הדרת פנים פון א פילאזאף, אזוי ווי מ׳זעהט טאקע פון די בּאָסטס וואס מ׳האט געמאלן וכו׳ פון די פיליזאפן.)


מקען זען ביי די פיראמידן, סטאטוען פון פרויען וועלכע האבן זיך אנגעטון א מאסק פאר א בארד. זעט אויס אז אמאל האט מען געהאלטן אז סאיז א גוטע סימן.
📎 download (7).jpg

מיינונגזאגער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:30 am

· #456607
Re: וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
שאולדיספריםפאקער
עס איז שוין א לענגערע צייט וואס דער עולם לאזט זיך וואקסן בערד, איטס היפסטער טיימס, ממש עד כדי כך אז די גרויסע razor קאמפעניס ווי proctor & gamble וואס אונטער זיי איז די gillette ברענד האבן געמאלדן א 10 פראצענט פארלוסט..
איז יעצט די גרויסע פראגע, וואס גייען מיר היימישע אידן טוהן מיט די פראבלעם פון מאדע? צו וועלן יעצט די אלע ערליכע אידן לויפן צום שמש און פערטיג אראפ מיטן בארד, אדער וועט ארויס קומען עפעס אנדערע תקנות, ווי צום ביישפיל יעדער ברויכט קניפן דאס בארד צו יעדער פארקערט מוז זיך עס ארויסלאזן.
לעטס וועיט ענד סי וואטס גאנע העפען
עס איז שוין אדורך 7 יאר זינט דאס איז געשריבן געווארן, נא וואסדזשע איז געשעהן ?


Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 12:24 pm

· #495638
עס איז דא א היפאטעזיע אז דאס אז עס זאל וואקסן א בארד ביי מענער האט עוואלווד מכח דעם ווייל מענער האבן זיך געדארפט מער שלאגן פאר ריִסאָרסעס און א בארד העלפט איינזאפן די כח פון באָקסעס צום פנים. די שטודיע וואס האט עס געטעסט צו זעהן וויפיל עס זאפט איין האט געוואונען אן איג נאבעל פרייז פון 2021.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 2:10 pm

· #495646
בענדזשאמין פרענקלין
מורינו הרב
א בארד קען נישט זיין שיין, נאר אויב מען טרימט עס, אביסל אדער אסאך, עכ"פ עפעס מוז מען צורירן דערצו אז עס זאל זיין שיין.
אויב דו קומסט אין שוהל און דו זעסט איינער מיט א שיינער מסודר'דיגע בארד, זאלסטו וויסן אז ער רירט צו דערצו, אנדערש איז נישט מעגליך אז עס זאל שיין זיין.

הונדערט פראצענט!!! איך האב שוין יארן מחשבות זרות אויף ר' ישראל חיים מנשה'ס בארד (פינעם ניקלשבורגער'ס בארד רעד איך אפי' נישט ס'איז דברים פשוטים).

בענדזשאמין פרענקלין: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער . היום יום חמישי פ' ויקהל תשפ"ב לפ"ק. כאטש דער דזשאוק איז שוין א פאר יאר אלט...!