אינטערסאנטע מציבות
אינטערסאנטע מציבות
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #444
Re: אינטערסאנטע מציבות
לייג עס אין די אינטערעסאנטע בילדער אשכול... איך גלייב נישט אז עס זענען דא אזוי סאך מציבות כדי אשכול...
Re: אינטערסאנטע מציבות
יידללייג עס אין די אינטערעסאנטע בילדער אשכול... איך גלייב נישט אז עס זענען דא אזוי סאך מציבות כדי אשכול...
איך קען נישט ריקן, נאר די מנהלים וגבאים קענען.
Re: אינטערסאנטע מציבות
שמואל הלוייידללייג עס אין די אינטערעסאנטע בילדער אשכול... איך גלייב נישט אז עס זענען דא אזוי סאך מציבות כדי אשכול...
איך קען נישט ריקן, נאר די מנהלים וגבאים קענען.
אה, סארי. אבער לגבי דעם בליד קומט זיך דער אן ערנסטער און מכובד'יגער 👍
Re: אינטערסאנטע מציבות
יישר כח פאר די לייק איך מיין פאר די סמיילי.
Re: אינטערסאנטע מציבות
שמואל הלוייישר כח פאר די לייק איך מיין פאר די סמיילי.
😲 שוין געלייקט אויך...
1
2
לייבל באלטראמאנצער (ע"ה) דער מציבה קריצער פלעגט זאגן.. אז די איינציגע זאך וואס איז אמת אויף א מציבה איז דער..."פה נטמן"...! אלע אנדערע זאכן זענען שקר און בלאף...!
.
פאלאצ'ינטא.
ווי איז די מציבה?
פאלאצ'ינטא.
מענין לענין
שמע מינה מדר' אייגע תלת, שמע מינה אז פליעז איז א יודישע ווארט, פאר הינדרעט יאר ציריק האט מען עס שוין געניצט, שמע מינה אז פליעז ספעלט מען מיט א ע', שמע מינה אז אמאל פלעיגט מען שרייבן אויפן מציבה וואס די הארץ האט באגערט און נישט קיין קוקי-קאטער נוסח, וואס האט קיין שום מיינונג.
זעהט מען אז א י' גייט פאר אַ ע', אצינד דארף מען טרעפן וואו דער י'ַ גייט נאך די ע'..... איז עס פלעגט אדער פלעיגט......
.
Re: אינטערסאנטע מציבות
what a chick...
קורקלענדזעהט מען אז א י' גייט פאר אַ ע', אצינד דארף מען טרעפן וואו דער י'ַ גייט נאך די ע'..... איז עס פלעגט אדער פלעיגט......
קורקלענד: שמע מינה תרתי. אז אמאל, אזוי ווי ביי דעם ווארט ..."פליעז"...גייט די יו"ד פאר די עיי"ן. און אמאל, אזוי ווי ביי דעם ווארט ...,פלעיגט" גייט די יו"ד נאך די עיי"ן...!
די צווייטע (צוועיטע) זאך דרינג מיר זיך אויף, אז ביי די ליטוואקעס זאאגט מען..."פלעגט, אן אן עיי"ן. און ביי די היימישע (אנ"ש) זאגט מען (און מ'שרייבט) פלעיגט מיט א יו"ד(עלע)...ולא קשי מידי. און ס'איז שוין גארני(ש)ט שווער. (נישט יענעם שווער מיינט דער פסוק)...!
שמואל הלויגעבוירן נאכן שטארבן
שמואל הלוי: איך וועיס נישט א וואו דו ביסט אצינד אויפ'ן מאמענט. צי אין גן עדן. אדער ביסטו גאר מגולגל געווארן אין איינס אדער עטליכע (נייע) ניקס. נאר כדי לסבר את האוזן (נישט די או-זאון) קענמען אפשר שפעקולירן וויאזוי ס'איז מעגליך אז אזא מאדנע אויפשריפט זאלל זיך געפונען אויף א מציבה. זייער פשוט. דער מציבה קריצער האט נישט געקענט ליינען און שרייבן (און אודאי נישט קריצן) לשון הקודש. ער האט נאר נאכקאפירט פון א סקריפט. ער האט זיך פשוט טועה געווען מיט די שורות. ער האט געליינט דעם געבוירן דאטום אלס דעם דאטום ווען די נפטרת איז געשטארבן...(כנלענ"ד).
דאהי אין ני יארק איז מיט עטליכע יאר צוריק געווען אויפגעשריבן אויף די כשר'ע פוטער פושקעלעך (טאבס) די פאלגענדע ווערטער..."חלב ישדאל כשר לפםח. בהשנחת הרכ מ'וואלאווע"...וויאזוי איז מעגליך אזעלכע טעותים? דער תירוץ איז אז דער גראפיקער איז געווען א מענטש וועלכער האט נישט געקענט אל"ף בי"ת.און צו זיין מזל האט ער אויסגעוועהלט די נישט ריכטיגע אותיות...!
איך האב אמאל באשטעלט אידישע זיגלען (ראבבער סטעמפס) פאר מיינע קינדער. די זיגלען זענען געווען זייער שיין. די איינציגע פראבלעם איז געווען אז די נעמען זענען אויסגעקומען לינקס צו רעכטס. דער בעה"ב האט עס זעלבסט פארשטענדליך איבערגעמאכט. ער האט מיר געזאגט אז דער ארבעטער איז א גוי. ער האט טאקע געקענט אל"ף בי"ת. נאר ער האט פארגעסן אז אידיש ליינט מען רעכטס צו לינקס...!
מחצה''ק.
ס'איז א דבר ידוע אז אין אמעריקע טוישט מען און מ'פארקירצט נעמען. ס'איז דא א באקאנטע פירמע וועלכע הייסן ..."סאלאוויי"...דאס איז פשוט א פארקירצונג פון סאלאווייטשיק...!
אויך איז געווען אין נ.י א קאנגרעסמאן (א איד?) מיט'ן נאמען סטיווען סאלארז. דער נאמען האט גארנישט צו טון מיט די זון (סאלאר). נאר זיין טאטע איז געקומען קיין אמעריקע פון פוילן. דער אריגינאלער נאמען איז געווען ..."סטאלארז"...אין פויליש הייסט עס א קארפענעטר. א טישלער. מ'זאגט עס ארויס סטאלאזש. נאר די אמעריקאנער האבן געהאט פראבלעמען ארויסצוזאגן דעם נאמען ריכטיג, האט ער ארויסגענימען איין אות די ..."טי"...!
(פאר ווער ס'איז אינטרעסירט אין מיינע חידושים)...לאל
Re: אינטערסאנטע מציבות
שמן למאורשלום עליכם דערמאנט א מיכאל קויפמאן אין זיין צוואה, זעט אויס זיין גאנצע קבוצה האט אפגעשריבן אזוינע מצבות.
אט האט איר שלום עליכם'ס
שמן למאורוואס איז דער מעסעדזש דא? אז דער נפטר אדער נפטרת עסט נאכאלץ געשמאקע קוקיס. פריש געבאקן. אדער אז די רעסיפי זאלל זיין לעילוי נשמתו/נשמתה. ווייל זי האט ליעב געהאט צו מאכן געשמאקע קוקיס...!
פאליטיקאנטשלום עליכם דערמאנט א מיכאל קויפמאן אין זיין צוואה, זעט אויס זיין גאנצע קבוצה האט אפגעשריבן אזוינע מצבות.שמן למאור
אט האט איר שלום עליכם'ס [/quotפ אין הארץ. און אין לעבן
Inspiring: מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס ס'טוט זיך ביי יענעם אין הארץ. און אין לעבן.
אויף איהם (שלום עליכם/ראבינאוויטש) קענמען זאגן דעם פסוק/מאמר...צהלתו בפניו ואבלו בליבו...!
נ.ב.: די אריגינאלע תגובה איז צופארן.
אויף איהם (שלום עליכם/ראבינאוויטש) קענמען זאגן דעם פסוק/מאמר...צהלתו בפניו ואבלו בליבו...!
נ.ב.: די אריגינאלע תגובה איז צופארן.
א מדריגה
מסתמא האט זי (די צדיקת, ע"ה) געקאכט א גוטן טשאלנט. און אריינגעלייגט א חזיר פיסל. ס'זאל האבן א בעסערן טעם. לכבוד שבת קודש...!
כלבאשבועס'הייבט זיך אהן ביי "לא העלימה מסים" און ס'ענדיגט זיך ביי "חיללה שבת וחג" רח"לא מדריגה
ווען די משפחה האט נישט געהאט קיין געלט פאר די מציבה מאכער.
נאכדעם וואס א בילד פון די מציבה איז פארשפרייט געווארן אויף סאציאלע מידיע האבן גיטע מענטשן צוזאמענגעשטעלט די געלט, און מען האט פארמעקט די פארשעמנדע שורה.
נאכדעם וואס א בילד פון די מציבה איז פארשפרייט געווארן אויף סאציאלע מידיע האבן גיטע מענטשן צוזאמענגעשטעלט די געלט, און מען האט פארמעקט די פארשעמנדע שורה.
Re: אינטערסאנטע מציבות
target="_blank" rel="noopener">
https://www.findagrave.com/memorial/149001630/zeida-schmellner#view-photo=255985992
די מעשה וואס ליגט אינטער דעם איז אז ער איז געווען א רבי אין ניו יארק וואס איז איינגעזעצט געווארן פאר נעמען הויעכע פרייזן פאר ישועות וואס זענען נישט מקויים געווארן
די מעשה וואס ליגט אינטער דעם איז אז ער איז געווען א רבי אין ניו יארק וואס איז איינגעזעצט געווארן פאר נעמען הויעכע פרייזן פאר ישועות וואס זענען נישט מקויים געווארן
Re: אינטערסאנטע מציבות
דעי אשכול... 😃 😃 😃
Re: אינטערסאנטע מציבות
עסקן בדברים: ייש"כ. דער לינק צו ראביי דוננער שליט"א'ס וועבסייט איז געווען זייער שטארק באלערנד און אינטרעסאנט. איך בין געזיצן צוגענאגלט צו דעם סקרין די גאנצע צייט. נישט באמערקנדיג ווי די צייט לויפט.
Re: אינטערסאנטע מציבות
בכלל האט ראביי דוננער גוטע סחורה
משום מה האט ער אויפגעהערט לייגן נייע גוטע זאכן שוין א שיינע שטיק צייט
משום מה האט ער אויפגעהערט לייגן נייע גוטע זאכן שוין א שיינע שטיק צייט
Re: אינטערסאנטע מציבות
מסתמא ווייל דער עולם איז צו קאלט דערצו: ער איז דאך א ווערטפולער אוצר פון אידישע היסטאריע וואס די וועלט ווייסט נישט צו פיהל. צי ווייל מענטשן האבן אגענדאס. אדער מ'האלט עס נישט פאר געניג וויכטיג.
אויך מסתמא ווייל דאס ברענגט איהם נישט די דערווארטע הכנסה לויט די ארבעט וואס ער לייגט ארין אין פראדוצירן די ארטיקלען.
למשל איין אינטרעסאנטע נייעס וואס הרב דוננער האט אויפגעדעקט.
ס'איז מיר אייביג שווער געווען אז דער חפץ חיים וועלכער איז דאך געווען א גרויסער צדיק האט נישט געהאט א זון א ממלא מקום? ס'זענען דא שמועות אז ער האט יא געהאט א זון נאר אז ער האט זיך געשמד'ט רח"ל. אדער איז געווארן א קאמוניסט.
הרב דאננער האט פארציילט דעם אמת... דער ח"ח האט געהאט א זון א גדול בישראל. א גרויסער תלמיד חכם און אן ערליכער איד. ר'איז געווען א רב אין א געוויסע שטאט. ער האט אבער געהאט א גרויסן פעילער. ער איז געווען א ציוני, א מזרח'יסט רחמנא ליצלן מהאי דעתא. נו, אויב אזוי פארשטיי מיר שוין פארוואס ער איז פסול און אסור לבוא בקהל (קדושים).