☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משנה ברורה vs קיצור שו"ע vs חיי אדם vs שו"ע הרב

משנה ברורה vs קיצור שו"ע vs חיי אדם vs שו"ע הרב

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4465

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:45 pm

· #139623
משנה ברורה vs קיצור שו"ע vs חיי אדם vs שו"ע הרב
מ'וויל מאכן א שיעור אין איינע פון די אויבענדערמאנטע הלכה ספרים, וועלכע וואלט דער עולם דא רעקאמענדירט עקסקלוסיווילי? און וואס איז די בעיסיק חילוקים צווישן די? אחוץ וואס די פסקים זענען זיכער אנדערש איינס פון אנדערן , דאכט זיך דער חיי אדם איז זייער מחמיר.

אין א נאטשעל. לאמיר נעמען 3 אינגעלייט וואס הייבן אן פון סקרעטש, אלע האבן זיי דעם זעלבן איי קיו, אלע מיט די זעלבע כשרונות. קיינער פון זיי קען נישט (אדער יעדער קען אייניג יא) מאכן קל וחומר'ס, מדמה זיין מילתא למילתא אד"ג און איר גיט פאר יעדן פון זיי איינע פון די ספרים. און זיי לערנען עס גוט אדורך, איינער משנה ברורה, איינער קיצור, איינער חיי, איינער שו"ע הרב. ווער קומט ארויס מער דיין מאטריאל צו קענען פסק'נען אזוי ווי מ'דארף? (אזוי ווי א מורה הוראה וואלט טאקע למעשה גע'פסקט)

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:05 am

· #139629
משנה ברורה איז אינו דומה בכלל צו די אנדערע חיבורים. לכאורה די מערסטע היקף האט מען פון לערנען משנה ברורה, אבער עס פארט נישט אזו סמוד ווי די אנדערע ספרים. לעומת זה קלאר ארויסהאבן בפרטיות ובטוב טעם די שיטות וואס דער מחבר האט בוחר געווען צו ברענגען, איז לכאורה תניא די בעסטע. קיצור שו"ע איז כשמו כן הוא, א קיצור, און חיי אדם - וועלכע איז לויט די חסיד'ישע לעגענדע געווען די מתנגד'ישע ענטפער צום שו"ע הרב - קומט ווייט נישט צו צום שוע"ר.

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:06 am

· #139630
איך פלעג לערנען קיצור שלחן ערוך זייער באטאמעט גרינג צו פארשטיין
משנה ברורה דארפסטו האלטען אין איין אראפקוקען און ארויפקוקען פון די מחבר צו די משנה ברורה.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:13 am

· #139636
יעצט באדעם ליין וועלכע וואלסטע רעקאמענדעט ?

קופער האקט. אקעי ערוך השולחן, אבער אויב איז ערוך נישט א ברירה וועלכע רעקאמענטיר? און פארוואס איז ערוך השולחן נישט אזוי פאפולער ביי אונז היימישע לערנערס?

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:21 am

· #139641
על טעם וריח אין להתווכח, אבער עס איז נישט אינגאנצן אזוי, ערוך השולחן קען מאריך זיין במקום שאמרו לקצר, ווידמען גאנצעטע סעיפים צו פארענטפערן א קושיא וואס אים באדערט אין די גמרא, (אבער פארן לומד וועט עס נישט בהכרח באדערן, ספעציעל אויב איז ער נישט אויסגעקאכט אין די סוגיא, און צומאל אפילו אויב יא). למעשה קען מען דאך נישט ענטפערן אלע שוועריגקייטן, עטליעסט נישט אין דעם פארמאט, סאו איז עס אביסל נישט אהער נישט אהין. עס וואלט לכאורה בעסער געווען ווען ער טוט ווי דעם תניא און מ"ב, צו מאכן א עקסטערע מדור פאר בירורי הלכה.

(דאס איז אן אריין גיין אינעם נקודה פון מכוון זיין צום פינטל, כמה פעמים זעט מען אז זיין יסודות'דיגע הבנה אין נושאים איז נישט עולה בקנה אחד מיט דעם קאנצעזוס פון די ראשונים ואחרונים אין די סוגיא. - לפחות כך נ"ל. אשמח לשמוע אם אחרים גם הבחינו בכך).

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:22 am

· #139643
אויף צו קענען הלכות וואס זענען נוגע היינט? קיין איינע פון די זענען נישט געמאכט פאר דעם.

גנדי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:34 am

· #139651
איך וואלט רעקאמענדירט שולחן ערוך הרב.

עס לערנט זיך ״סמוד״ און אויך יעדע ווארט איז עמוק און געמאסטען.

אויך ביי חסידים פסקנט מען ווי די שו״ע הרב.