מחלוקת בית שמאי ובית הלל
געזען לעצטענס און א חסידיש ספר ס'שטייט איזהו מחלוקת לש"ש זה מחלוקת שמאי והלל פארוואס שטייט נישט בית שמאי ובית הלל? ווייל דע תלמידים האבן שוין אפשר יא געהאט עפעס עפעס נגיעות צו זייערע רבי'ס... קען מען שוין נישט זאגן אז ס'איז לש"ש. גיוואלדיג. נאר א שיין ווארט אן קיין המשך.
פאראוואס זענען די אלע מחלוקת פונקט גיווען צווישן די צוויי רבי'ס? און פארוואס האט מען אנגענומען אייביג ווי בית הלל? זענען געווען בשעתו אידן וואס האבן געטון ווי ביידע? למשל חנוכה האט מען געזען איינעם צינדן דעם ערשטן טאג 8 ליכט האט מען געוויסט אז ער איז שמאי חסיד און אויב איין ליכט א הלל חסיד? אדער האט מען אפשר נאכגעשריגן דע אלע וואס האבן געטון ווי שמאי'ס פסק? איז דא אמאל ווי מ'נעמט אן ווי שמאי? און וואס אויב איינער טוט ווי שמאי'ס פסק למשל ער צינט 8 ליכט דעם ערשטן טאג, וועט אים שמאי נישט ארויסשלעפן פון גיהנם?
כהאב נישט געוואלט עס דא לייגן אין צימעס אבער איך ווייס נישט צו ס'וועט נישט אויפלאקערן א געפעכט פון ביידע זייטן מעריצים האב איך עס ענדערש דא געלייגט האפענטליך וועט מען עס דורכשמועסן מיט כבוד.