☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אויסזעענדע סתירות אין די תורה וועלט וואס איך וויל פארשטיין

אויסזעענדע סתירות אין די תורה וועלט וואס איך וויל פארשטיין

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4431

ישמעאל הכהן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 9:19 pm

· #138419
אויסזעענדע סתירות אין די תורה וועלט וואס איך וויל פארשטיין
טעיק עי סיט און הארך אויס צו מיינע בויך דרייענישן, אזוי ווי כ'האלט זיך נישט פאר א ת"ח ענדערש בין איך אויף די רייע ווי די כהנים עמי הארצים זיצן, פארט שפיהר איך אז איך מעג פרעגן אפילו אפשר וועט עס זיין א געלעכטער אין אייערע אויגן צוליב וואז מיר זענען בכלל נישט גוט געלערענט איז מעגליך אז איך וועל פרעגן זייערע נארישע פראגעס וואס ס'ווערט מיר שווער מפעם לפעם. טו מיר פארשטיין און ענטפער ווי ווייט מעגליך און פירט אייך אויף סענסעטיוו. א גע-דאנק

ערשט איז מיר שווער ווען א אינגע מענטש גייט פון די וועלט אויב איז ער א באקאנטער ערליכע איד שרייבט מען איבראהל מיט לויב "אשרי מי שחתמו ימיו מהרה" און נאך זעלכע סארט מאמרים. אבער ווען א קרעשטמע זיצער גייט אוועק פון די וועלט אינג און אויבן אויף איז ער באקאנט פאר נישט זיין אזוי אי איי איי, ברימט זיך יעדער אינטער "נו ס'נישט הפקר וועלט דער באשעפער פיהרט זיין וועלטעל, מען קען נישט טון וואס מ'וויל"........

איי אפשר איז יענער געווען א ל"ו צדיק אויף ווען מ'קען פינקט אזוי זאגן דעם אשרי מי שחתמו? ווער מאכט אפ וויזוי צו זאגן וואס ווען? איז דאס בכלל ריכטיג? און נאך מער שווערער אויב איז אשרי מי שחתמו ימיו א לויב און גאר גוט, דענסמאל פארוואס למשל געט נישט די תורה שכר ביי כיבוד אב און ביי שליח הקן אז די שכר וועט זיין חתמו ימיו מהרה? ס'דאך אזא מעלה?! ניין?

אין די פרשה עטליכע וואכן ציריק שטייט "לא בצדקתך, וביושר לבבך, אתה בא, לרשת את-ארצם: כי ברשעת הגויים האלה, יהוה אלוהיך מורישם מפניך, ולמען הקים את-הדבר אשר נשבע יהוה לאבותיך, לאברהם ליצחק וליעקוב" און וואס וואלט געווען אויב די גויים וואלטן נישט געווען רשעת'דיג?

דעת תורה » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:17 pm

· #138479
לגבי דיין צווייטע שאלה, אויב די גוים וואלטן (נאך) נישט געווען אזוי רשעות'דיג, וואלט געדויערט לענגער פאר די אידן אריין צו גיין אין א"י. ווייל וואס עפעס זאל דער אייבישטער פארטרייבן און הייסן אויסהארגענען א אומשולדיג פאלק סתם ווייל די אידן ברויכן דאס לאנד? יעצט אז ס'איז געווען נתמלאה סאתם איז געקומען די צייט מקיים צו זיין די הבטחה פאר אברהם יצחק ויעקב. והדברים פשוטים ומבוארים בכ"מ.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:24 pm

· #138485
ישמעאל, לא הביישן למד. פרעג.

אשרי מי וכו' איז נאר פאר א קינדערלאזע מענטש, וואס פירט זיך ערליך.
אבער, ביסט גערעכט, מיר האבן נישט וואס צו מחליט זיין, קיינמאל, פארוואס יענער איז געשטארבן.

ישמעאל הכהן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:30 pm

· #138496
דעם אשרי האב איך געזען אויף פאלטעשאנע רב'ס זין

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:32 pm

· #138498
וועלעכע מר בר רב אשי האט דאס געזאגט?

בד"וו, ווען כ'האב געזעהן דעם אשכולס' טייטל, האב איך געמיינט דו גייסט פרעגן, כתוב אחד אומר שבעת ימים תאכל מצות, וכתוב אחד אומר ששת ימים...

ישמעאל הכהן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:34 pm

· #138501
געזען אין אלע צייטונגען.

נו אזוי פרעג איך טאקע, איין פלאטץ שטייט אשרי מי שחתמו ימיו מהרה, און איין פלאטץ שטייט למען יאריכון ימיך

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:35 pm

· #138503
איך האב שוין אפי' הנאה געהאט אז די פרעגסט מיט ריספעקט. ''אויסזענדע סירות''

וואס עפעס ל''ו צדיק אונדז ווייסען.גאנץ פיין ווער סאיז ערליך און ווער סנישט. פלוצלינג זעמער אומוויסענד.
ישמאל האקט

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:39 pm

· #138506
ישמעאל הכהן
געזען אין אלע צייטונגען.

נו אזוי פרעג איך טאקע, איין פלאטץ שטייט אשרי מי שחתמו ימיו מהרה, און איין פלאטץ שטייט למען יאריכון ימיך

איינס שטייט אין די תורה.... די צווייטע שטייט אין ראשונים.
בד"וו, די גמרא זאגט אז למען יאריכון ימיך, לעולם הבא.

דעת תורה » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:41 pm

· #138507
דאס איז אלעס פון די גרינגע קשיות. די גמ' אין קידושין זאגט שוין, "למען יאריכון ימיך - לעולם שכולו ארוך".

עס איז דא סאך סאך הארבערע קשיות וואס איז שווער צו פארענטפערן, און בכגון דא איז אינטערעסאנט די מעשה וואס דער ראפשיצער רב פלעגט אלס דערציילן, אז בעפאר ער איז געבוירן געווארן האט מען אים אריין געפירט אין א היכל וואס אויף יעדן וואנט איז געשטאנען א מאמר חז"ל וואס האט זיך סותר געווען מיטן צווייטן. איין וואנט איז געשטאנען הוי עז כנמר - די אנדערע: עז פנים לגיהנם א.א.וו. האט ער געפרעגט דעם מלאך, וואס איז טאקע די תירוץ? און בעפאר דער מלאך האט אויספיעט אים צו ענטפערן, איז ער געבוירן געווארן, און געבליבן ביי די קושיות...

ישמעאל הכהן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:41 pm

· #138510
מוז איך קלאר מאכן מיין אויבערקעפל, "תורה" מיינט אלעס אריינגערעכנט,, נישט נאר תורה שבכתב. כ'קען אפילו פרעגן פון איין פסוק אין תורה צו א שטיקל אין חובת הלבבות

ישמעאל הכהן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:44 pm

· #138513
דעת תורה. יענע איז מיר נישט שווער. איינס מיינט לכאורה עז פנים ביי קדושה, און דער אנדערער רעדט זיך ביי א מחוצף. אבער דיין פשט מיט למען יאריכון שטימט נישט מיט עפעס אנדערש וואס שטייט אז ביי כיבוד אב איז די שכר פון לאנג לעבן אזוי אז דו וועסט קענען מכבד זיין דיין טאט'ן לענגער. און דיינע קינדער וועלן דיר קענען מכבד זיין.