☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די וויליאמסבורג חדר

די וויליאמסבורג חדר

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4448

דענקער » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 9:40 pm

· #139142
די וויליאמסבורג חדר
עס ווערט געמאלדן אין ספר הפנים וועגן א נייע וויליאמסבורג חדר.

דאס איז זייער מיסיע סטעיטמענט.
A bunch of parents, frustrated by the tyranny and manipulation of the current system, are trying to get together and open the first-ever parent-controlled Jewish education system in Williamsburg.

Mission

Build boys and girls schools that are controlled by the parents, and with a purpose to serve the parents, not the other way.

Description

This school system is being built from the ground up, with a structure that is to be controlled by a board directly elected by the parents, not by a community or community leader. The board will represent the parents that voted them in, and supervise every step the school takes.

The board, elected yearly, will provide a transparent environment to the rest of the parent body.
Quarterly reports will be given to each individual parent, clearly addressing budgeting, decisions and state of the organization.

Parents will also have the option of creating a "Father's Board" that will have suggestive voice with the board.
Serious and hard-to-make decisions will be put for a full vote where every parent's voice will be heard.

כיתא א To begin, we plan to start with boys nursery, boys Kindergarten, and boys
the 1st grade). If a serious demand warrant other ‎grades, we will accommodate).
‎
If you are interested in enroll your child(ren) in the new school, please feel free to contact us. If you like the idea and want to help, but can't enroll your kids yet, please share and spread the word.

All phone calls and emails are completely confidential.

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:20 pm

· #139152

דענקער » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:26 pm

· #139153
איז דאס די זעלבע זאך? ווייל דארט ווערט נישט דערמאנט אז דאס גייט זיין אויף די נעץ.

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:36 pm

· #139157
די פאקט אז עס שטייט כיתא א', און נישט כיתה, געפעלט מיר שוין נישט...

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:37 pm

· #139158
קען זיין אז נישט זיי האבן טאקע אן אנדערע אימעיל עדרעס.
yiddishcheder.wordpress.com

האקט

הקטן » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:42 pm

· #139159
שעעדיכעעם! stupid

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:50 pm

· #139161
סגייט זיין א חדר און א סקול

MickyMouse » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:57 pm

· #139164
הקטן
שעעדיכעעם! stupid

שדוכים גייט נישט זיין קיין אישו און 15 יאר ארום.
עס גייען זיין איעדעס יאר מער און מער וואס וועלן הנאה האבן פון די מוסד.

אזא מוסד מיינט לגמרא נישט פאר עלטערן וואס זענען פורקי עול, עס דארף נישט זיין קיין שום בושה איינצישרייבן די קינדער דארט.
כ׳האף נאר אז עס וועט זיין עפארדעבל. נישט הימל שרייענדע פרייזן.

הערשי » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 11:00 pm

· #139167
I'm back
די פאקט אז עס שטייט כיתא א', און נישט כיתה, געפעלט מיר שוין נישט...


ווילאנג ס'נישט כותים שטערט מיר נישט.

אליצפן » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 1:47 am

· #139225
ס'גלייבט זיך עפעס גאר שווער אז אין ווילי זאל אזא זאך קענען מצליח זיין, אין בארא פארק אפשר, אבער אין וויליאמסבורג? נעווער!
איך בין זיכער אז די צעטלעך דריקער מיט די מחאות ארגאניזירער האבן שוין גרייט פונטקליכער לשונות פאר די גרויסער וויי אוסשרייענדע פלאקאטן, און גענויער פלענער ווי די מחאות אנטקעגן דעם טריפה'נעם חדר וועלן פארקומען.
די רעדלעך שטעכער האבן שוין זיכער געשארפט די מעסערס זייענדיג גרייט אויסצושטעכן די רעדער פונעם טריפה'נעם באס ווי נאר ס'איז פורץ די גבולי ירושלים ד'אמעריקא.
טראץ דעם אלעם האפן מיר אלע גאר שטארק אז די חדר וועט זיין א געוואלדיגע הצלחה, לדאבון לב תושבי וויליאמסבורג היראים והחרדים לדבר השם.

הקטן » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:15 am

· #139234
MickyMouse
הקטן
שעעדיכעעם! stupid

שדוכים גייט נישט זיין קיין אישו און 15 יאר ארום.
עס גייען זיין איעדעס יאר מער און מער וואס וועלן הנאה האבן פון די מוסד.

אזא מוסד מיינט לגמרא נישט פאר עלטערן וואס זענען פורקי עול, עס דארף נישט זיין קי
ין שום בושה איינצישרייבן די קינדער דארט.
כ׳האף נאר אז עס וועט זיין עפארדעבל. נישט הימל שרייענדע פרייזן.

קען זיין אז עס מיינט נישט, למעשה וועלן די פורקי עול אהין שיקען און האבן אן אייניגע וואט.
די פראבלעם מיט אזא מוסד איז אויך אז אין פורקי עול גופא איז דא דרגת

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:50 am

· #139246
אהה. און ביי די אונז איז נישט דא קיין דרגות!!??

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 8:51 am

· #139249
יא, ס'דא שיכטען אינערהאלב די קרייזען.

דעת תורה » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:00 am

· #139252
אויב האט וויליאמסבורג א פראבלעם מיט אזא מוסד, דער איז עי טשויס, נעם אן די קינדער נארמאל, און ווארף נישט ארויס ווער עס פארט מיט א שייגעץ בייק.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:02 am

· #139253
אליצפן
ס'גלייבט זיך עפעס גאר שווער אז אין ווילי זאל אזא זאך קענען מצליח זיין, אין בארא פארק אפשר, אבער אין וויליאמסבורג? נעווער!
איך בין זיכער אז די צעטלעך דריקער מיט די מחאות ארגאניזירער האבן שוין גרייט פונטקליכער לשונות פאר די גרויסער וויי אוסשרייענדע פלאקאטן, און גענויער פלענער ווי די מחאות אנטקעגן דעם טריפה'נעם חדר וועלן פארקומען.
די רעדלעך שטעכער האבן שוין זיכער געשארפט די מעסערס זייענדיג גרייט אויסצושטעכן די רעדער פונעם טריפה'נעם באס ווי נאר ס'איז פורץ די גבולי ירושלים ד'אמעריקא.
טראץ דעם אלעם האפן מיר אלע גאר שטארק אז די חדר וועט זיין א געוואלדיגע הצלחה, לדאבון לב תושבי וויליאמסבורג היראים והחרדים לדבר השם.

וועק דיך אויף ,עס איז טווענטי טירטין אויף די וועלט גאנץ א אנדערע עפאכע.
קיינער גייט נישט זיצן פאר דיר נאר דו אליינס ,האב רחמנות.

פרישער » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 10:30 am

· #139280
טעסטינג

הקטן » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:14 am

· #139299
דעת תורה
אויב האט וויליאמסבורג א פראבלעם מיט אזא מוסד, דער איז עי טשויס, נעם אן די קינדער נארמאל, און ווארף נישט ארויס ווער עס פארט מיט א שייגעץ בייק.

איך קען זעהן אז די מנהלי המוסד זאלן שטארק הנאה האבן פין אזא חדר. "אז דו האלסט זיך נישט ביים צושטעלען קענסטו דיר נעמען דאנע 3 קינדער און זיי אריינשטעלן אין ווילי-חעדר!!!"
אויב איז דא ווי צוווארפען, וועט ווערן א רייץ ווער קען מער ווארפן

ערנסט גערעד, איז דא פלאץ פאר אזא חדר, און דאס קען מיט די צייט אויך האבן אן השפעה אויך אויף די קאנווענשענעל-סיסטעם חדרים. קאמפעטישען איז גיט פאר business

דו פראבלעם איז אז ה.ק. רעדט זיך נישט דארך מיט די מנהלים, סא ווער פינקטלעך האט א טשויס?

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 1:18 pm

· #139343
לאמיר נישט רעדן פון די יראים והחרידים לדבר המחאה
לאמיר רעדן בלויז פון דעם מוסד שטאנדפונקט עס איז נישט מעגליך עס זאל צו לאנג אנהאלטן ווייל עס אוממעגליך צו פאראייניגן אונז (חסידישע) אידן, ווילאיינער דאס גייט יענער ווילן אנדערש, און וואלן גייט מען נישט מאכן יעדן שני וחמישי, און די באורד גייט מען אויך טעהנען אי נישט רייט און נישט עטיקט, און אזוי גייט דארט זיין יו"ט אינדערוואכן,
משוגעים הערט מען, און זיי לאזן זיך הערן ווי אימער, צו שיקן אהין אקינד בפרט אנפאנג, גייט מען דארפן זיין אביסל משוגע (גאטס בלע"ז) און מיט א משוגענע מאמע אדער טאטע קענסטו נישט מאכן קיין חדר, מאכן מיטנגען וכו' וכו'.
עס מוז האבן אן אויטאריטעיט א רב מיט א לעצטע ווארט ביי האק אדער ביי קראג, די חדר איז גוט פאר פרי עתו פון אזא קרית רחבות הדעת שרייבערל אדער בעל דמיון אנטלויף פון מציאות סארט.
דער פלאן זעהט פונקט גוט אויס פאר דעם אלעמען באקאנטן אביעקט וואס רופט זיך פרוי, זיי האבן אלעמאל די ריכטיגע סעלאשען וואס גייט טוישן די גאנצע וועלט, און זיי גייען מאכן סדר, ביז .... זיי באקומען די פיריעט.
הצלחה מרובה

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 10:50 pm

· #139604
א לייק פארן מיך מאכן אויספלאצן......

הקטן » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:56 pm

· #139627
דאס אלעס זאגט נישט אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ פאר אזא חדר. און אויב גייען מיר נאך זיין אין גלות פאר x יארען, וועט אזא חדר זיכער זיין. די פראבלעם איז אז א מוסד ווי א ביזנעס דארף צו האבען א מיסשען סטעטמענט, איי דאנט קער וואס די מישען סטעטמענט איז.

דא קענט איר פיקען אין טשאסען וואסער איר ווילט, דא איז טייל פון זיי:
די עיקר איז מאכן אסך געלט
ברענגען כבוד פאר די זיידעס בעולם העליון
מיין קינד זאל נישט דארפן לערנען ביי רבי סא ענד סא וואס איז א פרימאק
א קינד זאל וויסען אז סדא א באשעפער וואס האט עם ליעב נישט קיין חילוק וואסערע פרעם זיין גלעזער האט
א טאטע וואס וויל יא האבען א TV אין דייניג ראם זאל האבען ווי צו שיקען זיין קינד
זאלן די בהמות קראכן
לערנען אטענטיש אידישקייט נישט נאר א בלאט גמרא

אויב נעמען זיך ציזאם אפאר בע"ב און ווייסן וואס זיי ווילען קען דאס האבן הצלחה, א טאטע וועט וויסען וואס ער באקימט. טוישען די בארד א יעדעס יאר איז דאממעד טא פעיל.

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 6:15 pm

· #147144
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=ZvVgHcI4J0c">http://www.youtube.com/watch?v=ZvVgHcI4J0c</a>

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 6:57 pm

· #147154
מה ענין וכו' אצל וכו'?

טאמבל סאס » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 7:40 pm

· #147157
איך גיי דורך ווי א נאר די גאנצע קליפ. איך גרייט מיך פאר גוטע שלעק, פארן חטא אויפ'ן ארויסקוקן צום פויגעלע. און גארנישט! והאיש משתאה??

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 7:41 pm

· #147158
איך האב געמיינט אז א אינגעל גייט פרעגן אויף די עקדה