☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » האחים הק' מ'סאטמאר כוונו לדבר אחד

האחים הק' מ'סאטמאר כוונו לדבר אחד

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4433

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:54 pm

· #138466
האחים הק' מ'סאטמאר כוונו לדבר אחד
ביידע סאטמארע ברידער'ס האבען גאר שטארק פארדאמט און אטאקירט די רבני ומנהיגי האגודה ודגל בראשות המרן הבני ברקאי וואס זענען משתיק דעם ציבור איבער'ן גזירת הגיוס, ביי זייערע רעדעס פארגאנגענער כ''ו אב
ס'איז א פלא ווי ביידע ברידער האבען פה אחד אזוי שארף פארדאמט דעם מרן פין בני ברק וואס איז נישט קיין געווענליכע ערשיינונג בפרט ביי צד מהר'א
ווייסט איינער די סיבה פין די אויסנאמליכע אטאקע????

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:56 pm

· #138469
שופכים בוז על גדול בישראל ואתה מכנה אותם "קדושים"? אתמהה.

בדחן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:04 pm

· #138473
נאר,,פרייליך
ס'איז א פלא ווי ביידע ברידער האבען פה אחד אזוי שארף פארדאמט דעם מרן פין בני ברק וואס איז נישט קיין געווענליכע ערשיינונג בפרט ביי צד מהר'א

ווייסט איינער די סיבה פין די אויסנאמליכע אטאקע????


וואס די ווילסט אדער די טראכסט ווייסטע שוין? אז די ווילסט שוין וויסען וואס די סאטמערע רביס טיען?

שעפעלע, לאמיר עפענענן א אשכול און דארט אריינשרייבען אז מוהר״א איז א ציוני מובהק, און א באהאלטענע אגענט פאר גיוס און פאר חילול קברים, מיר גייען עס שרייבען ארבעים פעמים ביום אחד - בבחינה כתבתי ארבעים פעמים ביום ונושעתי, אזוי וועסטע פטור ווערן פון דארפן כסדר זיכען נאך א וועג ארויסצוברענגן דיין בויך ווייטאג, און וועסטע אונז אלע איינשפארען בעטערי אז מען זאל נישט דארפן ליינען די זעלבע אויסבראך עטליכע מאל א טאג אויף פארשידענע אנדערע אופנים.

מעגליך בעסער לייג אריין אלע קללות אויף מוהר״א און דיין חתימה, בבחינת ירא שמים יוצא ידי שניהם.

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:14 pm

· #138477
בדחן טייערער איך האב גארנישט פערזענליך קעגן אייער רבי שליט''א גראדע בין איך פין זיינע גאר שטארקע מעריצים צוזעהנדיג טעגליך זיינע נאכפאלגער ווי זיי הארעווען אין די עמוד יומי און תורתך שעשועי פראגראם
דאס וואס איר שפירט זיך אסאך מאל אומבאקוועם פין עטליכע תגובות איז חלילה נישט געצילט קעגן אייער רעבין מ'רעדט נאר פין די סביב.... יתהלכון וואס פרובירען צו מאנעווירען זייערע פאליטישע כוחות אויף פריוואטע אגענדעס זיך נישט רעכענעדיג מיטען מציאות אז זיי פארטרעטן רבי רבבות שלומי אמוני ישראל תלמידי וחסידי סאטמאר

בדחן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:18 pm

· #138480
פרייליך, איך בין נישט קיין ארוני, אבער צימעס האט אויך א גרעניץ, איך ווייס שוין אלעס וואס דו האסט צו זאגען איבער מוהר״א, האסט עס שוין עטליכע מאל געשריבען היינט, איך האב פשוט רחמנות אויף דיר ווי שווער דו ברויכסט ארבייטען צו טרעפן נייע מהלכים ארויס צוברענגן די זעלבע זאך איינמאל און נאכאמאל דערפאר האב איך דיר געגעבן די עצה טובה פון אלעס אריינשרייבען און איין אשכול, און איינשפארען דאס ברויכען עפענענן טעגליך נייע אשכולות דערויף.

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:13 am

· #138539
דא האט איר דעם באריכט אין בחדרי איבער די שארפע אטאקע פין מהר''א אויף די מנהיגים וואס זענען משתיק דעם קול מחאה

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=57579&cat=6">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=57579&cat=6</a>